שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

שלום עליכם צום חשובן קרעמל עולם רעד דא צונאייך הירש
כ'בין א גרויסער שטיצער פון צענזור ווייל דורכדעם בין איך אהערגעקומען. נאכן לייגן מיין רענט אויף אייוועלט און ווערן פארמעקט ביז אפאר שעה האט זיך פאר מיר געפענט א נייער וועלט פון קרעמל.

קוים ארויפגעלייגט און גאר שנעל באקום איך אפאר מינע לייקס ס'שמעקט מיר פיין. זעט אויס אז דא רעדט יעדער וואס ער באגערט ויאמר הירש עתה הרחיב ה' לנו ופרינו בארץ.

איז דא א מפתח ווי מ'קען טרעפן די זאכן וואס האבן די מערסטע לייקס?
 
שלום עליכם וברוכים הבאים!
מאכט אייך היימיש, קענסט אויסטון ס‘היט און ס‘רעקל...
אפס... סארי די גייסט דאך נישט דערמיט, אפילו ביים שיעור...

אלענפאלס איר וועט געניסן דא פון א אויסטערלישע ווארעמקייט פון אלע חברים וידידים חברי ה‘קרעמל, און ס‘איז א כבוד פאר אונז אייך צו האבן דא מיט אונז,

ס‘קוקט אויס ווי איר האט א ווארעמען פעדער, וואס וועט אסאך בארייכערן דאס קרעמל, אלזא זייט אונז מהנה און אונז האפן אויך אז די וועסט הנאה האבן פון אונז,
 
לעצט רעדאגירט:
קרעמל הערט נישט אויף וואקסן... מ'קען נישט נאכיאגן.

@הירש
@שניידער (@שניידערין איז זיין ווייב?)
@אהבה התליה בדבר
@הייליגער פון הייליג 🔥
@Eli25
@שומו שמייעם
@קאקאש
@איך בין
@איציק הקטן
@יוסל
@לולב
@ידען נפלא
@גאליציאנער
@Very interested
@kneppel
@צימעס
@פיינ
@קליינע רבי

שלום עליכם יעדער איינער! ס'איז א פארגעניגן אייך צו האבן דא.

@הירש דיין טאטע האט מיר געבעטן איבערגעבן אז ער האט נישט הנאה דו האסט זיך אויפגעסיינט דא...
 
ער ווערט נישט זיסער, ער איז די מקור פון זיסקייט
זאלן אלע פרישע איינגעשריבענע זיך צוקוקן און זיין די ווארעמקייט און לאוו וואס הערשט דא אינעם קרעמל...
נישטא קיין העכערע אין ראנג, קיין שרי האלפים שרי הפרות וכו‘ אלעס איז איין גרויסע ברודערליכע ווארימע פאמיליע! (אונז האמיר אויך נערווירענדע ברודער... אבער מ‘קען זיי איגנארירן, ס‘ברויך נישט גיין קיין פעטש...)
אלעס גייט דא צו מיט א אויסטערלישע ברודערליכע ווארעמקייט,
אה, ס‘איז א נחת,

שכח @שעפטי, שכח @אדלער
 
שלום עליכם טייערע ברודער תושבי קרעמל,

איך פלעג פאר א לאנגע צייט ליינען קאווע שטיבל און דערנאך קרעמל, אבער סהאט גענומען א לאנגע צייט ביז איך האב גענומען די קוראזש אויפצומאכן א ניק,

איך האב געקליבן די נאמען פארבלאנדזשעט ווייל דאס זאגט די אמת אויף מיר, איך האב אייביג געזוכט, געווען פיל מיט קשיות, און געליינט יעדע זאך וואס האט געהאט אותיות דערויף,

פאר א לאנגע צייט בין איך געווען שטיל, איך האב געמיינט אז מען דארף ענפערס צו קענען שרייבן, אז מען דארף זיין זיכער מיט זיך,

אבער היינט ווייס איך אז די קשיות זענען מיין דרך.
 
אה! עליכם השלום @פארבלאנדזשעט
כ'האב טאקע באמערקט א נייעם חן אין קרעמל!
הוא הודה הוא זיווה הוא הדרה!
כ'בין אויך פארבלאנדזשעט, אזוי אויך יעדער.
לאמיר האפן אז דו ענדשויעסט דעם בלאנדזשע, דאס איז אויך א וועג!
 
שלו' עליכם
פאר די נייע חברים דא אין קרעמל, מ'וועט קודם אנהייבן מיט א @גוט מארגן פאר יעדעם, דערנאך וויל איך אביסל הערן די נייעס פון נייעס 24/6, שפעטער @איך טראכט אז דער @טראכטער טראכט פון @שויתי א גאנצע צייט, און יעצט איז די צייט צו שיקן דעם אדמין temp_admin מקבל פנים זיין נישט קיין צווייטער ווי דעם שר צבא ישראל ומשיח ה' בר כוכבא אליין.

און א באזונדערע שלו' עליכם קומט זיך פאר א נייע גאסט פון מיין היימלאנד ר' @גאליציאנער, נאר זאג נאר פון וועלעכע חלק ביזטו, פון מזרח אדער מערב, קומסטו פון אונטער תחת שלטון הצאר אדער מתחת שלטון הקיסר פראנץ יאזעף יר"ה?
 
שלום עליכם ברידער, כשמי כן אני א שטארקע שטאלצע סאטמערער. איך ליין שוין א שטיק צייט דא איך האב נישט געוואלט שרייבן דא פשוט ווייל איך בין נישט קיין שרייבער, אבער נאכן זעהן די ציונות וואס גייט דא פאר האב איך מיר נישט געקענט איינהאלטן, די מכה בפטיש איז געווען ווי אזוי מ'האט זיך גענומען אויף די ביינער אויף א אנדערע סאטמערע ניק @שמייכעל וואס זיין איינציגסטע עוולה איז אז ער איז נישט פארכאפט אין די מחלה וואס הייסט ציונות, אין ער ברענגט אביסל ארויס מיט וואסערע אכזריות די ציונים באגייען זיך מיט די עזה יא אין איך גלייב באמונה שלימה אז ווען נישט די מדינה וואלט שוין משיח לאנג דא געווען

@שמייכעל איך וויל דיר זאגן דערשרעק דיך נישט לאמיר האפן אז זיי וועלן איין טאג קומען צום שכל,
 
א גוטן ערעב שטארע סאטמערער
אונז פרייען זיך זייער שטארק צי הערן פון די אנדערע זייט מטבע, פון איינער וואס איז נישט פארנימען מיט אהרונים מקרי און קען ענטפערן ווען מען פרעגט עם עפעס. אדערוויילע, טוט דער סאטמערער רעפרעזנטיוו דא אין קרעמל נישט ערפילן די ראלע.
איז ביטע קום אריין מיט א שטארקייט און קלער אונז אויף.
 
לעצט רעדאגירט:
שלום עליכם ברידער, כשמי כן אני א שטארקע שטאלצע סאטמערער. איך ליין שוין א שטיק צייט דא איך האב נישט געוואלט שרייבן דא פשוט ווייל איך בין נישט קיין שרייבער, אבער נאכן זעהן די ציונות וואס גייט דא פאר האב איך מיר נישט געקענט איינהאלטן, די מכה בפטיש איז געווען ווי אזוי מ'האט זיך גענומען אויף די ביינער אויף א אנדערע סאטמערע ניק @שמייכעל וואס זיין איינציגסטע עוולה איז אז ער איז נישט פארכאפט אין די מחלה וואס הייסט ציונות, אין ער ברענגט אביסל ארויס מיט וואסערע אכזריות די ציונים באגייען זיך מיט די עזה יא אין איך גלייב באמונה שלימה אז ווען נישט די מדינה וואלט שוין משיח לאנג דא געווען

@שמייכעל איך וויל דיר זאגן דערשרעק דיך נישט לאמיר האפן אז זיי וועלן איין טאג קומען צום שכל,
סארי חברה, מיין מישען דא איז גענדיגט, איי עם פאלינג די פלאג

איך האב געוואלט ציען דעם פרענק לענגער אלס א שטארקע סאטמערער אין נאכדעם ווערן אפגעפארן פון שמייכעל
אבער די בחור איז מער נישטא מיט אינז, סא ס'איז מער נישט אינטערעסאנט

ניטאמאל איין לייק האב איך געזען פון אים, קען יא בעליוו איט?

@כלבין דחציפין איך בין נתפעל פון דיין איינגעהאלטענקייט

איך האב ראגירט אין די שנירל כדי מ'זאל נישט כאפן מיינע מאטיווען,

וועלן מיר זיך ווייטער זעהן מיט מיין געהעריגע ניק אי"ה
 
להוי ידוע אז דער שמייכל איז ניטאמאל קיין סאטמאר'ער, ער איז א פשוט'ע טראל. קיין איין ווארט וואס ער האט געשריבן האט ער נישט געמיינט ערענסט.
 
לעצט רעדאגירט:
סארי חברה, מיין מישען דא איז גענדיגט, איי עם פאלינג די פלאג

איך האב געוואלט ציען דעם פרענק לענגער אלס א שטארקע סאטמערער אין נאכדעם ווערן אפגעפארן פון שמייכעל
אבער די בחור איז מער נישטא מיט אינז, סא ס'איז מער נישט אינטערעסאנט

ניטאמאל איין לייק האב איך געזען פון אים, קען יא בעליוו איט?

@כלבין דחציפין איך בין נתפעל פון דיין איינגעהאלטענקייט

איך האב ראגירט אין די שנירל כדי מ'זאל נישט כאפן מיינע מאטיווען,

וועלן מיר זיך ווייטער זעהן מיט מיין געהעריגע ניק אי"ה
א גוטן @איש מבקש
 
Back
Top