שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

ס'קען קומען א נייער @זונענשטראל פון @שלימות און ס'מער נישט @שווארץ?

@נפתלי צייט שטיפער דער @באבעס אייניקל קען אזוי @נישט מיך נישט דיך ווערן א גאנצער @למדן?
ווא- @סענייעס! @זיסמאן הארטמאן קען ווערן א גאנצע @Rosh Hakollel?

נאר די אמת איז אז אין דעם עולם עובר טוישן זיך זאכן יעדע מינוט, ויש קונה עולמו בשעה אחת.

וואס נאך @הערצעך? אה @רבי חייקל דער @בן פלא עפענט זיינע טירן ווי @כלבּא שבוע אליין און
@צבי איז געווארן @epesandersh ווי א סתם @יזרעאלי

@berr און @yym112 האלטן נאך פארן קריאת השם
און @שאול שעפטיל האט צוגענומען מיין שם... (ס'נישט מיך.)

שלום עליכם מאכט אייך באקוועם
ניצט אויס דעם פלאץ ווייל ס'איז דא פאר ענק!
ניצט עס צו בעסער מאכן אייער לעבן, ניצט עס פאר גוטע זאכן, כ'האב גאר אסאך פארדינט דא!
 
שלום עליכם,
כוכבים איז דא צוריק נאכן פעלן א שטיק צייט, גיימער צוריק אריינטאנצן אין קרעמל.
הק׳ כוכבים.

גם אני מצטרף להנ"ל, און שלום עליכם צו מסתת נאכן זיך וואנדערן אויף פרעמדע פלעצער, גיימער זיך נעמען צום עבודה.
 
איך זע אז קרעמל האט זוכה געווען צו א נייעם אור גאר א זיסן @גאמי!
קוקט אויס ווי די האסט דיך אליינס באקוועם געמאכט דא,
און עס גיסט זיך פון דיר,
עס איז גאר געשמאק די אטמאספערע ארום דיר, האלט אן ווייטער, די באשיינסט די מקום מיט א גרויס אור!
 
לעצט רעדאגירט:
איך זע אז קרעמל האט זוכה געווען צו א נייעם אור גאר א זיסן, @גאמי!
קוקט אויס ווי די האסט דיך אליינס באקוועם געמאכט דא,
און עס גיסט זיך פון דיר,
עס איז גאר געשמאק די אטמאספערע ארום דיר, האלט אן ווייטער, די באשיינסט די מקום מיט א גרויס אור!
@גאמי מיט @שגור איז גאר א פיינער קאמבינאציע
 
איך זע אז קרעמל האט זוכה געווען צו א נייעם אור גאר א זיסן @גאמי!
קוקט אויס ווי די האסט דיך אליינס באקוועם געמאכט דא,
און עס גיסט זיך פון דיר,
עס איז גאר געשמאק די אטמאספערע ארום דיר, האלט אן ווייטער, די באשיינסט די מקום מיט א גרויס אור!
גא"מ(י)... קיפ איט אן, אונז האבן פארלוירן אפאר לייבן די לעצטע שטיק צייט, צייט פאר נייע לייבן זיך צו באקוועם מאכן
 
נישט געוויסט אז די מנהג המקום דא איז זיך פארצושטעלן מיט א פארמאלע הקדמה, כ'האב זיך פרובירט צוצושלייכן צום קיפקע אומבאמערקט אן קיין אלארם,

אלזא לאמיר זיך באקענען, איך בין גאמי איינגעשטעלט אין חדר, און ווער באצאלט האלב פונעם מינימום וועידש דורך יואלי דער מענעזשער, איך בין דער וואס קומט אויפקערן ווען די קינדערלעך האבן געהאט פאן דורך אויסמישן פודינג מיט טשולנט, איך בין די גוי פאר וועם מ'מיז מאכן א קידישאשעם,

איך בין די משל פאר די תינוקת של בית רבן אז די גוים זענען נידריג און נאר באשאפן געווארן צו באדינען דעים עם הנבחר, און ווען איך קום אריין אין קלאס פיקסן די סטים ווייזט דער באבערדעלטער מלמד א לעבעדיגע ביישפיל פאר די קינדער וויאזוי א גלות יוד ברויך זיך אויף פירן שרייענדיג א קלינגעדיגן טענקיו מיסטער, אן מיר בכלל אנקוקן, איך זע דער מנהל וואס גיט מיך א בליק פון דערווייטנס, ווי כאילו איך האב שמוציג געמאכט די לופט.

כ'אבזעוויר און כאפ אויף אסאך איבער די חרדישן געדאנקנגאנג, איך באמערק די באמישע אינגעל וואו ער פיקט אריין באהאלטערנערהייט אין מיין כלי, און דער פרומער אינגעל וואס פארמאכט זיינע ריינע אויגעלעך ווען איך גיי פארביי אין זיינע ד' אמות מיט מיין מאפ,
און דער מאסרי בחור'ל וואס קען מיר האלבוועגס גריסן אין מיין מוטער שפראך,

דאס איז מיין מענטאליטעט, כ'אבזעוויר פון דרויסן בשעת'ן מאפן די טוילעט פלאר.


העפי צו טרעפן דא אלע קינדערלעך חוץ למסגרת, גראציאס.....
 
לעצט רעדאגירט:
גא"מ(י)... קיפ איט אן, אונז האבן פארלוירן אפאר לייבן די לעצטע שטיק צייט, צייט פאר נייע לייבן זיך צו באקוועם מאכן


לייגסט מיר אריין אין גרויסע לייבן SAS שיך...
 
שלום עליכם פאר די הונטערטער צוגעקומענע... אזויפיל נייע נעמען ב"ה. איך הייב אן פילן שעמעדיג.
איך האף אז ס‘וועט נישט אויפוואקסן א דור אשר לא ידע את שושני...
 
פראפעסאר @שושני איז שטענדיג מיט אונז, אפילו ווען ער טשעקד ארויס איז עס נאר צייטווייליג, און אפילו דאמאלטס קען מען עם אויך באמערקן בין הקלעים אז מ'קוקט גוט.
 
נישט געוויסט אז די מנהג המקום דא איז זיך פארצושטעלן מיט א פארמאלע הקדמה, כ'האב זיך פרובירט צוצושלייכן צום קיפקע אומבאמערקט אן קיין אלארם,

אלזא לאמיר זיך באקענען, איך בין גאמי איינגעשטעלט אין חדר, און ווער באצאלט האלב פונעם מינימום וועידש דורך יואלי דער מענעזשער, איך בין דער וואס קומט אויפקערן ווען די קינדערלעך האבן געהאט פאן דורך אויסמישן פודינג מיט טשולנט, איך בין די גוי פאר וועם מ'מיז מאכן א קידישאשעם,

איך בין די משל פאר די תינוקת של בית רבן אז די גוים זענען נידריג און נאר באשאפן געווארן צו באדינען דעים עם הנבחר, און ווען איך קום אריין אין קלאס פיקסן די סטים ווייזט דער באבערדעלטער מלמד א לעבעדיגע ביישפיל פאר די קינדער וויאזוי א גלות יוד ברויך זיך אויף פירן שרייענדיג א קלינגעדיגן טענקיו מיסטער, אן מיר בכלל אנקוקן, איך זע דער מנהל וואס גיט מיך א בליק פון דערווייטנס, ווי כאילו איך האב שמוציג געמאכט די לופט.

כ'אבזעוויר און כאפ אויף אסאך איבער די חרדישן געדאנקנגאנג, איך באמערק די באמישע אינגעל וואו ער פיקט אריין באהאלטערנערהייט אין מיין כלי, און דער פרומער אינגעל וואס פארמאכט זיינע ריינע אויגעלעך ווען איך גיי פארביי אין זיינע ד' אמות מיט מיין מאפ,
און דער מאסרי בחור'ל וואס קען מיר האלבוועגס גריסן אין מיין מוטער שפראך,

דאס איז מיין מענטאליטעט, כ'אבזעוויר פון דרויסן בשעת'ן מאפן די טוילעט פלאר.


העפי צו טרעפן דא אלע קינדערלעך חוץ למסגרת, גראציאס.....
פארוואס נישט טוישן די וואסער פאר די מאַפּ?
 
א גוטן קרעמלער און/אדער כוואליעס ליינער.

איך בין עקיבא הארטמאן פון די "א געשעפט" ארטיקל אין די חנוכה כוואליע.

איך בין א וואָנעבּי זשורנאליסט. איך בין קיינמאל נישט געגאנגען אין זשורנאליזם שולע, אבער במקום שאין איש, איז געפילטע אויך א פיש.

אז איר טראכט אויף א געוויסע נאמען וואס איז ווערט צו ווערן געדעקט/אינטערוויוט אין כוואליעס, לאזט מיר וויסן אין אישי אדער אויף אימעיל.
[email protected]
 
האסט עס גאר שנעל געמאכט פון א וואנעבי טו בי!
הערליך באשריבן!
 
קוקט אויס ווי @שושני האט זיך פארלוירן אין די כוואליעס

שעפטי שלאפט בעסער אהן שרייבן אויף קרעמל, ער האט שוין פארגעסן וואס ער וואלט געוואלט שרייבן נאך איידער ער שרייבט
ער שפירט זיך ווי א באלעגאלע וואס האט נישט וואס צו זאגן.

ווער וועט זיין אזוי גוט און אויפנעמען די נייע חברים?

נו, ווער?
קיינער האט נישט מכבד געווען מיר אדער שושני צו באגריסן די נייע חברים. דארפסט נישט קיין רשות פאר דעם. ס'איז א פארזיכערטע וועג פון פארמערן ליבשאפט און גוטסקייט אויפן וועלט. מ'באקומט צוריק לייקס, כבוד, און אמאל אפי' ליבשאפט!

אפשר גייסטו פתיחה? יא דו! למה לא!
 
Back
Top