Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
שלום עליכם,
כוכבים איז דא צוריק נאכן פעלן א שטיק צייט, גיימער צוריק אריינטאנצן אין קרעמל.
הק׳ כוכבים.
גא"מ(י)... קיפ איט אן, אונז האבן פארלוירן אפאר לייבן די לעצטע שטיק צייט, צייט פאר נייע לייבן זיך צו באקוועם מאכןאיך זע אז קרעמל האט זוכה געווען צו א נייעם אור גאר א זיסן @גאמי!
קוקט אויס ווי די האסט דיך אליינס באקוועם געמאכט דא,
און עס גיסט זיך פון דיר,
עס איז גאר געשמאק די אטמאספערע ארום דיר, האלט אן ווייטער, די באשיינסט די מקום מיט א גרויס אור!
גא"מ(י)... קיפ איט אן, אונז האבן פארלוירן אפאר לייבן די לעצטע שטיק צייט, צייט פאר נייע לייבן זיך צו באקוועם מאכן
שלום עליכם פאר די הונטערטער צוגעקומענע... אזויפיל נייע נעמען ב"ה. איך הייב אן פילן שעמעדיג.
איך האף אז ס‘וועט נישט אויפוואקסן א דור אשר לא ידע את שושני...שלום עליכם פאר די הונטערטער צוגעקומענע... אזויפיל נייע נעמען ב"ה. איך הייב אן פילן שעמעדיג.
פראפעסאר @שושני איז שטענדיג מיט אונז, אפילו ווען ער טשעקד ארויס איז עס נאר צייטווייליג, און אפילו דאמאלטס קען מען עם אויך באמערקן בין הקלעים אז מ'קוקט גוט.
פארוואס נישט טוישן די וואסער פאר די מאַפּ?נישט געוויסט אז די מנהג המקום דא איז זיך פארצושטעלן מיט א פארמאלע הקדמה, כ'האב זיך פרובירט צוצושלייכן צום קיפקע אומבאמערקט אן קיין אלארם,
אלזא לאמיר זיך באקענען, איך בין גאמי איינגעשטעלט אין חדר, און ווער באצאלט האלב פונעם מינימום וועידש דורך יואלי דער מענעזשער, איך בין דער וואס קומט אויפקערן ווען די קינדערלעך האבן געהאט פאן דורך אויסמישן פודינג מיט טשולנט, איך בין די גוי פאר וועם מ'מיז מאכן א קידישאשעם,
איך בין די משל פאר די תינוקת של בית רבן אז די גוים זענען נידריג און נאר באשאפן געווארן צו באדינען דעים עם הנבחר, און ווען איך קום אריין אין קלאס פיקסן די סטים ווייזט דער באבערדעלטער מלמד א לעבעדיגע ביישפיל פאר די קינדער וויאזוי א גלות יוד ברויך זיך אויף פירן שרייענדיג א קלינגעדיגן טענקיו מיסטער, אן מיר בכלל אנקוקן, איך זע דער מנהל וואס גיט מיך א בליק פון דערווייטנס, ווי כאילו איך האב שמוציג געמאכט די לופט.
כ'אבזעוויר און כאפ אויף אסאך איבער די חרדישן געדאנקנגאנג, איך באמערק די באמישע אינגעל וואו ער פיקט אריין באהאלטערנערהייט אין מיין כלי, און דער פרומער אינגעל וואס פארמאכט זיינע ריינע אויגעלעך ווען איך גיי פארביי אין זיינע ד' אמות מיט מיין מאפ,
און דער מאסרי בחור'ל וואס קען מיר האלבוועגס גריסן אין מיין מוטער שפראך,
דאס איז מיין מענטאליטעט, כ'אבזעוויר פון דרויסן בשעת'ן מאפן די טוילעט פלאר.
העפי צו טרעפן דא אלע קינדערלעך חוץ למסגרת, גראציאס.....