שמעון דזשיגאַן

יאסעלע ברוין

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מערץ 27, 2025
מעסעדזשעס
401
רעאקציע ראטע
860
פונקטן
113
אט דער וואס האט משמח געווען די שואה איבערלעבער פארדעם און נאכדעם.
זיי האבן אים אויסגעהערט און זיך געקיצעלט, אבער געווארענט די יונגע, חס ושלום! אים נישט הערן...
 
וואס? ווען? ווער?
איז דאס א נאמען פון א מענטש? אן עסן? אן אקטיוויטעט?

שרייבסט דיך צוויי שורות און טרעטסט אפ.

שעם דיך נישט, האסט שוין יא דאס מייק האלט א דרשה! דערצייל! זאג ווער דאס איז געווען, ווען ער האט געלעבט, פון וואנעט ער קומט, וואו ער גייט. געב עפעס מער ווי 28 ווערטער פאר אן עפענונג פון א פרישע שנירל.

האלט אן די פרישקייט, לייג נאר צו אביסעלע בארכעס מיט קאטשעניו צום מעניו.
 
דערמאנט מיר די געוואלדיגע ווערק פון יוסף בּולאף
(אסך בעסער ווי דעם שפיל)
איך האב אמאל ארויסגענומען דעם סידי פון ביבליאטעק - אוי איז עס גוט.

ס׳ליגט מיר אזוי פריש אין די ביינער (פון כמעט צוואנציג יאר צוריק!) אט די 2 פון זיינע סצענעס:

- א שטיקעלע פאפיר וויל באגיין זעלבסטמארד

- דאס טעפעלע זופ
(ווי צוויי בּעבּלעך קריגן זיך ארום- אוי איז דאס א מחי׳)

הלוואי ווען איך קען עס טרעפן אנליין (אויב איך קען נאך יו׳׳ט וועל איך אפשר פרובירן עס שאפן און ארויפלייגן אויף דרייוו)
 
View: https://soundcloud.com/yossefbuloff
 
האסט מיר דערקוויקט די נשמה
א ריזיגע דאנק!
ערשט האב איך געמיינט אז ס׳נאר דא די טעפעלע זופ און נאכדעם טרעף איך גאר דאס פאפירעלע וואס וויל באגיין זעלבסטמארד - ס׳נאך בעסער ווי כ׳האב עס געדענקט, און די אנדערע זענען אויך אסך שענער און בעסער ווי כ׳האב אמאל געקענט אפשאצן…

איך האב א חלום מיט AI זאל מען מאכן א ווידיאו פון די בעבלעך טאנצן אין טאפ מיט דעי soundtrack און מ׳זאל קענען זעהן סובטייטלס קלאר צו פארשטיין גוט אלעס וואס זיי שרייען (כדי יעדער זאל ריכטיג הנאה האבן פון די טיפקייט פון א. לוצקי׳ס ווערק וואס ער האט געשאפן פאר בּולאף)
 
ליגט מיר אין זכרון אן אלטן ריקארדינג ווי מ'שפילט אויס ווי א פארפאלק זעהט אויס 4 וואכן נאך די חתונה און שפעטער 4 יאר נאך די חתונה
קען עס איינער ביטע ממציא זיין
 
Back
Top