עסקת שליט טאקע שולדיג אין אקטאבער 7 אטאקע?

כספי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
871
רעאקציע ראטע
3,598
פונקטן
413
אסאך מענטשן טענה'ן אז די עיסקת שליט איז געווען די גורם פאר די אקט. 7 טעראר אטאקע (און צוליב דעם דארף מען און מ'טאר נישט, מסכים זיין צו א עיסקה יעצט, וואס נעמט אריין צו באפרייען טעראריסטן, ווייל דאס וועט ח"ו ברענגען נאך אן אקט. 7).

די מציאות איז אבער, אז די עיקר שולדיגע אין די טעראר אטאקע, זענען די מענטשן אינטשארדזש (אנגעפאנגען ביים ראש ממשלה, און גענדיגט ביים קלענסטן סאלדאט אין די מודיעין קאמיוניטי וואס האט נישט אויפגעכאפט די סיגנאלן, און אלע אינמיטן, רמטכ"ל, מטכ"ל, ראש אמ"ן, ראש השב"כ, וכו' וכו'), אזוי אויך די אזוי גערופענע קאנסעפציע, די געלט שיקן צו כאמאס, וכו' וכו'.

דאס אז א גרויס חלק פון די טעראריסטן זענען געקומען פון עיסקת שליט (צווישן זיי סינוואר ימ"ש אליין), איז - כמעט - א זייטיגע פרט.

מינינג טא סעי, די מענטשן אין טשארדזש זיי זענען דא, מ'האט זיי אויסגעוועלט כדי צו אפהיטן די לאנד, זיי זענען דורכגעפאלן - מיאוס דורכגעפאלן, ליידער.
וואו קומט אריין צו זאגן, אז א גרויס חלק פון די טעראריסטן האט מען באפרייט ביי די עיסקת שליט? דעמאלטס האבן די פירער פונעם לאנד געהאט א פליכט צו ראטעווען זייערס א סאלדאט וואס איז פארכאפט. און נאכדעם האבן די פירער פונעם לאנד געהאט א פליכט צו אפהיטן די לאנד, טאקע פון די טעראריסטן וואס זיי האבן ארויסגעלאזט.
דורכגעפאלן זענען די פירער פונעם לאנד וואס האבן נישט געקענט אפהיטן די לאנד אקט. 7, נישט די פירער וואס האבן באפרייט די טעראריסטן כדי צו באקומען שליט (גראדע איז ביבי געווען ביי ביידע ראה"מ, כ'מיין נאר די געדאנק).

די זעלבע קושיא איז לגבי די סרבנות, וואס די רעכטע טענה'ן אז דאס האט אנגעברענגט אז סינוואר זאל אטאקירן די לאנד.
אפילו לו יצוייר די סרבנות האט אנגעמאכט אז סינוואר זאל אטאקירן די לאנד, איז די טענה אבער אויף די פירער פונעם לאנד וואס האבן דורכגעפאלן צו באשיצן די לאנד.
די וואס האבן געזאגט אז זיי גייען זיך נישט שטעלן במילואים וועגן די רפורמה, אויב זיי זענען געווען גערעכט (ד"ה לפי דעתם זענען זיי געווען גערעכט, ווייל זיי האבן פרובירט אפצושטעלן די מדינה צו ווערן ווייניגער דעמאקראטיש - לפי דעתם) האבן זיי געטון וואס זיי האבן געדארפט טון, די פירער פונעם לאנד זענען דורכגעפאלן צו באשיצן די לאנד.
די וואס האלטן אז זיי האבן נישט גוט געטון, האט עס אבער נישט מיט די טעראר אטאקע.
 
די טענה איז נישט דווקא אז מען האט פריי געלאזט טעראריסטן וואס האבן עווענטואל דורכגעפירט די שמחת תורה פראגראם. עס זענען דא געניג און נאך טעראריסטן אחוץ פון די וועלכע מען האט דעמאלט פריי געלאזט.

די טענה איז אז מען האט געגעבן די מוט און די חשק פאר די טעראריסטן צו כאפן פרישע משכונות וויסענדיג אז מיט דעם וועלן זיי האבן דאס מדינה אין האנט...
 
די עיקר טענה קעגן די יעצטיגע עסקה איז נישט דאס באפרייען מחבלים נאר אז חמאס פאדערט אין אויסטויש די פולע ענדע פון די מלחמה + צה"ל זאל אינגאנצן אפטרעטן פון עזה. דאס מיינט אז זייער שנעל שטייט חמאס צוריק אויף די פיס און מען הייבט די סייקל פון פריש
 
אויך ריכטיג, אבער ס'טוישט נאך אלס נישט וואס איך האב געזאגט.

דעמאלטס האט מען זיי געדארפט פריי לאזן כדי צו ארויסנעמען שליט. און די יארן נאכדעם האט מען געדארפט אויפאסן אז די טעראריסטן זאלן זיך נישט איינברעכן אין לאנד, און נעמען חטופים.

די טענה דארף אבער זיין אויף די וואס האבן געפעילד אין די צווייטע פלאץ, און נישט אויף די וואס האבן געטון גוט די ערשטע מאל.
 
די עיקר טענה קעגן די יעצטיגע עסקה איז נישט דאס באפרייען מחבלים נאר אז חמאס פאדערט אין אויסטויש די פולע ענדע פון די מלחמה + צה"ל זאל אינגאנצן אפטרעטן פון עזה. דאס מיינט אז זייער שנעל שטייט חמאס צוריק אויף די פיס און מען הייבט די סייקל פון פריש
כ'האב נישט גערעדט וועגן די אדער יענע עיסקה, כ'האב מיך באצויגן אויף די טענה איבער שחרור מחבלים.

מ'קען רעדן עקסטער וועגן די חלק פון ארויסגיין פון עזה (וואס איך פארשטיי גראדע נישט, פארוואס מ'קען נישט זיך ארויסציען פון עזה, באקומען אלע חטופים, און נאכדעם צוריק אריינגיין), אבער נישט דאס איז געווען די נקודה דא.
 
כספי, איך בין נישט איגאנצען קלאר אויף וועלכע זייט דו ביסט...

אבער אפאר נקודות.

1) פון זיי וועלכע פערספעקטיוו מזאל נאר קוקען, צי מאראליש אדער רעליגיעז, אין א לאנד ווי סאיז דא א גיוס חובה מיז זיין א קאנטרעקט צווישען די מדינה און חיילים אז מגייט זיי צוריק ברענגען פאר יעדע פרייז.
א חוץ פון דעים קענסטו זעהן אז יעדע מערב וועלט לאנד (חוץ אמעריקע) וועט פארהאנדלען מיט טעראריסטען צוריקציבאקומען זייערע בירגער און סאלדאטען. מיטן הבנה אז א רעגורונג איז נאר אזוי גוט ווילאנג עס סערווירט די בירגער.
יעצט גערעכט אז דאס שטעלט דיך און א שוואכערע פאזיציע ביים פארהאנדלונג טיש, אבער פארפאלן. אונז זענען נישט קיין טעראריסטען! ווען יא קענען מיר חרוב מאכען גאנץ עזה פון די לופט אנשטאטס מקריב זיין הונדערטער חיילים.
2) בשעתו האט די עסקה געהאט די שטיצע פון 85% פון די פאליטישע ספעקטרום, סא מקען זאגען אז די גאנצע לאנד איז שולדיג.
3) אויב ווילסטו בלעימען איינעם פאר Oct 7. איז לדעתי דא א ליסט פון 3 מענטשען וואס זענען אחריות.
בנימין נתניהו פאר די קאנסעפציע.
אביב כוכבי פארן איבערמאכען די מיליטער צו א הייטעק מיליטער בשעת א חלק פון אונזערע שונאים אפערירען נאך מיט א פעדער און פאפיר און מיט לענדליינס.
אהרן חליווא ראש אמ"ן פארן נישט גוט אפלערנען די סימנים.
2 פון די 3 זענען שוין נישטא.
יעצט דארף מען זען וואס ביבי גייט טוהן.
ווען איך וואלט געווען איהם וואלט איך געמאכט א הסכם מיט די פרקליטות און די לעגאלע קעיסעס און ריזיינט, אנשטאטס ווארטען פאר א חקירה אין Oct 7...
(איעדע שריט פון די 3 האבן געמאכט אסאך סענס בשעתו און איך וואלט נישט געטון אנדערש.
אבער זיי זענען געווען אין פאוער, און זיי דארפען נעמען אחריות)
 
1) פון זיי וועלכע פערספעקטיוו מזאל נאר קוקען, צי מאראליש אדער רעליגיעז, אין א לאנד ווי סאיז דא א גיוס חובה מיז זיין א קאנטרעקט צווישען די מדינה און חיילים אז מגייט זיי צוריק ברענגען פאר יעדע פרייז.
די הנחה איז נישט אזוי קלאר אויב די לאנד נעמט נישט קיין אחריות אויפן מענטש'ס לעבן מהיכי תיתי אז מען דארף עם ראטעווען בשעת דאס לייגט די לאנד אין א סכנה
א חוץ פון דעים קענסטו זעהן אז יעדע מערב וועלט לאנד (חוץ אמעריקע) וועט פארהאנדלען מיט טעראריסטען צוריקציבאקומען זייערע בירגער און סאלדאטען. מיטן הבנה אז א רעגורונג איז נאר אזוי גוט ווילאנג עס סערווירט די בירגער.
אמעריקא געבט נישט נאך פאר קיין משכונות פון טעראריסטן
 
(וואס איך פארשטיי גראדע נישט, פארוואס מ'קען נישט זיך ארויסציען פון עזה, באקומען אלע חטופים, און נאכדעם צוריק אריינגיין)
יש כמה וכמה סיבות פארוואס מ׳וועט נישט אריינגיין נאכאמאל, אפילו חאמאס בויט זיך צוריק אויף.

די גרעסטע ראי׳ איז ביי די ארויסציאונג פון עזה אין 2005 אונטער אריאל שרון, האט ער געשריגן אז סיי וועלעכע אויפבוי פון סיי וועלעכע טעראר ארגענעזאציע וועט מען צירוק אריינגיין אין עזה און זיכער מאכן צו עלימינירן די סכנה, און, די רעשט איז היסטוריה…

סוי פראביר צו פארשטיין פארוואס מ׳האט דאן אדורכגעלאזט ראקעטן, טעראר אטאקע׳ס וכו. און נישט אריינגעגאנגען אויף אוועקצונעמען די סכנה, און שטעל עס צו, צום היינטיגן טאג.
 
לעצט רעדאגירט:
מען דארף בלייבען דארט ביז משיח׳ס טאג, מען האט זיי שוין פרובירט צי געבען אינדעפענדטנס און ס׳האט נישט געארבעט
 
לעצט רעדאגירט:
מען דארף בלייבען דארט ביז משיח׳ס טאג, מען האט זיי שענן פרובירט צי געבען אינדעפענדטנס און ס׳האט נישט געארבעט
גיוואלד!!!

משיח קען דאך נישט קומען אויב וועט מען נישט אויפלעזן די גאנצע מדינה…🤣
 
וועט ער מוזען מודיע זיין א האלבע שעה פאר ער קומט, אויף הפקר טאר מען עס נישט לאזען.
 
אסאך מענטשן טענה'ן אז די עיסקת שליט איז געווען די גורם פאר די אקט. 7 טעראר אטאקע (און צוליב דעם דארף מען און מ'טאר נישט, מסכים זיין צו א עיסקה יעצט, וואס נעמט אריין צו באפרייען טעראריסטן, ווייל דאס וועט ח"ו ברענגען נאך אן אקט. 7).

די מציאות איז אבער, אז די עיקר שולדיגע אין די טעראר אטאקע, זענען די מענטשן אינטשארדזש (אנגעפאנגען ביים ראש ממשלה, און גענדיגט ביים קלענסטן סאלדאט אין די מודיעין קאמיוניטי וואס האט נישט אויפגעכאפט די סיגנאלן, און אלע אינמיטן, רמטכ"ל, מטכ"ל, ראש אמ"ן, ראש השב"כ, וכו' וכו'), אזוי אויך די אזוי גערופענע קאנסעפציע, די געלט שיקן צו כאמאס, וכו' וכו'.

דאס אז א גרויס חלק פון די טעראריסטן זענען געקומען פון עיסקת שליט (צווישן זיי סינוואר ימ"ש אליין), איז - כמעט - א זייטיגע פרט.

מינינג טא סעי, די מענטשן אין טשארדזש זיי זענען דא, מ'האט זיי אויסגעוועלט כדי צו אפהיטן די לאנד, זיי זענען דורכגעפאלן - מיאוס דורכגעפאלן, ליידער.
וואו קומט אריין צו זאגן, אז א גרויס חלק פון די טעראריסטן האט מען באפרייט ביי די עיסקת שליט? דעמאלטס האבן די פירער פונעם לאנד געהאט א פליכט צו ראטעווען זייערס א סאלדאט וואס איז פארכאפט. און נאכדעם האבן די פירער פונעם לאנד געהאט א פליכט צו אפהיטן די לאנד, טאקע פון די טעראריסטן וואס זיי האבן ארויסגעלאזט.
דורכגעפאלן זענען די פירער פונעם לאנד וואס האבן נישט געקענט אפהיטן די לאנד אקט. 7, נישט די פירער וואס האבן באפרייט די טעראריסטן כדי צו באקומען שליט (גראדע איז ביבי געווען ביי ביידע ראה"מ, כ'מיין נאר די געדאנק).

די זעלבע קושיא איז לגבי די סרבנות, וואס די רעכטע טענה'ן אז דאס האט אנגעברענגט אז סינוואר זאל אטאקירן די לאנד.
אפילו לו יצוייר די סרבנות האט אנגעמאכט אז סינוואר זאל אטאקירן די לאנד, איז די טענה אבער אויף די פירער פונעם לאנד וואס האבן דורכגעפאלן צו באשיצן די לאנד.
די וואס האבן געזאגט אז זיי גייען זיך נישט שטעלן במילואים וועגן די רפורמה, אויב זיי זענען געווען גערעכט (ד"ה לפי דעתם זענען זיי געווען גערעכט, ווייל זיי האבן פרובירט אפצושטעלן די מדינה צו ווערן ווייניגער דעמאקראטיש - לפי דעתם) האבן זיי געטון וואס זיי האבן געדארפט טון, די פירער פונעם לאנד זענען דורכגעפאלן צו באשיצן די לאנד.
די וואס האלטן אז זיי האבן נישט גוט געטון, האט עס אבער נישט מיט די טעראר
3 זאכן קענען זיין אמת אין די זעלבע צייט.

-דער וואס ברענגט אריין א ווילדער בייסיגער הונט אינעם נייבערהוד קומט זיך 2 גוטע פראסקעס.

-דער וואס טרענירט דעם הונט אז בייסן מענטשן וועט אים ברענגען געשמאקע זאכן, קומט אים אויך אפאר גוטע ציפעס.

-און דער וואס מאכט נישט גוט צו די געיט אויפן הונט, דעם קומט זיך ווייטער אפאר ברענעדיגע פעטש.

דאס אז די מדינה, מיליטער, שב"כ און אמ"ן זענען דורכגעפאלן אין זייער ארבעט מיינט נישט אז ס'איז געווען א קלוגע זאך צו אויסלערנען טעראריסטן אז פארכאפן סאלדאטן צאלט זיך זיי שענער אויס ווי נישט-פארכאפן.

איך בין מסכים אז בימים ההם איז געווען גאר שטארקע שטיצע דערפאר, דאס מיינט אבער נישט אז ס'איז נישט געווען קיין טעות.
אז מען האט א טעות, לערנט מען זיך עפעס דערפון, און מען טוישט מהלך.
 
ביזסט גערעכט. (כ'האב שוין נישט געדענקט וואס איך האב געהאלטן דעמאלטס, האב איך עס געדארפט איבערליינען...).

אבער דער עיקר ווארט איז, אז דער הונט וואס האט געביסן מענטשן, האט געהאט א מענטש אינצווישן זיינע ציינער, און כדאי ער זאל אים אפלאזן האט מען אים געדארפט צו ווארפן א שטיקל פלייש.

נאכדעם, האט מען געדארפט זיכער מאכן אז ער קען שוין נישט בייסן, צו דורך א מויל-שלאס, צו דורכן פארשיקן פון די געגנט.
אבער בשעת מעשה, האט מען געדארפט צואווארפן א שטיקל פלייש. והבן.
 
דיין משל גייט מיר עפעס נישט אריין אין קאפ.

באפרייען טויזנט טעראריסטן צווישן זיי מערערע פירער, אן א וועג וויאזוי דו קענסט זיי תיכף ומיד צוריקכאפן, איז מיר שווער צוצוגלייכן צו דאס צו ווארפן א שטיקל פלייש.

איך וואלט עס ענדערש צוגעגליכן צו אריינברענגען א פרישע פאר הונדערט ווילדע הינט, און עס איבערגעבן פאר דעם זעלבן אינגערמאן וואס האט געעפנט די געיט די ערשטע מאל, און נאך אויף אן אופן וואס די פאליציי קען נישט אוועק נעמען די פרישע הונדערטער הינט וואס מען האט אריינגעברענגט.
 
ס'דא צוויי חלקים אין די טענה אז עיסקת שליט איז שולדיג אין אקט' 7, 1. אז זיי האבן געזען אז ס'לוינט זיך צו פארכאפן, 2. אז מ'האט באפרייט טעראריסטן צווישן זיי, פירער.

איצטערט אזוי, מיין משל גייט ארויף אויף די ערשטע טענה (ווייל דאס איז די עיקר פון וואס מ'רעדט געווענליך). ווען מ'געבט א שטיקל פלייש פארן הונט, פארשטייט ער אז ס'לוינט זיך צו כאפן נאך א מענטש, ווייל דעמאלטס וועט מען אים באגיסן מיט נאך פלייש.

דיין משל גייט מער ארויף אויף די צווייטע טענה. איז לאמיר גיין ווייטער מיט דיין משל, ס'דא א אינגערמאן פארכאפט צווישן א הונט'ס ציינער, גרייט צו ווערן פארצוקט, און קומט א מומחה און זאגט אויב ברענגסטו אריין דא אין די געגנט נאך 100 הינט, וועט די הונט ווערן פרייליך און ארויסלאזן דעם אינגערמאן פון זיינע ציינער. און אזוי האט מען טאקע געטון.
אבער, אוי א בראך, די 100 הינט האבן באפאלן אלע איבריגע איינוואוינער.

יעצט, פארשטייט זיך אז מ'קען זאגן אז דער מומחה מיט די באהערדע, זענען שולדיג אין דעם מצב, און אזוי וואלט יעדער געזאגט פשוט.
אבער, מ'קען אויך זאגן, אז די וואס זענען געווען געשטעלט אויף אריינצוברענגען די 100 הינט, האבן געדארפט זיכער מאכן, אז די הינט זענען צוגעבינדן וכדו'. אבער דער מומחה מיט די באהערדע, זיי זענען נישט שולדיג, זיי האבן געטון באותו רגע ובאותו מצב, וואס זיי האבן געדארפט טון כדי צו באפרייען יענעם אינגערמאן.

די אמת איז אבער, אז מ'קען עס טאקע אנקוקן ביידע וועגן. און איך האב סה"כ געשטעלט א טעזע, צו אפווארפן די אנגענומענע מיינונג, אז עיסקת שליט האט דאס צוגעברענגט. ס'מיינט אבער נישט אז איך בין 100% זיכער אינדעם. ופשוט הוא.
 
מיין ארגומענט דא איז בכלל נישט אויף וואס מען האט געטוהן דעמאלט בימים ההם.
מיין ארגומענט איז ענדערש אויפן הווה.

נאכדעם וואס עטס ווייסט ווי שטארק מען קען זיך פארלאזן אויף ענקער "מען וועט שוין קעיר נעמען" (סיי פון די פאליטיקאנטן אבער גארנישט ווייניגער די מיליטער און אמ"ן), מאכט בכלל נישט קיין סענס זיך אויפפירן ווי אין יענער צייט פאר צוואנציג יאר צוריק.
 
מינינג טא סעי, די מענטשן אין טשארדזש זיי זענען דא, מ'האט זיי אויסגעוועלט כדי צו אפהיטן די לאנד, זיי זענען דורכגעפאלן - מיאוס דורכגעפאלן, ליידער.
וואו קומט אריין צו זאגן, אז א גרויס חלק פון די טעראריסטן האט מען באפרייט ביי די עיסקת שליט? דעמאלטס האבן די פירער פונעם לאנד געהאט א פליכט צו ראטעווען זייערס א סאלדאט וואס איז פארכאפט. און נאכדעם האבן די פירער פונעם לאנד געהאט א פליכט צו אפהיטן די לאנד, טאקע פון די טעראריסטן וואס זיי האבן ארויסגעלאזט.
דורכגעפאלן זענען די פירער פונעם לאנד וואס האבן נישט געקענט אפהיטן די לאנד אקט. 7, נישט די פירער וואס האבן באפרייט די טעראריסטן כדי צו באקומען שליט
100%, אין ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ דעי טאקינג פאונט וואס די מדינה וויינט די לעצטע יאר צייט, אז חאמאס זאגט קלאר אז זיי וואלטן איבער געטון OCT. 7 ווען זיי קענען וועין, סא פארדעם דארפן זיי בלייבן אין עזה ביז די לעצטע פון זיי איז טויט!

רילי..? האסט דיך גארנישט געלערנט? ענק האבן טאקע מורא פון א צווייטע אקטאבער 7? שעימסט דיך נישט עס צי זאגן?

ארבעט אויף דיין סקיורעטי אביסל!! בויעטס א ביג ביוטיפול וואנט אויף די גאנצע גרעניץ..

וואט עי באנטש אף קלאונס
 
און???

האלסט טאקע אז דאס איז עס? מיט א וואנט האט מען אלעס געסאלווד?

האלסט טאקע אז חמאס וועט נישט קענען אויפקומען מיט איידיעס איבערצוקומען דעם וואנט (צו האט מען אין אמעריקע נישט געהערט פון די טויזנטער ראקעטן וואס זיי האבן געשאסן?...:unsure:)

די פאליציי-קרימינאל געים גייט שוין אן פאר טויזנטער יארן, און די קרימינאלן זענען אלס איין טריט אוועק פון די פאליציי...
אוודאי איז אוועקנעמען די געפאר א פיל בעסערע פלאן ווי פשוט פרובירן זיי איבערצוקלוגן.

די פראנצויזן האבן אויך געמיינט אז די ארדענס וועלדער וועלן קיינמאל נישט זיין מעגליך עס דורכצוגיין, און זיי זענען גערעכט געווען דערמיט, ביז.... ביז זיי זענען מער נישט גערעכט געווען דערמיט (אין 1940).

היסטאריע איז פול מיט משלים פון גרופעס וואס האבן באוויזן דורכצוברעכן אום דורכברעכבארע פלעצער.
אוודאי איז בעסער אוועקצונעמען דעם געפאר ווי איידער פשוט עס צו פרובירן צו בלאקירן.

ווען חמאס זאגט אז זיי ווילן עס טוהן נאכאמאל איז זייער כוונה נישט אז זיי ווילן נאכאמאל אריינפליען מיט פאראגליידערס צו א נובא פעסטיוואל... זייער כוונה איז אז זיי וועלן ארבעטן איבערמידליך צו טרעפן כל מיני וועגן צו הארגענען ישראלים.
 
האלסט טאקע אז דאס איז עס? מיט א וואנט האט מען אלעס געסאלווד?
ערשטענס, איך האף די פארשטייסט אז א וואנט איז נאר געוען א משל,

צוויטענס, איך האלט אויך מ'זאל טויטען יעדעם איינעם פון דארט, אבער איך האלט אויך וואס איך מיין @כספי זאגט אויך אזוי, אז א"י זאל איינגיין אויף עני דיעל וואס באפרייט אלע משכונות... עני דיעל!!, ס'ליידער שוין נישט געבליבן צי סאך..

איי די לאזט ארויס די טערעריסטן פון די נעקסטע טערער אטאקע? איי ס'מיינט אז די דארפסט פאקן פעק אין ענדיגן די מלחחמה? אבער וואס זענען די משכונות שילדיג אז יא פאקט אפ?

היט אפ דיין לאנד

לעטס בי אנעסט, די מדינה ווייסט אויך אז דורך הארגענען טערעריסטן אליין האסטו גארנישט אויפגעטון, די דארפסט אפהיטן דיין לאנד, אין וויזוי זאגט די רבי? די מדינה זאל אינטערגיין, איי וואס וועט זיין? ס'דאך א סכנה? אינז דארפן נישט געבן פארן באשעפער קיין עצות, די זעלבע זאך דא, א"י איז גענוג קליג, זיי ווייסן ווי אזוי זיך צי פראטעקטן, (ס'קוקט נאר אויס ווי זייי ווילן נישט)

אין אויב א"י האט נישט קיין מהלך צי אפהיטן די לאנד אין זייערע בירגער, פון אלע געפארן וואס קען אמאל קומען, איז עס א שיטי לאנד,

לדוגמה, טראמפ האט יעצט צירוגעשטעלט זיין בען אויף געוויסע לענדער וואס האדעווען טערעריסטן.. אין א"י אן די אדער הענד געבט ארבעט וויזעס פאר מענטשן פון עזה? זענען זיי אויפן קאפ געפאלן?

אויך, איך קען מיר עכט נישט אזוי גוט אויס מיט די מעפ דארט, אדרבה איינער זאל מיר מסביר זיין ווי אזוי איז דא טעראר אטאקעס אין א"י דורך טערעריסטן פון די מערב ברעג יעדע שני וחמישי? פארוואס איז א"י נישט ארומגענומען מיט א בארדער פון אלע זייטן ווי א נארמאלע מענטש?
 
Back
Top