- זיך איינגעשריבן
- מאי 20, 2024
- מעסעדזשעס
- 621
- רעאקציע ראטע
- 3,947
- פונקטן
- 423
שטארק ניכר פון דיינע ווערטער אז דו קענסט זיך נישט אויס דארט...
מ'קען נישט מאכן קיין גרעניצן דארט פאר עטליכע סיבות, איינס ווייל אידן וואוינען אויך דארט, ס'איז דא גאר אסאך אידישע ישובים צווישן די שטחים, ווי זאל מען מאכן די גרעניץ.
צווייטנס אז דו מאכסט א מויער ארום די מעריב ברעג מיינט עס אז דו געבסט עס אויף, און דו געבסט זיי א לאנד, וואס דאס האלטן זיי נישט דערביי בשום אופן, פאר פארשידענע סיבות, גערעכטע און נישט גערעכטע.
איינע פון די סיבות פארוואס מ'געבט ארבעטס פערמיטן פאר די דרויסנדיגע אראבערס איז ווייל ווען נישט וואלטן די ארבעטס פעאיגע מענטשן משוגע געווארן פון די ליידיגע צייט און נישט געהאט קיין פרנסה, זיי וואלטן געזיצן און געטראכט א גאנצע טאג וואסערע טעראר אטאקעס מ'קען מאכן, יעצט עטליסט איז נאר א גרויסע חלק ארבעטסלאז.
מ'קען נישט פארגלייכן טראמפס טרעוול בען צו מדינת ישראל, טראמפ בענט מענטשן פון די אנדערע עק וועלט צו קומען קיין אמעריקא, בשעת אין מדינת ישראל זענען זיי אראונד דע קארנער.