איך פארשטיי דיך זייער גוט פארן נישט אפילו וועלן אריינגיין אין אזא נערישע טענהעריי אזויווי דו האסט שוין ערווענט אויבן, אבער איך מיין אז ס'איז דייקא יא וויכטיג, און איך וועל מסביר זיין פארוואס. א חלק פון די חו"ל פראבלעם איז נישט נאר אז מ'קען נישט אזויפיל לערנען ווי ארץ ישראל, נאר זיי (בעיקר טאקע די סאטמארע וואס האבן א שטיקל אגענדע דערביי) הייבן בכלל נישט אן צו כאפן וואס א תלמוד חכם איז. זייער גרעסטע השגה אין תלמוד חכם איז ריח"מ פרידמאן אדער רז"ל פילאף. די מושג פון תלמוד חכם וואס איז דא אין ארץ ישראל איז גאר ווייניג מצוי דא. איך רעד נישט אפילו פון די באקאנטע נעמען כדוגמא ר' שאול אלתר, ר' בערל ווייס, וכדו' נאר אפילו אין כמעט יעדע ישיבהלע קען מען טרעפן ערנסטע שס אידן וואס קיינער ווייסט אפילו נישט פון זיי.