@שפן הסופר זייער שטארק און קלאר ארויסגעברענגט
איך וואלט אפשר צוגעלייגט א קליינע נקודה אין דעם
איך מיין אז ביז לעצטענס (בין נישט זיכער ווי לאנג, צעהן יאר צוואנציג יאר בערך)
איז אלץ א טייל פון יענע מיני מערידזשעס אין אונזער סאסייעטי און אפי‘ איבעראל
(ס‘איז זיכער מער היינט אפילו אין די דרויסענדיגע וועלט)
די חלק אז מענטשן זוכן מער א טיפערע קשר מיט מער באדייט און עמקות
ממילא איז עס אגב אסאך שווערער בכלל אין שלום בית ווייל מדארף זיך אסאך מער אויסארבעטן
אמאל איז עס מער געווען א שותפות איידיע, איך טו פאר דיר און דו פאר מיך
די מאן האט אבער געלעבט זיין לעבן און זיין חיות אין זיין וועלט, חברים, תורה, ביזנעס.
די גרעסטע טויש לדעתי איז געקומען מצד די פרויען, טו סאם עקסטענט זענען פרויען געווען
אסאך מער בבחינת מקבל ווי היינט, זיי האבן עכט געלעבט מיט דער מאנס גוט ווארט
אדער ליבע דא, דארטן, זיי האבן נישט געהאט קיין גרויסע טיפע צרכים חוץ מזה,
איך גיי נישט יעצט אריין אין דעם אויב עס איז א גוטע זאך דיר שינוי (עס וואלט גרדא געווען א אינטערסאנטע דיסקוסיע, ווייל מצד אחד איז עס דעמאלטס געווען אביסל שלעכטצו פרויען, מצד שני זה ען זיי דעמאלטס געווען צופרידן מיט ווייניגער)
למעשה אבער זעט מען קלארע חילוקים אין דעם, שטארקע שינוים,
אסאך פרויען היינט וויל מער טיפקייט אין קשר, סתם העלפן און קאמפלימענטס דעקט נישט, און איך פארשטיי זיי מיליאן פערצענט, אבער עס איז נאכאלץ קלאר אז אמאל האבן פרויען און אידישע מאמעס געארבעט אסאך שווערער פיזיש, סיי שטוב ארבעט, און נאך, און געווען אסאך מער נכנע און עכט בטל ומבוטל צו די מענער אפי ער איז געווען א פשוט‘ע האלץ האקער, מיט א פיל קלענערע מעינטענענס, טב למיתב טן דו האט מען געקענט זען כפשוטו....
איך האף מהאט פארשטאנען מיין נקודה ויש להאריך בזה
אדרבה איך קען באשטיין צו הערן אנדערע און קלוגערע אפיניענס אין דעם