שידוכים אדער דעיטן?

סא וואט? קדם איז אויך דא צו מאכן געלט, און ס'איז פיינע גרעיפדשזוס.
האסט שוין טועם געווען אנדערע גרעיפ זשוס? קדם איז וואסער , נישט קיין עכטע גרעיפ זשוס, און זיי האבן נישט קיין קאמפיטאשען,
די זעלבע טאקע מיט עקשטיין ער לאזט זיך אריין אין א נושא אן קאמפיטאשען
 
@שפן הסופר זייער שטארק און קלאר ארויסגעברענגט
איך וואלט אפשר צוגעלייגט א קליינע נקודה אין דעם
איך מיין אז ביז לעצטענס (בין נישט זיכער ווי לאנג, צעהן יאר צוואנציג יאר בערך)
איז אלץ א טייל פון יענע מיני מערידזשעס אין אונזער סאסייעטי און אפי‘ איבעראל
(ס‘איז זיכער מער היינט אפילו אין די דרויסענדיגע וועלט)
די חלק אז מענטשן זוכן מער א טיפערע קשר מיט מער באדייט און עמקות
ממילא איז עס אגב אסאך שווערער בכלל אין שלום בית ווייל מדארף זיך אסאך מער אויסארבעטן
אמאל איז עס מער געווען א שותפות איידיע, איך טו פאר דיר און דו פאר מיך
די מאן האט אבער געלעבט זיין לעבן און זיין חיות אין זיין וועלט, חברים, תורה, ביזנעס.

די גרעסטע טויש לדעתי איז געקומען מצד די פרויען, טו סאם עקסטענט זענען פרויען געווען
אסאך מער בבחינת מקבל ווי היינט, זיי האבן עכט געלעבט מיט דער מאנס גוט ווארט
אדער ליבע דא, דארטן, זיי האבן נישט געהאט קיין גרויסע טיפע צרכים חוץ מזה,
איך גיי נישט יעצט אריין אין דעם אויב עס איז א גוטע זאך דיר שינוי (עס וואלט גרדא געווען א אינטערסאנטע דיסקוסיע, ווייל מצד אחד איז עס דעמאלטס געווען אביסל שלעכטצו פרויען, מצד שני זה ען זיי דעמאלטס געווען צופרידן מיט ווייניגער)

למעשה אבער זעט מען קלארע חילוקים אין דעם, שטארקע שינוים,
אסאך פרויען היינט וויל מער טיפקייט אין קשר, סתם העלפן און קאמפלימענטס דעקט נישט, און איך פארשטיי זיי מיליאן פערצענט, אבער עס איז נאכאלץ קלאר אז אמאל האבן פרויען און אידישע מאמעס געארבעט אסאך שווערער פיזיש, סיי שטוב ארבעט, און נאך, און געווען אסאך מער נכנע און עכט בטל ומבוטל צו די מענער אפי ער איז געווען א פשוט‘ע האלץ האקער, מיט א פיל קלענערע מעינטענענס, טב למיתב טן דו האט מען געקענט זען כפשוטו....

איך האף מהאט פארשטאנען מיין נקודה ויש להאריך בזה
אדרבה איך קען באשטיין צו הערן אנדערע און קלוגערע אפיניענס אין דעם
דאס איז קלאהר אז אפילו לעצטענס פאר די איינפירעכץ
פון חתן טיטשערס איז געוועהן א דבר פשוט ביי די בחורים און די מיידלעך,אז מען האט חתונה און מען שטעלט א שטוב איש ואשתו, מיינט עס דער מאן איז בעל הבית, און די פרוי דעפערט צו איהם, דער מאן סעט די טאון , עס איז בכלל נישט קיין פחיתות הכבוד פאר די פרוי ווייל אין יעדע שותפות האט יעדער א ראול,און עס מוז זיין איינער וואס האט די לעצטע ווארט דרך כלל , די היינטיגע טיטשערס מיין איך זענען מטשטש די גבולים און מאכען די מאן פאר א אסקופה הנדרסת, אנשטאהט ווי עס קומט אז דער מאן דארף זיין כמו שר או מלך און ער פון זיין זייט דארף איהר מכבד זיין יותר מגופו מיט אהבה מיט רעספעקט פון וואס קומט מיוטשועל .
 
די פראבלעמען מיט אונזער שידוכים סיסטעם, איך האלט נישט ס'איז איינגעצוימט דזשאסט צו בעשוי ווס דעיטן.

פראבלעמען מיט די יעצטיגע בעשוי סיסטעם
  • די טאטע מאמע קענען נישט זייער קינד
  • אפילו זיי קענען די קינד וועלן זיי זוכן א שידוך וואס פיט מיט זייער סטאנדארד
  • די בחור/מיידל קענען זיך אליינס נישט ווייל זיי זענען אינגע שנוקעס.
  • ער וויל ווערן א חתן ווייל זיין גאנצע עידזש זענען שוין חתנים
  • זי וויל ווערן א כלה ווייל זי וויל שוין פאשען א קערידזש אזוי ווי א עכטע מאמע
  • מ'האט נישט קיין אינטערעקשן מיט די פארקערטע דזשענדער, סא ביי די בעשוי ווערט מען פארבלענדעט.
  • מ'האט סעקס מיט א מענטש וואס דו האסט ערשט אפאר שעה צירוק זיך באקענט.
  • רוב מענטשן נעמען נישט קיין בירט קאנטראל, סא די צייט וואס דו דארפסט דיך אפישעלי באקענען מיט דיין ווייב, ווערט זי גלייך פרעגנעט, סא גיי גט דיך יעצט דו סעלפיש מענטש.

  • מעגליכע סעלושענס פאר די בעשוי סיסטעם
  • ארויפרוקן די שידוכים עידזש צו מינימום 20 יאר
  • בחורים זאלן גיין ארבעטן ביי די 18 (לכתחילה אין א אפיס ווי ס'דא פרויען)
  • די טאטע מאמע זאלן האבן א האנעסט שמועס מיט זייער זון ווען ער ווערט 20 וואס ער זוכט אין א מיידל.
  • ווען די טאטע מאמע טרעפן א מיידל וואס שטימט מיט זייער זונ'ס געברויכן זאל מען פרעגן די בעסיק אינפארמאציע, און גלייך נאכדעם זאל מען גיין צו א בעשוי, דאס טייטשט אז די בעשוי איז א חלק פון די פראסעס צו זעהן צו זיי זענען געמאכט פאר איינער דעם צווייטן, די בעשוי איז נישט די לעצטע זאך, ס'איז די ערשטע זאך. מ'לאזט זיי שמועסן אליינס פאר א שעה, און ביידע עלטערן גייען ארויס פון די הויז,
  • נאך די שעה, גייט די בחור אהיים און ער קען עס דורך שמועסן מיט זיין טאטע, מאמע, משפיע, מורה דרך, מ'זאגט נישט יא אדער ניין אין די מיידלס הויז גלייך נאך די בעשוי. אויב די בעשוי איז געווען גוט, קען מען פרעגן נאך אינפארמאציע, און/אדער בעטן פאר נאך א בעשוי, אפשר יעצט אין די בחור'ס הויז.
  • אויב ס'איז א מזל טוב, זאלן זיך די חתן כלה כסדר טרעפן און קאלן, אזוי ביי די חתונה קען מען זיך שוין אביסל, און מ'גייט נישט אין בעט מיט א פרעמדע פרוי.
  • אויב מ'טוט עס נישט זאל די מצוה די ערשטע נאכט זיין אפשענל, אויב איינער איז נאך אומבאקוועם זאל מען עס נישט דארפן טון.
  • בירט קאנטראל פאר מינומום א יאר.
דיינע סאלושנס אנטהאלט גוטע געדאנקען ווען מען זוכט באלאנס.

גיין ארבעטן, מאכט ערוואקסן. די פריער מען הייבט אן, די שנעלער ווערט מען מעטשור.
 
דאס איז קלאהר אז אפילו לעצטענס פאר די איינפירעכץ
פון חתן טיטשערס איז געוועהן א דבר פשוט ביי די בחורים און די מיידלעך,אז מען האט חתונה און מען שטעלט א שטוב איש ואשתו, מיינט עס דער מאן איז בעל הבית, און די פרוי דעפערט צו איהם, דער מאן סעט די טאון , עס איז בכלל נישט קיין פחיתות הכבוד פאר די פרוי ווייל אין יעדע שותפות האט יעדער א ראול,און עס מוז זיין איינער וואס האט די לעצטע ווארט דרך כלל , די היינטיגע טיטשערס מיין איך זענען מטשטש די גבולים און מאכען די מאן פאר א אסקופה הנדרסת, אנשטאהט ווי עס קומט אז דער מאן דארף זיין כמו שר או מלך און ער פון זיין זייט דארף איהר מכבד זיין יותר מגופו מיט אהבה מיט רעספעקט פון וואס קומט מיוטשועל .
אין אן ערוואקסענע רילעישינשיפ איז נישט קיינער בעל הבית, נארמאלע ערוואקסענע מענטשן דארפן נישט אונטערדרוקען פרויען צו באקומען וואס זיי ווילן
 
צו די פראגע פון די שמועס איבער שידוכים אדער דעיטן.
איך מיין אז ערשטנס דארף מען געבן פאר די בחורים און מיידלעך אביסל טראסט און אינדעפענדענטס, מען זאל זיין אנקוקן ווי ערוואקסענע מענטשן און נישט מאכן שפירן ווי קליינע קינדער.
דאס וועט מאכן אז זיי זאלן זיך אנהייבן באקענען מיט זיך אליין. זיי זאלן זיך אליין נעמען סיריעס, און זיי זאלן אנהייבן טראכטן וויאזוי זיי ווילן זייער לעבן זאל אויסקוקן.
איינמאל זיי ווייסן ווער זיי זענען, וואס זיי ווילן, קען מען בכלל צוגיין צו א שידוך.
דעמאלט מאכט שוין נישט אזא גרויסע חילוק אויב מען גייט זיך דעיטן אדער נישט.
די יעצטיגע מהלך פון אוטנערדרוקן די בחורים און מיידלעך און זיי בכלל נישט געבן די מעגליכקייט צו טראכן ווער זיי זענען, מאכט אז מען זאל זיך הערשט באקענען מיט זיך אליין עטליכע יאר נאך די חתונה ווען מען האט שוין א שטוב מיט קינדער.
און פלוצלינג כאפט מען זיך אז מען איז בכלל נישט אויף די זעלבע פעידזש ווי די ווייב, מען כאפט זיך אז מען שטעלט אויף א פרישע דור פון אידיאטן וואס וועלן נאכטון וואס מען האט דיר מאנופילירט צו טון.
און דעמאלט איז שוין זייער שווער צו טוישן.
 
אמת אבער דאס איז רוב א עידזש זאך. קענסט נעמען אַן אכצן יעריגן און פרובירן מאכן שפירן װי א גרױסער אבער אין פאקט בלײבט ער נאר א שנוק װאס איז נישט ביכולת צו לוּקְן אהעד אױף מער פון עטליכע חדשים פאראױס.
 
אין אן ערוואקסענע רילעישינשיפ איז נישט קיינער בעל הבית, נארמאלע ערוואקסענע מענטשן דארפן נישט אונטערדרוקען פרויען צו באקומען וואס זיי ווילן
ביסט גערעכט זיכער טאהר מען נישט אונטערדריקען א פרוי זי איז איקוועל צו דער מאן מיט רעספעקט און אהבה ,
אבער דער מאן דארף זיין דער בעל הבית און וודאי זיך רעכענען מיט איהר אזוי קומט עס אין אידעאל,
דרך אגב דער לשון שר ומלך איז פון רמב״ם הלכות אישות וואס טעמו לא פג וריחו לא נמר .
 
דיינע סאלושנס אנטהאלט גוטע געדאנקען ווען מען זוכט באלאנס.

גיין ארבעטן, מאכט ערוואקסן. די פריער מען הייבט אן, די שנעלער ווערט מען מעטשור.
להערה איז ג׳יין ארבעטען פאר די חתונה צו ראדיקאל
אבער מעין זה וואלט געוועהן א געוואלדיגע צורך אז א בחור זאל זיך קונה זיין אן אומנות פאר די חתונה, ווי עס שטייט דער חיוב אין די משנה און אז מען טוט עס נישט איז דאס א גורם פון אהן א שיעור פראבלעמן , יעדע בחור דארף וועהן האבען ווען ער גייט שטעלן א שטוב א בעיסיס פאר פרנסה און אז מען האט א אומנות האט מען עפעס אינדערהאנט היינט איז דאך דא גענוג אומנות נקיה וקלה
 
ביסט גערעכט זיכער טאהר מען נישט אונטערדריקען א פרוי זי איז איקוועל צו דער מאן מיט רעספעקט און אהבה ,
אבער דער מאן דארף זיין דער בעל הבית און וודאי זיך רעכענען מיט איהר אזוי קומט עס אין אידעאל,
דרך אגב דער לשון שר ומלך איז פון רמב״ם הלכות אישות וואס טעמו לא פג וריחו לא נמר .
חוץ פון דעם וואס די פרויען נאטירלעך ווילן דאס. ואל אשך תשוקתך. זיי זענען בטבע מקבלים. די היינטיגע ליבעראלע וועלט טרייט עס צו פארדרייען און די דעמעדזש אויף די וועלט איז pretty visual
 
דאס מיינט נישט איקוועל
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
חוץ פון דעם וואס די פרויען נאטירלעך ווילן דאס. ואל אשך תשוקתך. זיי זענען בטבע מקבלים. די היינטיגע ליבעראלע וועלט טרייט עס צו פארדרייען און די דעמעדזש אויף די וועלט איז pretty visual
פון ווי נעמסטו דאס?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
מיין בליק אויף די נושא:
די סיבה פארוואס מיר האבן א שידוכים סיסטעם איז דירעקט פארבונדן מיט די וועג וויאזוי מיר וואקסן אויף. אויב עס איז נישט דא קיין שום אינטעראקציע צווישן די צוויי מינים ביז דאַן, איז נישט דא קיין אנדערע וועג וויאזוי דאס צו טון. אויב דער חתונה איז די ערשטע אינטראדאקציע צו די באגריף פון קשר צווישן די מינים, דארף עס ווערן געטון אויף דעם אופן. אוודאי דארף עס געטון ווערן ריכטיג, מיט די מערסטע אינפארמאציע מעגליך, און ווי מער עס איז שייך צו אפלערנען דער אנדערע זייט. און מיט די פילע הסכמה פונעם קינד. אבער די עכטע קשר וועט נאר געשען נאך די חתונה.
ממילא, די צוויי סיסטעמען עקזיסטירן נישט אין א וואקיום. און זיי זענען ביידע גוט פאר וועם עס איז דעזיינט.
אביעקטיוו מיין איך אז די בעסטע וואלט געווען עפעס אינצווישן. דהיינו: א מאדערנע לעבנסשטייגער ווי עס איז דא קשר צווישן די מינים און די שידוך פאסירט ארגאניש און נאטירלעך דורכן זיך טרעפן. אבער מיט א ציל צו טרעפן ליבע נאך די חתונה און 'צוליב' די חתונה. ליבע אין אפוועזנהייט פון די קשר פון א חתונה איז לדעתי פעלערהאפטיג. די אמת'ע ליבע קומט מכוח די קשר פון זיין חתונה געהאט צוזאמען, וואוינען צוזאמען אהן א חתונה איז די זעלבע ווי מיט די חתונה נאר אן די שיעבוד... און ממילא איז תלוי בדבר און קען נישט האלטן. ליבע איז נישט עפעס וואס עקזיסטירט, עס איז עפעס וואס מען דארף עררייכן. די מציאות אז מענטשן דעיטן פאר יארן לאנג און האבן נישט חתונה ווייזט אז זיי ווילן זיין צוזאמען נאר אן די שיעבוד.

צו צוזאמנעמען: די אפענקייט פון דעיטן, און די intentionality פון א שידוך.
 
Back
Top