ק.פ.
רבינו שליט''א באזוכט ביי א יונגעלע פון מוסדותינו הק' ב''פ ביים זיך ערהוילן פון זיין טראגעדיע פארגאנגענע שבת החודש אויף זיין האנט
די מעשה איז אז נעכטן דינסטאג נאך וואס דאקטוירים האבן באשטעטיגט אז ער וועט יא דארפן פארבלייבן אין שפיטאל אויף פסח האט דאס זייער צוקלאפט דעם כיתה ה' יונגל וואס איז שוין צוויי א האלב וואכן אין שפיטאל מיט יסורים צוריק צוזאמענצושטעלן זיין געשעדיגטע פינגער און ווען רבינו שליט''א האט באזוכט דעם קינד איז דאס געווען א מורא'דיגע חיזוק פאר אים און פאר זיין טאטע
זייענדיג דארט האט די רבי אים געגעבן א הגדה און אריינגעשריבן דערינען און די רבי האט אים געזאגט אז ער וועט מתפלל זיין אז ער זאל נאך קענען אהיימגיין פאר פסח און תפילות רבינו עשתה רושם צדיק גוזר און די דאקטער קומט היינט צופרי אריין און זאגט אז ער וועט יא קענען אהיימגיין פאר פסח און טאקע רעדנדיג יעצט איז דער יונגל שוין אינדערהיים...
View attachment 4200