- זיך איינגעשריבן
- מאי 17, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,872
- רעאקציע ראטע
- 7,177
- פונקטן
- 943
עס גייט נישט!
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
עס גייט נישט!
עס גייט, "אױב מיר װעלן נאכאמאל האבן דא די סטופיד ביטשעס װעלן מיר זײ ארױסװארפן. מיר קענען נישט האבן אזאנס דא; ספעציעל נישט פארמאסקירטע באנדיטקעס".
גראדע וואלט איך געפייגערט צו קענען ליינן דיינע זאפטיגע זאכן אבער ס'מיר צו שווער צו מפנח זיין דיין קאררעקטער וועג פון שרייבן אז איך הער אויף נאך א שורה צוויי, אדער איך היפ איבער דיינע הודעות.
איך שרײב נישט מיט אײאײַ.פליז שרייב דעם צוגעוואוינטן וועג, און העכסטענס וועסטו שוין קענען צוריק טוישן מיט עי איי צום קאררעקטן וועג ביום מן הימים
איך בעהט דיר ברחמים, טו דאס נישט!
דו שרייבסט מלא תוכן אבער דיין שפראך מאכט עס זייער שווער צו ליינען, עד כדי כך, אז געוויסע תגובות, בפרט לענגערע, וועל איך פשוט אויסלאזן, ווייל די ציינער פאלן מיר ארויס.
עס איז בכלל נישט קיין אידיש אדער יידיש. עס איז ענגלישע ווערטער, אפילו נישט ריכטיג ארויסגעשריבן, און צוגעלייגט אידישע נקודות דערצו, א מין ליצנות'דיגע פאראדקס...
בפרט אז יעדע סגול שרייבסטו מיט א צירי (פארקערט ווי סקווירא לאל), זייט ווען שרייבט מען נעימלעסס "ניימלעסס"?
דא האסטו אראפ פאררוקטע ווערטער וואס דו האסט געשריבן בלויז אין דעם אשכול:
- אװײלעבּל
- ריפלײסד
- אַרגיוּבְּלי...
קודם צוליב װאס עי שאפט א פראבלעם און א ספק אין פראָנאַונסיאײשְנס. עי קען טראַדישענלי, אין לשה"ק, האבן מאָלטיפּעל פראנאוּנסיאײשְנס. עס קען ארױסגעזאגט װערן אזױ װי 'עין' עז אין אױג (בײדע קאנסענענטס), 'עיקר' עז אין בּײסיק (די ע אַ קאנסענעט) און 'רעיון' עז אין געדאנק (די י אַ קאנסענענט). ולכן, פאר א מענטש װאס האט נישט געלערנט אין א טראדישענעל חדר און האט נישט באגעגנט די היברו װערטער װאס געפינען זיך אין אידיש און ער װײסט נישט זײער אױסלײג, פאר אים איז שװער צו װיסן װען אזױ און װען אזױ.
ווענד זיך אין די פליגער, נישט אין די פריוואטקייט, עס זענען דא וואס פארען זייער גוט.א זיסע צעלײג פון די "לאָקזשעריס" פון פליען מיט א פריװאטע פליגער:
חוץ פון װאס "פריװאטע פליגערס" זענען אָװערײטעד - עס איז װי זאקן אין א טאָמבל דרײער - װערן פריװאטע פליגערס, צוליב װאס זײ װערן זעלטן װאס אױסגעטשעקט, גענוצט צו שמוגלען מענטשן, דראָגס און װאפן.
די שרײבערקע רעדט זיך אפ אז נישט נאר לײדן פריװאטע פליגערס פון טערבּלענס, פון דײװערזשענס און זענען קלאָסטערפֿאָבּיק פיהל מער װי גרעסערע פליגערס נאר זײ זענען אױכעט אַנטיסאושעל און ענװײראָנמענטעלי נישט פרענדלי.
View attachment 10997
איך מיין אז מען דארף עפענען א וואוט פאר א פארשלאג צו אריין לייגן אין די שטאטוטן אז @קץ דוחק זאל שרייבן אין א געהייריגן יידיש,איז דא איינער וואס איז זיך גרייט מנדב צו זיין צו איבערטייטשן @קץ דוחק'ס תגובות אויף אידיש? עס זעהט אויס אינטערעסאנט
ווען א טיטשער קומט אריין אין קלאס און הייבט אן אויסלערנען אין פראנצויזיש - ווען קיין איין סטודענט פארשטייט עס נישט, האט ער צוויי ברירות, אדער אויפהערן פארלערנען די סוביעקט און אנשטאט דעם אויסלערנען די נייע שפראך, אדער גיין ווייטער זיין וועג און נישט האבן קיין צוהערער.מאך נישט קײן ליצנות. 'געהעריגן' און 'איבערזעצן' קומען מיט אַן ע װײל זײ זענען א סגול נישט א צירי.
איך בין אױך אױפגעװאקסן מיט א קארופטירטע חסידישע ײדיש און פונדעסטװעגן דאך זיך לײַכט אױסגעלערנט װי-אזױ צושרײַבן פּראָפּערלי.
דאס זענען נארישע טענות, אידיש און לשה"ק האבן אנדערע כללים, וויאזוי ווייסט איינער אז הערן ליינט מען מיט א סגול ווען אין לשה"ק ווערט די עין ארויסגעזאגט? דאס זענען די כללים אין אידיש. און ווי איראניש איז אז דו זארגסט זיך בכלל נישט וויאזוי וועט איינער וויסן די חילוק צווישן א צירי און א סקווירא-צירי/סגול.אבער דער ײװא נימוק פארװאס ענדישער צו נוצן יי, לױט װי איך פארשטײ, איז מולטי-פֿאַסעטעד:
קודם צוליב װאס עי שאפט א פראבלעם און א ספק אין פראָנאַונסיאײשְנס. עי קען טראַדישענלי, אין לשה"ק, האבן מאָלטיפּעל פראנאוּנסיאײשְנס. עס קען ארױסגעזאגט װערן אזױ װי 'עין' עז אין אױג (בײדע קאנסענענטס), 'עיקר' עז אין בּײסיק (די ע אַ קאנסענעט) און 'רעיון' עז אין געדאנק (די י אַ קאנסענענט). ולכן, פאר א מענטש װאס האט נישט געלערנט אין א טראדישענעל חדר און האט נישט באגעגנט די היברו װערטער װאס געפינען זיך אין אידיש און ער װײסט נישט זײער אױסלײג, פאר אים איז שװער צו װיסן װען אזױ און װען אזױ.
אין פּאַרטיקיוּלער, װי-אזױ װעט אײנער װיסן, װען ער באגעגנט עי אין א װארט, אױב זי צו לײענען אלס סינגְל װאַקאַל, צװײ קאנסענענטס, אדער אײנע א װאקאל און אײנע א קאנסענענט?
א וויכטיגע זאך צו אונטערשטרייכן איז אז קינדער וועלן ווייטער קענען קוקן סאציאלע מידיע נאר נישט עפענען אן אקאונט.װײניגער װי א דריטל עלטערן אין אסטראליע װעלן אינפארסירן די גאװערנמענט'ס פארבאט פאר קינדער יונגער פון 16 יאר פון צו באזיצן א סאושעל מידיא אקאונט װי פײסבוק, סנעפטשעט, רעדדיט, יוּטיוב און עקס אד"ג. 29 פראצענט האבן געזאגט זײ װעלן שטיצן די פארבאט דורכן אױסמעקן עפפס אױף זײערע קינדער'ס דעװײסעס, 53 פראצענט האבן געזאגט זײ װעלן אלײנס מחליט זײן צו-װאס זײערע קינדער קענען האבן צוטירט און 13 פראצענט האבן געזאגט זײ װעלן גארנישט טוהן.
עם כל זה האט די סערװײ פון 1,800 װאָטערס געװיזן אז 67 פראצענט זענען בְּעַד די בּען און נאר 15 פראצענט אנטקעגן.
מעטאַ, די פערענט קאמפאני פון אינסטעגראם און פײסבוק, און אלפֿאבעט די אָונער פון גוגל און יוטיוב האבן קאָנטעסטעד די בען, מיט יוטיוב זאגענדיג אז די בען װעט מאכן סאושעל מידיא פלאטפארמעס װײניגער סײף פאר קינדער.
אונטער די נײע לעגיסלײשאָן װאס קומט ארײן אין קראפט הײנט, װעלן סאושעל מידיא פלאטפארמעס דארפן נוצן אזעלכע מעטאדן װי פײס, װױס רעקאָגנישען און אײַדי װעריפיקײשאן צו זיכער מאכן אז די יוזערס פון זײערע סאפטװער זענען העכער 16 יאר אלט. דיע װאס האבן שױן אקאונטס אבער זענען מעגליך נאך אינגער פון 16 װעלן האבן זײערע אקאונטס קענסעלד ביז זײ װעריפײען זיך.
View attachment 10995