א נעץ פון צװישן 900 און 1,400 טענקערס (לאסט שיפן) דאָבּד די 'שעדאו פלאטע', טוען ארומסערקלען די װעלט, ארומפירענדיג באהאלטענערהײט, דורך כל מיני דרײדעלעך און דעסעפשאָנס, רוסלאנד'ס, איראן'ס און װענעזועלע'ס סענקשאָנד אױל.
די שיפן, אפט אלט, שװאך אינשוּרד און אפערירענדיג אונטער אונדורכזיכטיגע אָונערשיפ סטרוקטורן, זענען סײ א ענװײראמענטאלע געפאר און א פינאנציעלע לײף לײן פאר סאַנקציאנירטע רעזשימען. צװײ אזעלכע שיפן װעלכע האבן זיך איבערגעבראכן און דערטראנקען געװארן לעצטע דעצעמבער אין דער שװארצער ים האבן געשאפן א געשאצטע 14 ביליאן$ אין עקעלאגישע שאדנס. עס זענען געשעהן עטליעסט 9 אױל סליקס אין פארבינדונג צו שעדאו פלאטע װעסעלס (שיפן) זינט 2021.
די לעצטיגע פארכאפונגען פון עטליכע פון די טאנקירער (פינף אין צאל) -- צװישן זײ די מארינערא און די אָלינאַ, אדורכגעפירט דורך די יועס און אין די קײס פון די מארינעראַ, סופארטעד דורך גרױס בריטאניע -- טוט ענדליך לעכערן דעם פירהאנג איבער די לעגאלע אומזיכערקײט װאס האט געהערשט ביז הײנט װי אזױ זיך אומצוגײן מיט זײ, א פאקט װאס האט אפגעהאלטן פילע אײראפעאישע לענדער פון פעסטהאלטן (דיטײנען) אזױנע שיפן קראָסענדיג זײערע װאסערן.
View attachment 11887