טעגליכע נייעס+

א נעץ פון צװישן 900 און 1,400 טענקערס (לאסט שיפן) דאָבּד די 'שעדאו פלאטע', טוען ארומסערקלען די װעלט, ארומפירענדיג באהאלטענערהײט, דורך כל מיני דרײדעלעך און דעסעפשאָנס, רוסלאנד'ס, איראן'ס און װענעזועלע'ס סענקשאָנד אױל.

די שיפן, אפט אלט, שװאך אינשוּרד און אפערירענדיג אונטער אונדורכזיכטיגע אָונערשיפ סטרוקטורן, זענען סײ א ענװײראמענטאלע געפאר און א פינאנציעלע לײף לײן פאר סאַנקציאנירטע רעזשימען. צװײ אזעלכע שיפן װעלכע האבן זיך איבערגעבראכן און דערטראנקען געװארן לעצטע דעצעמבער אין דער שװארצער ים האבן געשאפן א געשאצטע 14 ביליאן$ אין עקעלאגישע שאדנס. עס זענען געשעהן עטליעסט 9 אױל סליקס אין פארבינדונג צו שעדאו פלאטע װעסעלס (שיפן) זינט 2021.

די לעצטיגע פארכאפונגען פון עטליכע פון די טאנקירער (פינף אין צאל) -- צװישן זײ די מארינערא און די אָלינאַ, אדורכגעפירט דורך די יועס און אין די קײס פון די מארינעראַ, סופארטעד דורך גרױס בריטאניע -- טוט ענדליך לעכערן דעם פירהאנג איבער די לעגאלע אומזיכערקײט װאס האט געהערשט ביז הײנט װי אזױ זיך אומצוגײן מיט זײ, א פאקט װאס האט אפגעהאלטן פילע אײראפעאישע לענדער פון פעסטהאלטן (דיטײנען) אזױנע שיפן קראָסענדיג זײערע װאסערן.

View attachment 11887
Still don’t get it why the US was chasing an empty boat
 
ביל און הילערי קלינטאן האבן זיך אנטזאגט עדות צוזאגן פארנט פון קאנגרעס איבער זײערע פארבינדונגען מיט דזשעפרי עפשטײן אין גילײן מאקסװעל און האבן באשולדיגט די טראמפ אדמיניסטראציע און פרובירן "באשטראפן אירע פײנט".

די געװעזענע דעמאקראטישע פרעזידענט און סעקרעטערי אָף סטײט זעען סובּפינעד געװארן לעצטע יאר צו ערשײנען פארנט פון די 'הױז אָװערסײט קאמיטע' צוענטפערן שאלות װעגן זײער רילײשאנשיפ מיט די אצינד פארשטארבענער סעקס אָפֿענדער.

דזשײמס קאָמער, דער רעפובליקאנער טשערמאן פון דער קאמיטע האט זײ געסטראשעט אז ער װעט זײ האלטן אין קאנטעמפט - אזאך װאס קען מעגליך פירן פראסעקיוּטעט צוװערן און קריגן תפיסה - אין קײס זײ פארפעלן צו ערשײנען בעפאר די קאמיטע פאר לײװ דעפאזישענס.

אין א לעצטע בּעטש פון בילדער פון די עפשטײן פײלס װאס איז געמאכט געװארן פובליק װערט מר קלינטאן געזען זיצן אין א הײסע טאָבּ מיט לכה"פ אײן פרױ'ס פנים רעדאַקטעד. אין א צװײטע בילד װערט ער געזעהן באקומענדיג א רוקן מאסאדזש פון א יונגע פרױ און אין א דריטע בילד װערט ער געזעהן װערענדיג ארומגענומען מיט די ארעם פון א אינגע מײדל אין א סוגדזשעסטיװ פּאָוז.

מר קלינטאן איז געפלױגן 26 מאל אױף עפשטײן'ס דזשעט לױט פלײט לאָגס פובליק געמאכט דורכאױס ציװילע געריכט פּראָסידינגס. זײן ספּאָקספערסאן האט געזאגט אין 2019 אז ער האט גענומען פיר טריפּס אין 2002 און אין 2003 צוליב ארבעט פארבינדענע סיבות בשײכות צו זײן 'קלינטאן פאַוּנדײשאָן'.

1768326651972.webp


1768326641554.webp


1768326689188.webp
 
א דיסטריקט דזשאדזש איז געװארן געאישוּד מיט א "פארמאלע מיסברױך עדװײס" דורך די דזשודישעל װאטשדאָג נאכן ארײנזאגן פאר א שװארצע דעפֿענדענט אין נאָטינגהעם מאַדזשיסטראטס' קאורט אז נאר "צוקער פּלאנטײשאָן באזיצער" דארפן זיך ארומדרײען מיט א מעשעטי מעסער.. דזשאדזש ליאו פּײַל האט איבערגעבעטן פאר דער קאממענט װאס ער האט געמאכט.
1768327773262.webp
 
ביל און הילערי קלינטאן האבן זיך אנטזאגט עדות צוזאגן פארנט פון קאנגרעס איבער זײערע פארבינדונגען מיט דזשעפרי עפשטײן אין גילײן מאקסװעל און האבן באשולדיגט די טראמפ אדמיניסטראציע און פרובירן "באשטראפן אירע פײנט".

די געװעזענע דעמאקראטישע פרעזידענט און סעקרעטערי אָף סטײט זעען סובּפינעד געװארן לעצטע יאר צו ערשײנען פארנט פון די 'הױז אָװערסײט קאמיטע' צוענטפערן שאלות װעגן זײער רילײשאנשיפ מיט די אצינד פארשטארבענער סעקס אָפֿענדער.

דזשײמס קאָמער, דער רעפובליקאנער טשערמאן פון דער קאמיטע האט זײ געסטראשעט אז ער װעט זײ האלטן אין קאנטעמפט - אזאך װאס קען מעגליך פירן פראסעקיוּטעט צוװערן און קריגן תפיסה - אין קײס זײ פארפעלן צו ערשײנען בעפאר די קאמיטע פאר לײװ דעפאזישענס.

אין א לעצטע בּעטש פון בילדער פון די עפשטײן פײלס װאס איז געמאכט געװארן פובליק װערט מר קלינטאן געזען זיצן אין א הײסע טאָבּ מיט לכה"פ אײן פרױ'ס פנים רעדאַקטעד. אין א צװײטע בילד װערט ער געזעהן באקומענדיג א רוקן מאסאדזש פון א יונגע פרױ און אין א דריטע בילד װערט ער געזעהן װערענדיג ארומגענומען מיט די ארעם פון א אינגע מײדל אין א סוגדזשעסטיװ פּאָוז.

מר קלינטאן איז געפלױגן 26 מאל אױף עפשטײן'ס דזשעט לױט פלײט לאָגס פובליק געמאכט דורכאױס ציװילע געריכט פּראָסידינגס. זײן ספּאָקספערסאן האט געזאגט אין 2019 אז ער האט גענומען פיר טריפּס אין 2002 און אין 2003 צוליב ארבעט פארבינדענע סיבות בשײכות צו זײן 'קלינטאן פאַוּנדײשאָן'.

View attachment 11958

View attachment 11957

View attachment 11959
טראמפ האט זיי געווארענט אז די עפשטיין פייעלס וועט שאטען מער פאר די דעמאקראטען ווי פאר די רעפובליקאנער אבער זיי זענען גיגאנגען מיט די קאפ אין וואנט, בבחינת תמות נפשי מות פלישתים .
 
די יוקײ גאװערנמענט רוקט זיך צו קרימינאַליזירן נאָן-קאָנסענשוּעל, סעקשועל דיפּפֿײקס די װאך, נאך רעפארטס אז אילאָן מאָסק'ס גראָק טשעטבּאָט איז גענוצט געװארן אױף עקס צו דזשענערײטְן 'דידזשיטאַלע אױסטואוּנגס' פון פרױען און קינדער.

אָפֿקאָם, די יוּקײ'ס רעגולײטער פאר קאמיוניקאציע סערװיסעס קוקט ארײן צוזען אױב עקס פארמאגט אַנגעמעסענע סיסטעמס אראפצונעמען דיפּפֿײק נוּדס און אָפצוהאלטן קינדער פון זײ זען. לעגאלע עקספערטְן טוען ציװיסן טון אז דער רעגולירער קען אישוּען א "סערװיס רעסטריקשען אָרדער", אפשנײדענדיג אדװערטײזערס און פּײמענט פּראָװײַדערס צו עקס.

מאסק האט באשולדיגט די יוקײ אין סענסאָרשיפ בשעת װאס רעאקציעס פון פאליטישענס זענען געװען געמישט, מיט פרײם מיניסטער קיער סטאַרמער און טעכנאלאגיע סעקרעטערי ליז קענדאַל פארדאמענדיג די בילדער אלס אביוסיװ און אומלעגאל. עקס'ס לעצטיגע פלאצירונג פון דער 'אימעדזש דזשענערײטינג טול' אונטער א פּײװֿאָל איז באצײכנט געװארן דורך קענדאל אלס דאס "מאָנעטיזירונג פון אַבּיוז".

נײע געזעצן אונטער די 'דאטא (באנוץ און עקסעס) עקט װעלן מאכן דאס באשאפן אדער בעטן פון נאָן-קאָנסענשועל אינטימעט בילדער אלס א קרימינאלע אָפֿענס.

1768329132009.webp
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
טראמפ האט זיי געווארענט אז די עפשטיין פייעלס וועט שאטען מער פאר די דעמאקראטען ווי פאר די רעפובליקאנער אבער זיי זענען גיגאנגען מיט די קאפ אין וואנט, בבחינת תמות נפשי מות פלישתים .
די איינציגסטע סיבה פארוואס די דעמאקראטן ליידן מער, איז ווייל די דעמאקראטן פארלירן שטיצע אויב ס'קומט ארויס אויף זיי שמוץ.
נישט ווי די רעפובליקאנער וואס קענען האבן א פרעזידענט א פעדאפייל, און ס'גייט קיינעם נישט אן.
 
אַן איזראעלי בּידדער, א סאָבּסידערי פון עלבּיט סיסטעמס די גרעסטע מיליטערי מאנופעקטשורינג קאמפאני אין ארץ ישראל, האט פארלױרן א בּיד צו אַן אמעריקאנע קאמפאני רײטהיאָן אנצופירן מיט א מײדזשאר 2 ביליאן£ קאָנטראַקט גיערד צו מאדערנעזירן די טרײנינג פון די יוּקײ ארמיי.

דער אױסגאנג פאלגט נאך חדשים פון סקרוּטיני נאכװאס א װיסלבּלאָער האט פובליצירט א דאָסיאַר באשולדיגענדיג אז עלביט יוקײ האט עובר געװען אױף ביזנעס אפפױנטמענט רולס.

די באשולדיגונגען צענטערן זיך ארום דאס אלעדזשד באטײליגונג אין פריװאטע עלביט מיטונגען דורך א געװעזענע בריגאדיר, פיליפ קימבער, פון די מיניסטעריום אָף דיפענס, װוּ עס איז דורכגעשמועסט געװארן װי-אזױ צו געװינען דעם קאנטראקט װאס קימבער זעלבסט האט אױפגעזען דורכאױס זײן צײט אין די עם או די. דאס איז כאטש װאס קימבער איז אַװֿער געװען אז ער טאר זיך בײ אזעלכע מיטונגען נישט געפינען. ער האט אפילו דאס אקגנאָלידזשד בשעת די מיטונג און האט זיך ספעציעל געזעצט אַוּט אָף װיאוּ פון די קאמערא.

א צװײטע זאך װאס די טײמס האט אױפגעדעקט איז אז א סיניער סיװיל סערװענט מיט'ן נאמען מײק קוּפער - אַן אפישעל אחראי אױף דער טרײנינג פראגראם - איז געװען צוגאסט פאר מערערע דינערס האָסטעד דורך עלביט און איז אפילו גענומען געװארן אױף א ירושלים טריפ, פֿאָנדעד דורך עלביט. נישט אז דאס איז קעגן די געזעץ אבער דער דיסקלאוזשער לײגט צו צו די קאנטראװערסיע ארום נעמענדיג דער ביד.

1768409975411.webp
 
א שטודיע פון 67,000 ערװאקסענע צװישן די אײדזשעס פון 20-84, פון די עסטאָניען בײאובּענק, װײזט אז מענער'ס ליבּידיאו שטײגט דורכאױס זײערע צװאנציגערס און דרײסיגערס, גרײכענדיג א פּיעק אין די פריע פערציגערס בעת װאס פרױען'ס ליבידיאו איז די שטארקסטע אין זײערע צװאנציגערס און אנהױב פערציגערס, װען עס הױבט אָן צו נידערען סטעדילי, מיט א שארפע טראסק נאך 50.

די סיבה צו די טרעפונגען איז נישט בלױז ביאלאגיש װײל מענער'ס טעסטעסטעראן לעװלס הײבן אָן פאלן פון זײערע אנהױב דרײסיגער יארן אבער זײער תאװה איז ממשיך צו רײַזן פאר נאך א דעקײד. ריסערטשערס דײטן אן אז ס'איז מעגליך צוליב װאס מענער אין זײערע פערציגערס זענען מער לײקלי צוזײן אין סטײבּל רילײשאנשיפס, אזאך װאס איז פארבונדן מיט פארמערטע אינטעמיסי און סעקשועל אקטיװיטעט.

די שטודיע װײזט אױכעט אז מענטשן מיט פיזיקעל אדער הױכע סטאטוס דזשאבס (װי למשל מאשין אפערײטארס אדער סיניער מענעדזשערס) האבן קאָרעלײטעד מיט א העכערע ליבידיאָ און אױך אז מענטשן מיט אַן אָנדערגראדוּאײט דעגרי האבן באריכטעט א העכערע דעזײער װי מענטשן װאס האלטן אױכעט א פּאָסט גראדואײט דעגרי.

פֿאָרט, די קאַװיאַטס פון דער שטודיע זענען אז עס איז זעלבסט-באריכטעט, אזאך װאס קען אינפלוענסד װערן בײ די באקװעמליכקײטן לעװעלס פון אן אינדיװידועל אודות מיטצוטײלן זײנע\אירע סעקשועל מחשבות.

אױך טוט עס נאר קאָמפּערן אנדערע אײדזש גרופעס אין א געװיסע פױנט אין צײט ענדישער װי טרעקְן אינדיװידועלן דורכאױס דעקײדס (יאר צענערלינג), און ממילא קען זײן אז 'קאָהאָרט עפעקטס' (װי היסטארישע, קולטורעלע אדער סאושעל ענװײראנמענטאלע סיבות) ענדישער װי 'אײדזש גרופעס' זעלבסט, זענען אחראי פאר די געפינסן.

1768410936984.webp
 
לעצט רעדאגירט:
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
װעסט מידלענדס פאליצײ שעף, קאנסטעבְּל קרײג גילפֿאָרד אנטזאגט זיך צו רעזיגנירן, טראץ די פרעשור ער זאל אזױ טון, נאך די קאנטראװערסיע אין װעלכע זײן פאָרס האט פארבאטן איזרעעלי סופּאָרטערס פון זיך צו באטײליגן אין א פוטבאָל מעטש צװישן מִכבי תל אביב אנטקעגן אַסטאָן װילאַ.

דאס איז כאטש װאס די האָם סעקרעטערי שאַבּאַנאַ מאַהמוּד זאגענדיג ברבים אז זי טוט צוריקציען איר קאָנפידענץ אין אים. א העכסט קריטיקעל באריכט דורך זײן מײַאַסטעט'ס אינספעקטאָראַט אָף קאנסטעבּוּלרי האט געפינען אז זײן פאָרס האט זיך באנוצט מיט עקזאַדזשערײטעד און פאלשע קלײמס כדי צו בארעכטיגן דעם פארבאט.

באריכטן זענען אז דער שעף איז 'לױערינג אָפּ', און ער גרײט זיך צו טשאלענדזשְן דער מעטטער אין געריכט, װײל ער גלײבט אז איז באהאנדלט געװארן נישט ביושר. נאנטע צו דער שעף זאגן אז די סיבה פאר זײן ארײנגרובן זײנע פערשטן אין דער מעטטער איז כדי צו פארטײדיגן זײן פּרײַד.

נאר דער לאקאלע פאליס און קרײַם קאמישינער סײמאָן פאָרסטער האט די ליגעל כח אים צו דיסמיסען פון אמט אבער פארסטער האט דילײדט זײן החלטה לכה"פ יאנואר דעם זיבן און צװאנציגסטן, ציטירענדיג "דיוּ פּראָסעס".

1768505680449.webp
 
אַן האלאנדישע אנטיװאַקסער אקטיװיסטקע, איװ װלאַרדינגעבּראָעק, קלײמט אז זי איז געװארן בּעננד פון צו באזוכן די יוּקײ, אפאר טעג נאך װאס זי האט אטאקירט פרײם מיניסטער סטאַרמער איבער זײן ראַוּ מיט עקס איבער גראק'ס פיטשער אױסצוטוהן פרױען סעלברעטיס, אין װעלכע זי האט געזאגט אז סטארמער שטעלט אָן װי כאילו ס'גײט אים אָן פרױען'ס סײפטי בשעת װאס ער לאזט צו די מארד און רײפּ פון בריטישע פרױען דורך מײגרענט רײפ גענגס.

װלאַרדינגעבּראָעק, אַן אנטי-װאקסין קאַמענטײטער, איז א געװעזענע מעמבער פון די האַרד רעכטע האָלאַנדישע 'פאָרום פאר דעמאָקראַטיע' פאליטישע פארטײ און זי האט אין די עבר אױפגעטרעטן בײ א ראַלי אין לאנדאן אראנזשירט בײ דער האַרד רעכטער ענגלישער אקטיװיסט טאָמי ראָבינסאָן, נאָטאָריעס פאר זײן רוף צו "רי-מײַגרײטְן" אימיגראנטן.

זי האט געקלײמט אין נאװעמבער אז איר עקס אקאוּנט איז בלאקירט געװארן נאך א קאמפלײנט בײ די EU און איז נאָר װידער געעפנט געװארן נאך אילאָן מאָסק'ס פערזענליכע אינטערװענשאָן.

1768506010270.webp
 
לעצט רעדאגירט:
א קארדיאָלאָדזשיסט, װעלכער האט אין די פארגאנגענהײט ערשײנט אין 'די אַפּרענטיס' שאו פון אַלען שוּגער, איז געװארן סטראָק אָף איבער סעקסיסט און אנטיסעמיטישע װעבּ פאוסטס. דר אסיף מוּנאַף, 37, האט אין זײנע מעסידזשעס דעסקרײבט פרױען עמפּאַוּערמענט אלס "א טריק פון דער שטן" און אױך האט ער געשריבן אז "אידן האבן נישט קײן לימיט צו זײער דעפּראַװיטי."

1768507227358.webp
 
זיבן 'פּאַלעסטײן עקשאָן' אקטיװיסטן אין תפיסה האבן געענדיגט זײערע הונגער סטרײקס נאך די נײעס אז עלביט סיסטעמס האט פארלױרן א 2 ביליאן£ בּיד פאר א בריטיש ארמײ טרײנינג קאנטראקט.

העבּאַ מורײסי, 31, װעלכער האט צוריקגעװיזן עסן פאר 73 טעג און איז געװען פאררעכנט נאנט צום טױט האט מסכים געװען אנגעקאָרמערט צוװערן דורך פריזען סטעף.

אײן ארעסטאנט, אוּמאַר קאליד איז באריכטעט נאכאלס צו רעפֿיוּזְן עסן.

די גרופע װערן געהאלטן אױף טשאַרדזשעס צוליב אײנברעכערײען אין יוקײ, עלבּיט סיסטעמס געאָונטע פעקטאָריס. עלביט איז א מיליטערישע, און איזרעעל באזירטע, טעכנעלאגיע מאנופעקטשערינג און דעפענס קאנטראַקטער קאמפאני װאס דינט א צענטראלע טײל אין די דעפענס אינדוסטרי און אין די IDF פון ישראל. און אױך צוליב א אנדערע ברײק-אין, אין די רױעל עירפארס בּרײַז נאָרטאן סטײשאָן, אין אקספארדשײר.

זײערע איבעריגע דימענדס אינקלודן בּײל, דיסקלאוזשער פון די טרײעל דאקומענטן, דאס ליפֿטן פאלעסטײן עקשאן'ס פּראָסקריפשְן און א טױש אין די תפיסה סענסאָרשיפּ.

״פאלעסטײן עקשאן״ קלײמט אז דער הונגער סטרײק האט געצױגן אטענשאן צו תפיסה קאָנדישענס און האט ארױפגעשטופט רעקרוּטמענט פאר דירעקטע-עקשאן פראטעסטן.


1768509104047.webp
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
א באהאלטענע נעטװארק פון איראנער באנוצן זיך מיט ארײנגעשמוגעלטע סטאַרלינק סאַטעלײט טערמינעלס, איטליכער קאָסטענדיג ארום $3,000 אױף די שװארצע מארקעט, בכדי צו בּײפּעסן דער רעזשים'ס אױסשפרײטענדע "האַלאַל (כשר) אינטערנעט" סיסטעם.

אײנע אזא טערמינאל - ארײנגעשמוגלט דורך איראקער קורדיסטאַן און באהאלטן אין שטיקלעך איבער א שטאט אין צפון-מזרח - איז א חלק פון א באמיאונג צו אפלױדן פּראטעסט פֿוּטידזש צו די דרױסענדיגע װעלט. װען איראן האט אימפּאוזד א פאלק-ברײטע שאָטדאוּן פון די אינטערנעט, אום יאנואר 8, איז אינטערנעט טראפיק געפאלן בײ 98.5% אין לױף פון א קארגע האלבע שעה.

איראן האט אױסגעגעבן א געשאצטע 6 ביליאן$ צו בױען די 'נעשאנעל אינפארמײשאן נעטװארק', דעזײנד צו איזאלירן דאמעסטיק טראפיק פון די גלאבעל אינטערנעט, ערלױבענדיג דער רעזשים צו שנײדן אינטערנעשאנעל עקסעס בשעת'ן לאזן אינטערנעל סערװיסעס ראָנען.

עס װערט געשאצט אז צװישן 20,000 און 100,000 פון די סטארלינק טערמינעלס אפערירן הײנט אַקראָס לכה"פ 18 פראװינצן אין איראן.

אין די לעצטיגע פראטעסטן האט דער רעזשים עסקעלײטעד אירע טאקטיקן: דיסאײבּלינג סעליולאר אנטענעס, דיאַקטיװײטינג סים קארדס און - צום ערשטן מאל - אינטערמיטענטלי, אױכעט דזשעמען די סטארלינק נעטװארק אלײנס. די אינטערנעט בלעקאוט אין איראן האט גורם געװען שטארקע הומאַניטערישע שאדן און דיסראָפשען, אפעקטירענדיג שפיטעלער, אפטײקן און בענקינג.

ספײס עקס האט אצינד געמאכט סטארלינק אקאונטס בחינם אין איראן אבער די ריזיקעס פאר באנוצער בלײבן עקסטרים. באזיצענדיג א טערמינעל קען באשטראפט װערן מיט א יאר תפיסה און אפלױדן פראטעסט פוטידזש קען טראגן א טױט שטראף אורטײל, אונטער נײע געזעצן ארײנגעברענגט.

1768512127001.webp
 
נײע ריסערטש װײזט אז דער טײראַנאָסערעס רעקס ספישיס פון דײנעסאָרס האט נישט אױפגעהערט צוװאקסן ביז די 40 יאר, עװענטועל דערגרײכענדיג בערך אכט טאָן אין איר מידל אײדזש; אנדערש װי פריער געמײנט אז זי האט געגרײכט עדאָלטהוּד ביז די 25.

די נײע ריסערטש טוט אױך פארשטארקערן די קײס אז מער פון אײן טײראנאסאר מין האט געלעבט אין די לײט קרעטאַשעאָס פעריאד (100 צו 66 מיליאן יאר צוריק) אין נארטה אמעריקע.

1768513246164.webp
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top