טעראר אין וויליאמסבורג

יואל'ישל

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מערץ 10, 2025
מעסעדזשעס
3
רעאקציע ראטע
45
דעוועלאפינג:
אין די לעצטע פאר טעג דעוועלאפט זיך א שוידערליכע מעשה אין היימישע'ן וויליאמסבורג ווי אונזערע אזוי גערופענע עסקנים און שתדלנים האבן זיך אזוי מיאוס דערקייקלט, אז זיי וועלן מסר'ן היימישע אינגעלייט!

שוין א לענגערע צייט מיטשענען זיך תושבי ניי וויליאמסבורג מיטן אומבאקוועמע און סכנות'דיגע "בייק-לעין" אויף בעדפארד עוו., וואס נאך יארן וואס מ'האט דאס פרובירט צו פייטן, איז מען צום סוף אדורכגעפאלן און די דעפארטמענט אוו טראנספארטאציע, מיט די הילף פונעם גאר לינקן קאנסולמאן לינקלאן רעסטלער, (באקאנט געווען ווען ער איז געלאפן [אויפן ארויניש'ן טיקעט...] פאר דיסטריקט לידער אלס ר' נחום...) האט דאס אדורכגעפירט און אינסטאלירט.
די איינוואוינער פונעם געגענט בלוטיגן טעגליך איבער דעם בייקלעין, וואס ווערט נישט געניצט אדורך די לאקאלע איינוואוינער,
(א שמועס פאר זיך איבער דעם...) און בנוסף צו די אומגעוואונטשענע עלעמענטן וואס ניצן דאס יא, איז דאס א גשמיות'דיגע סכנה פאר אונזערע טייערע קינדערלעך, נאכדעם וואס גאנץ אפט קומט ארויס ווידיאו'ס ווי בייק-לעין באניצערס האקן אראפ קינדער וואס קומען אראפ פון די באסעס, אהיימקומענדיג פון זייערע מוסדות.
אינגעלייט האבן זיך אריינגעלייגט, פרובירענדיג עס מסדר צו זיין און אפשר אוועקריקן מיט איטליכע בלאקן ווי ס'איז נישט באוואוינט, אבער זייערע געבעט און טרערן און שתדלנות, ספעציעל ביי רעסטלער'ן איז געפאלן אויף טויבע אויערן, צומאל האט ער נאך חוזק געמאכט פון זיי.

א אינגערמאן זעהנדיג וואס "אונזערע" שטאטישע טאטעס און פארטרעטערס מאכן זיך נישט וויסענדיג פון א גאר וויכטיגע ענין אינערהאלב די קאמיונעטי, האט זיך אריינגעלייגט צו זעהן ווער גייט לויפן קעגן רעסטלער ביי די קומענדיגע וואלן, און אפשר מיטן ארויסשטויסן רעסטלער וועט מען קענען עפעס אויפטוהן. דער אינגערמאן האט אנגעהויבן צאמנעמען שריפטליכע פאטיציע'ס לטובת דעם קאנדידאטקע וואס גייט לויפן קעגן רעסטלער ביי די נעקסטע וואלן, אין איינע פון די גרויסע בתי מדרשים אין ניי וויליאמסבורג.
נא, שוין געהערט אזוינס, יארן לאנג שלאגן זיך די צוויי סאטמארע קהילות איבער קאנדידאטן, יארן צוריק האט זיך סאטמאר מיט פאפא גע'הרג'ט איבער קאנדידאטן, דא איז אבער גאר אנדערשט!
איינע פון די 'פארעטטערס' פון די קאמיונעטי האט אנגערופן דעם אינגערמאן סטראשענען אז אויב הערט ער נישט אויף פארפירן, און לאזט נישט אפ דעם גאנצן עסק וועט ער אים אפשטעלן אויף אנדערע וועגן...
די תוצאה האט טאקע נישט לאנג געדויערט צו קומען!
ליידער דעי וואך האבן פיר איינגעלייט באקומען סופינעס פון געריכט אז זיי מוזן אראפקומען אין קרימינאלע געריכט זיך צו פארטיידיגן איבער וואלן-פעלשן.

דער פארעטטער האט באקומען די קעמרע פוטידזש פונעם ביהמ"ד און עס איבערגעגעבן פארן רעסטלער קאמפיין, וואס איז געלאפן אין געריכט אויפווייזן אז די חתימות צוזאמנעמען איז נישט געווען געזעצליך און די פיר אינגעלייט וואס זענען אינוואלווד האבן דורכגעפירט פעלשערייען, וואס איז א קרימינאלע אקט!
דער א.ג. עסקן שעמט זיך ניטאמאל און סטראשעט אנדערע אז דאס איז נאר די אנהייב, אויב שטארבט דאס נישט אפ אין די נעקסטע טאג צוויי, קומט ארגערס!

צוליב די סענסעטיווקייט פונעם ענין, האב איך לעת עתה נישט געשריבן מער דעטאלע פרטים און נעמען... דאס וועט נאכקומען.

ישראל כשיורדין....
 
מיין בלוט דרוק שיסט ארויף פון אזא מעשה, דעיס איז קרעיזי, זיצט דא א מענטש וואס מיר האבן אריין געוואוט, ער לאכט אונז אין פנים אריין, קומט א אינגערמאן וואס איז גרייט זיך מבזה צו זיין פארן כלל, גייען היימישע ׳עסקנים׳ וואס די איינציקסטע זאך וואס זיי באקומען פון דעי ארכי רעסטלער איז געלט, געלט, און נאכאמאל געלט, און ברענגען אים אונטער, פוי!!!!!

ווילסט אים נישט דירעקט העלפן, איך הער, אבער שאטאפ, די ביסט עפעס בעל הבית אויף אונזערע וואוטס?


ס׳איז עקלדיג, איך האב נישט קיין בעסערע אויסדריק
 
אן קיין פרטים קען איך נישט רעדן, אבער אויבן אויף וואס איז שלעכט? איינער טוט, דער צווייטער רופט אין געריכט, און דער דריטער האקט. אזוי ארבייט ציוויליזאציע!
איינער האט מער מאכט, און איינער האט מער שכל. איינער איז גערעכט און קען זיך פארטיידיגן, און דער אנדערע איז סתם א נארסיסיסט און זוכסט סתם אויסצופירן (אדער נישט).

וואלסט געוואלט ענדערש אז קלעפ זאל גיין? וואס איז שלעכט אז מ'שלאגט זיך אויס אין געריכט?
 
ממה נפשך אויב איז עס מסירה איז ארויף מיט דער נאמן פונעם מסור. אויב נישט איז עס סתם ווילי סאקמער פאליטיק.
בדרך אגב מען פארפירט וועגן די בעדפארד בייק לעין אז קינדער ווערן אראפ געקלאפט דורך די ''אומגעוואונטשענע עלעמענטן (גוים בלעז). דוכט זיך אז מער אידן ווערן אראפ געקלאפט פון היימישע דרייווערס דור צוויי דריי טאניגע קארס ווי פון בייקס.
אגב די אזוי גערופענע אומגעוואונטשענע עלעמענטן זענען זייער געוואונטשען פאר די היימישע לענדלארדס.
נו שוין.
 
IMG-20250422-WA0337.jpg
 
פאר דער וואס וואוינען נישט אין וויליאמסבורג און פארשטייען נישט די גאנצע מערכה, די בייק ליין איז נאר לטובת מענטשן וואס פארן ארום מיט בייקס וזה פשוט, די פראבלעם איז נאר אז קיינער אין וויליאמסבורג פארט נישט קיין בייקס (פארוואס? כ'ווייס נישט), איז די טובה סך הכל פאר די ארומיגע וואס ווילן אדורכפארן וויליאמסבורג, וואס דאס האט רעסטלער געשטיצט, וואס איז אן עוולה פארן נישט פארטרעטן די אינטערעסע פון זיינע וויילערס, די בייק לעין האט אנגעברענגט א חורבן פאר די טרעפיק אויף בעדפארד, דאס איז שוין חוץ די אויבענדערמאנטע פראבלעמען.
האפענטליך (כ'גיב עס נישט קיין שאנסן, איי, אין שום ייאוש, נו'שוין) וועט מען קענען טוישן עפעס.
בנוגע די מעשה, כ'בין גאר נייגעריג אויב איינער קען קאנפירמען אויב ס'איז וואָר.
 
CP

לינקאלן רעסטלער ימ"ש איז א נוקם ונוטר א שלעכטער און יעדער ציטערט פון אים.

ער האט געסטראשעט נפתלי משה אז די אהרונים גייען ליידן ווייל מ'האט צוזאמגענומען חתימות אין בנין בראך, האט ער אים געוויזן די קעמרעס אז א ליבאוויטשער בחור שטייט ביים טישל גארנישט מיט סאטמאר.

למעשה האט ער געשיקט סובפענעס פאר 15 חברה אריינגערעכנט מענטשן וואס זענען נאך אין זייער לעבן נישט געווען אין בנין בראך. זיי קענען עס אראפנעמען אויב זיי שיקן אריין א עפווידעט און לייקענען.

נ.ש. וויל ענדערש שטויסן נפתלי משה ווי זיך ריינוואשן, מילא קאכט ער א נזיד עדשים. ווער עס וויל איז מכובד צו קויפן פיינע פרישע לאקשן געבאקן נאך פסח.
 
לינקלאן רעסטלער העלפט יודן אדער זעצט איין יודן??

היינט איז אויסגעטיילט געווארן 35 supines פאר היימישע וויליאמסבורגע יונגערלייט דורך לינקלאן רעסטלער די וויליאמסבורגע city council!

דעיס קומט וואס נאכדעים וואס מען האט געמאכט די שעידליכע בייק לעין אין וויליאמסבורג האבן די יונגעלייט געקלאפט אויפן טיר פון די עסקנים אין city officials אין חוץ זיי נעמען אויף א רייד פאר אפאר וואכן איז גארנישט געשען האבן די יונגערלייט זיך צוזאם גענומען צו ברענגען א אייגענע קאנדידאט פאר די קומענדיגע וואלן.
אז א קאנדידאט זאל קענען אנקומען אויף די בעללאט דארף מען האבן א סכום אונטערשריפטען וואס זאגן אז דיי ווילן די קאנדידאט אין יעדע בלאט אונטערשריפטען דארף ווערן אינטערגעשריבן דורך דער וואס האט צוזאם גענומען די אונטערשריפטען האבן די יונגערלייט אראפ געשטעלט א בחור וואס זאל צוזאם נעמען אינטערשריפטען אין בנין בראך ווען די אזויגערופענע עסקן נפתלי משה אינדיג האט דאס געהערט האט ער געקאלט לעמעל מארקאוויטש אז אברהם בראך האט געזאגט ער זאל אין געבען די קעמעראס ווען מען האט צוזאם גענומען די אונטערשריפטען אין נישט וואוסענדיג אז נפתלי משה זאגט ליגענט האט ער אים עס געגעבן !
יעצט איז נפתלי משה געגאנגען אין געגעבן די ווידיאו פאר לינקלאן רעסטלער ווי מען זעיט אז די בחור נעמט צוזאם די אונטערשריפטען אין ער שרייט אז נישט די יונגערלייט וואס האבן אינטערגעשריבן אז זיי האבן צוזאם גענומען די אונטערשריפטען אין רופט זיי אין קורט פאר election fraud וואס איז א קרימענעל זאך!!

נפתלי משה מיט לינקלאן רעסטלער וואס זיי דארפען צו זיין די וואס העלפען אונז וויליאמסבורגע איינוואןנער זענען גאר די וואס זעצען איין היימישע יונגערלייט!


אבער לאמיר פאלגען די עסקנים בלינדערהייט!!!
 
די גאנצע מעשה קוקט מיר אויס ווי נאך א אינירליכע פטליטיק צווישן די הויכגעשעצטע (ליין: סעלפיש, power hungry) אקטיוויסטן, אין מיר פשוטע מענטשן פאלן פאר דעים
 
פון דא

נאכן רעדן מיט עטליכע פארמישט לאמיר דא שרייבן די מציאות הדברים איבער דער פרשה.

סיטי קאנסילמאן לינקלאן רעסטלער האט זיך געוואנדן צו סאטמארע עסקנים מיט א טענה, היתכן מען נעמט צוזאם חתימות אין בנין בראך פאר א קאנדידאט צו לויפן אקעגן אים, מען האט אים גענטפערט אז עס איז שקר, קיינער ארבעט נישט אקעגן אים, און עס איז נישט דא אזא זאך.

אין איינער פון די טעג רופט ער אריין אז זיין ארבעטער איז אריין אין בנין בראך און ער האט געזען אז מען נעמט צוזאם די חתימות, די עסקנים האבן אים פארשפראכן עס צו נאכגיין, מען האט געקוקט די קאמראס פון דער צייט וואס רעסטלער'ס מענטש איז דארט געווען, און מען האט געזען אז עפעס א ליבאוויטשע בחור שטייט דארט און נעמט צוזאם חתימות, מען האט אים אריינגעשיקט דער בילד און אים געצייגט אז קוק, עס איז עפעס א פרעמדער בחור'ל, קיין שיכות מיט סאטמאר, און ווי פארשטענדליך קען מען אים נישט ארויסווארפן פון שול. עד כאן איז געווען עטליכע וואכן צוריק.

איז אריבער אפאר וואכן, מען געבט אריין די פאפירן צו די באורד אף עלעקשנס, און רעסטלער זעט אז עס שטייט דארט צוויי נעמען פון סאטמארע חסידים אז זיי האבן צוזאמגענומען די חתימות, ער איז גלייך געלאפן צו די עסקנים היתכן... די עסקנים האבן זיך פארבינדן מיט די יחידים און זיי מסביר געווען אז רעסטלער טענה'ט אז אויב א ליבאוויטשע בחור האט צוזאמגענומען די חתימות, און עס שטייט צוויי אנדערע נעמען אויפן צעטל זענען די חתימות נישט וואליד, און ער גייט אריינגעבן א אנקלאגע אקעגן די חתימות.

איין יחיד - וועלכע דערציילט די געשיכטע ברבים אין א וואיוס נאטיץ - האט גלייך אריינגעגעבן א צעטל אז ער האט טאקע נישט אליין צוזאנגענומען די חתימות, און ער האט נישט געוויסט דער פראצעדור און פארטיג, א צווייטער יחיד האט מחליט געווען זיך צו שלאגן, און ער שלאגט זיך אויף איין זאך, אז ער האט יא אליין צוזאמגענומען די חתימות...

ער ווערט נישט אנגעקלאגט מיט גארנישט, רעסטלער בעט אין געריכט אז מען זאל ארויסווארפן די חתימות, א לעגעטימע פאליטישע שטיק, און דער יחיד קעמפט צוריק, און ער האט מחליט געווען צו באשמיצן בארימטע עסקנים מיט א ציל צו שאפן געלט צו קעמפן א קאמף וואס ער קען נישט געווינען, זינט ער אליין ווייסט אז ער האט נישט צוזאמגענומען די חתימות נאר ער האט געשיקט א ליבאוויטשע בחורל.

אלזא, עס איז נישט קיין פדיון שבויים, נישט קיין שום אנקלאגעס, סך הכול א געראנגל איבער חתימות צי עס איז לעגעטים אדער נישט, און דער יחיד האפט צו קענען קעמפן איבער חתימות וואס ער האט אריינגעגעבן אז ער האט אליין צוזאמגענומען, עפעס וואס איז נישט אמת.
 
איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס א בייק לעין איז אזא פארברעך?
פאר דער וואס וואוינען נישט אין וויליאמסבורג און פארשטייען נישט די גאנצע מערכה, די בייק ליין איז נאר לטובת מענטשן וואס פארן ארום מיט בייקס וזה פשוט, די פראבלעם איז נאר אז קיינער אין וויליאמסבורג פארט נישט קיין בייקס (פארוואס? כ'ווייס נישט), איז די טובה סך הכל פאר די ארומיגע וואס ווילן אדורכפארן וויליאמסבורג, וואס דאס האט רעסטלער געשטיצט, וואס איז אן עוולה פארן נישט פארטרעטן די אינטערעסע פון זיינע וויילערס, די בייק לעין האט אנגעברענגט א חורבן פאר די טרעפיק אויף בעדפארד, דאס איז שוין חוץ די אויבענדערמאנטע פראבלעמען.
איך פארשטיי אויך נישט די פראבלעם מיטן בייק לעין, אדרבה, פון מיין זייט זאלן מער וויליאמסבורגער אנהייבן פארן מיט א ביציקל און נישט נאר וועט די לעין זיין אויס פראבלעם און גאר א טובה, נאר ס'וועט זיך אויסשטעלן אז עס איז ניטאמאל שולדיג אין די טרעפיק - ס'איז די איבערפלוס פון קארן וואס איז שולדיג..

איך פרעג נאר..
 
די פראבלעם איז אז די בייק לעין איז צווישן די געפארקטע קארס און די סיידוואלק און נישט צו די אנדערע זייט וואס מאכט אסאך פראבלעמען
 
*ס'איז צייט עולם-גולם זאל זיך אויפוועקן און נישט בעפאר יעדן עלעקשאן זיך לאזן פארפירן פון יעדן נארישן בחור'ל וואס שרייבט מעסעדזשעס אויף וואצעפ.*

איינער געדענקט וואס ס'איז געווארן מיט'ן יונגערמאן וואס האט געפליקט סיינס אין מאנסי וועמען מען האט רשעות'דיג אריינגעווארפן אין תפיסה, אדער דער יונגערמאן אין בארא פארק וואס האט צוזאמגענומען פאלשע חתימות און באקומען טויט שטראף? קיינער געדענקט נישט, ווייל קיינער גייט נישט זיצן פון די אלע וואצעפ מעסעדזשעס וועלכע ווערן פארשפרייט דורך די זעלבע פאר לא לנו'ס וועלכע זענען אדער גענוג נאריש אליין צו גלייבן וואס זיי שרייבן אדער ווייסן זיי אז דער עולם איז גענוג נאריש אפצוקויפן יעדן וואצעפ מעסעדזש.

ווער ס'קען די א"ב פון אן עלעקשאן קאמפיין ווייסט אז *יעדער* קאמפיין לויפט אין געריכט טשאלענדזשען די חתימות פונעם קעגנער. אפילו היימישע אידישע קאנדידאטן טוען עס איינער פאר'ן אנדערן (למשל דוד שווארץ און פיני רינגעל). די איינציגסטע זאך וואס א קאנדידאט וויל אויפטון מיט'ן לויפן אין געריכט איז פסל'ען וואס מער חתימות פון זיין קעגנער, האפנדיג אז ס'וועט אים געלונגען אראפצואווארפן זיין קעגנער פונעם בעלאט.

די מעשה גייט אז אפאר ליובאוויטשער בחורים פון קראון הייטס זענען אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג צוזאמנעמען חתימות פאר דעם קעגנער פון לינקאלן רעסטלער, און ווען רעסטלער האט געפרעגט פון די וויליאמסבורגער קהילות היתכן פארוואס מען נעמט צוזאם חתימות קעגן אים האט מען אים געשיקט ווידעא צו פראוון אז דאס האט גארנישט מיט אונז. מיט דעם וואלט זיך די גאנצע פרשה געענדיגט ווען נישט די נאאיווקייט פון יענע יונגעלייט.

יעצט אזוי, אלע קהילות אין וויליאמסבורג ארבעטן מיט לינקאן רעסלער (ווי מ'זאגט ארויס דעם נאמען. נישט לינקלאן) ווייל ער איז דער פארטרעטער פון וויליאמסבורג און ס'איז נאריש זיך צו קריגן מיט א פארטרעטער.
קיינער האט דאך נישט געדארפט וויסן אז די ליובאוויטשער זענען געשיקט געווארן דורך היימישע וויליאמסבורגער חברה.

איז רעסלער'ס קאמפיין זיצט און שטודירט די פעטיציעס און געפינט אויס אז נישט מער און נישט ווייניגער נאר די דאזיגע אומערפארענע יונגעלייט זענען געגאנגען און אונטערגעשריבן די פעטיציעס אז זיי אליין זענען געווען די וואס האבן צוזאמגענומען די חתימות, און נישט די ליובאוויטשער בחורים.

יעצט רעסלער'ס קאמפיין האט איין מטרה און דאס איז צו פסל'ען זיין קעגנער. איז רעסלער'ס קאמפיין געלאפן אין געריכט צו פסל'ען די אלע חתימות, נישט ווייל ער וויל איינעם איינזעצן נאר ווייל ער וויל אראפרוקן זיין קעגנער פונעם בעלאט. איין יונגערמאן האט זיך נישט נאריש געמאכט און תיכף אונטערגעשריבן אן אפידעיוויט אז ער האט נישט צוזאמגענומען חתימות און מיט דעם האט זיך געענדיגט זיין גאנצע אינוואלוומענט אין דער פרשה. די 40 חתימות וואס ער האט (נישט) צוזאמגענומען זענען גע'פסל'ט געווארן, און פארטיג. אן אנדערער יונגערמאן, אן אויבער חכם, האט באשלאסן אז ער גייט פייטן אזוי אז רעסלער מוז ארבעטן אביסעלע שווערער צו פסל'ען יענע חתימות.

פאר די יונגעלייט וואס האבן אונטערגעשריבן די פאלשע חתימות דראעט אז זיי זאלן ווערן ללעג ולקלס אויף די שפאלטנס פון וואצעפ. דאס איז אלעס.

איז נעקסטיים ווען איינער וויל העלפן א קאנדידאט טשאלענדזשן אן אינקאמבענט זאל ער וויסן אז אינקאמבענט קאנדידאטן ארום גאנץ אמעריקע אריינגערעכנט דא אין אונזערע היימישע געגנטער לויפן אין געריכט טשאלענדזשן זייערע קעגנערס. ס'איז מעשים בכל יום, אדער עכ"פ בכל עלעקשאנס. דאס איז די סיבה פארוואס *יעדער* קאנדידאט נעמט צוזאם הונדערטער חתימות מער ווי מען דארף.

ר' בנציון ווידער און אנדערע קאנדידאטן האבן גענוצט דאס געריכט אראפצואווארפן זייערע גוי'אישע אפאנענטן פון די בעלאטס דורך פסל'ען חתימות.

וועגן דעם זאל מען נישט מאכן קיין נארישקייטן ווייל מיט דעם פסל'ט מען קריטישע חתימות.

און נאכאמאל, קיינער גייט נישט זיצן און קיינער גייט נישט אנגעקלאגט ווערן אין פראד.

יעצט בוקמארק דעם מעסעדזש און ריפליי צו דעם יעדעס מאל וואס דו באקומסט אזא נארישן מעסעדזש אז מען האט גע'מסר'ט יונגעלייט פאר עלעקשאן פראד און זיי גייען זיצן.
 
Back
Top