דעוועלאפינג:
אין די לעצטע פאר טעג דעוועלאפט זיך א שוידערליכע מעשה אין היימישע'ן וויליאמסבורג ווי אונזערע אזוי גערופענע עסקנים און שתדלנים האבן זיך אזוי מיאוס דערקייקלט, אז זיי וועלן מסר'ן היימישע אינגעלייט!
שוין א לענגערע צייט מיטשענען זיך תושבי ניי וויליאמסבורג מיטן אומבאקוועמע און סכנות'דיגע "בייק-לעין" אויף בעדפארד עוו., וואס נאך יארן וואס מ'האט דאס פרובירט צו פייטן, איז מען צום סוף אדורכגעפאלן און די דעפארטמענט אוו טראנספארטאציע, מיט די הילף פונעם גאר לינקן קאנסולמאן לינקלאן רעסטלער, (באקאנט געווען ווען ער איז געלאפן [אויפן ארויניש'ן טיקעט...] פאר דיסטריקט לידער אלס ר' נחום...) האט דאס אדורכגעפירט און אינסטאלירט.
די איינוואוינער פונעם געגענט בלוטיגן טעגליך איבער דעם בייקלעין, וואס ווערט נישט געניצט אדורך די לאקאלע איינוואוינער, (א שמועס פאר זיך איבער דעם...) און בנוסף צו די אומגעוואונטשענע עלעמענטן וואס ניצן דאס יא, איז דאס א גשמיות'דיגע סכנה פאר אונזערע טייערע קינדערלעך, נאכדעם וואס גאנץ אפט קומט ארויס ווידיאו'ס ווי בייק-לעין באניצערס האקן אראפ קינדער וואס קומען אראפ פון די באסעס, אהיימקומענדיג פון זייערע מוסדות.
אינגעלייט האבן זיך אריינגעלייגט, פרובירענדיג עס מסדר צו זיין און אפשר אוועקריקן מיט איטליכע בלאקן ווי ס'איז נישט באוואוינט, אבער זייערע געבעט און טרערן און שתדלנות, ספעציעל ביי רעסטלער'ן איז געפאלן אויף טויבע אויערן, צומאל האט ער נאך חוזק געמאכט פון זיי.
א אינגערמאן זעהנדיג וואס "אונזערע" שטאטישע טאטעס און פארטרעטערס מאכן זיך נישט וויסענדיג פון א גאר וויכטיגע ענין אינערהאלב די קאמיונעטי, האט זיך אריינגעלייגט צו זעהן ווער גייט לויפן קעגן רעסטלער ביי די קומענדיגע וואלן, און אפשר מיטן ארויסשטויסן רעסטלער וועט מען קענען עפעס אויפטוהן. דער אינגערמאן האט אנגעהויבן צאמנעמען שריפטליכע פאטיציע'ס לטובת דעם קאנדידאטקע וואס גייט לויפן קעגן רעסטלער ביי די נעקסטע וואלן, אין איינע פון די גרויסע בתי מדרשים אין ניי וויליאמסבורג.
נא, שוין געהערט אזוינס, יארן לאנג שלאגן זיך די צוויי סאטמארע קהילות איבער קאנדידאטן, יארן צוריק האט זיך סאטמאר מיט פאפא גע'הרג'ט איבער קאנדידאטן, דא איז אבער גאר אנדערשט!
איינע פון די 'פארעטטערס' פון די קאמיונעטי האט אנגערופן דעם אינגערמאן סטראשענען אז אויב הערט ער נישט אויף פארפירן, און לאזט נישט אפ דעם גאנצן עסק וועט ער אים אפשטעלן אויף אנדערע וועגן...
די תוצאה האט טאקע נישט לאנג געדויערט צו קומען!
ליידער דעי וואך האבן פיר איינגעלייט באקומען סופינעס פון געריכט אז זיי מוזן אראפקומען אין קרימינאלע געריכט זיך צו פארטיידיגן איבער וואלן-פעלשן.
דער פארעטטער האט באקומען די קעמרע פוטידזש פונעם ביהמ"ד און עס איבערגעגעבן פארן רעסטלער קאמפיין, וואס איז געלאפן אין געריכט אויפווייזן אז די חתימות צוזאמנעמען איז נישט געווען געזעצליך און די פיר אינגעלייט וואס זענען אינוואלווד האבן דורכגעפירט פעלשערייען, וואס איז א קרימינאלע אקט!
דער א.ג. עסקן שעמט זיך ניטאמאל און סטראשעט אנדערע אז דאס איז נאר די אנהייב, אויב שטארבט דאס נישט אפ אין די נעקסטע טאג צוויי, קומט ארגערס!
צוליב די סענסעטיווקייט פונעם ענין, האב איך לעת עתה נישט געשריבן מער דעטאלע פרטים און נעמען... דאס וועט נאכקומען.
ישראל כשיורדין....