טאהש מאנסי רב ארעסטירט אין ארץ ישראל!

אז דו האסט א ידיעה פון אינסייד, פליז זיי זיך מסביר וויאזוי לייגט די רבנות הראשית א צו עיכוב אקעגן א סכסוך צווישן צוויי אמעריקאנער בירגער, וואס איז פארגעקומען דאהי אין ניו יארק, ווי קומען זיי די הרבנות הראשית בכלל אריין אין די פיקטשער
א אלטע געזעץ שוין וואס געט כוח פאר די רבנות צי איינשפארן א מסרב גט אפילו אויב יענער איז נישט קיין ישראלישער סיטיזען.
 
קען איינער אראפלייגן פונקטליך וואס איז געווען די מעשה דא, פארוואס האט זיך דאס פארל גע'גט און וויפיל צייט גייט דאס שוין צוריק?
 
שוין אין די נייעס…

8a365879-e206-4b1d-8972-c95750539600.jpeg
 
@קעניינעהארע

האסט געשריבן דאס פאלגענדע:
בעיסיקלי א היתר מאה רבנים האט געמיינט אז ער לאזט איבער די גט ביי די בי"ד און נאכ'ן נאכקומען די געציילטע תנאים הנ"ל וואס ער שטעלט איז די פרוי גענצליך פריי!

ביי וועלכע בי"ד ליגט דאס גט?

רבי אברהמלע דארף בלויז אויפווייזן אז ס'איז יא דא א גט, ער זאל מפרסם זיין פאר כל העולם כולו אין וועלכע בי"ד די גט ליגט און פטור אן עסק.

איך פארשטיי נישט פארוואס ווייסט נאך קיינער נישט ביז היינט אין וועלכע בי"ד דאס ליגט, (איך גלייב מ'האט מורא פון דעם מאפיאנער ראבינאוויטש) אבער די הרבנות הראשית איז נישט קיין חסידישע בית דין שטיבל, ווען ראבינאוויטש קומט ארויפלייגן א צו עיכוב, איז עס נאר נאך חקירות ודרישות, איך שטעל מיך פאר אז ער האט לכאורה גע'טענה'ט, אז אפילו לאמיר זאגן אז ס'איז דא א גט, הייסט דער מארקאוויטש נאכאלץ א מעגן לשיטת ראבינאוויטש, ווייל איך האב נישט קיין אהנונג אין וועלכע בי"ד ס'ליגט אוועקגעלייגט א גט
 
די רבנים וואס זענען קעגן די גט טענה'ן אז א היתר מאה רבנים העלפט נישט דא. די היתר ארבעט בלויז ווען די פרוי וויל נישט נעמען די גט און די לייגסט עס ביים בית דין. מען זאגט פאר'ן פרוי די גט איז דיינס, גיי נעם עס.

ביי דעם מעשה קען אבער די פרוי נישט נעמען די גט ווייל בית דין גייט איר עס נישט געבן נאר אויב זי (איר טאטע) גייט איין אויף די תנאים. דאס הייסט, אז די פרוי קען נישט יעצט אריינשפאצירן אין בית דין און אפנעמען איר גט ברגע הזאת. לויט די רבנים איז די גט נישט קיין גט. (געהערט בשם מהר"א מסאטמאר וואס האט נישט געוואלט לאזן מאכן די היתר)

דער טאטע איז אן אכזר פארן זיך שטעלן דערויף. די אומשולדיג ווייבל איז אן עגונה פארהאלטן אין קייטן דורך איר אייגן טאטע, נישט דורך איר מאן. אבער למעשה קען מען אזוי קיין גט נישט געבן - לויט די אוסרים
 
איך רעד נישט אריין ווער עס איז גערעכט און ווער נישט.
אבער ביטע ביטע, מאכטס נישט דעם מארקאוויטש אלס אזא צדיק... ער איז ווייט ווייט פון דעם. איך קען אים אביסל.
(איך מיין אז פונקט אזויווי מענטשן קענען ווערן פארקויפט פאר געלט, קענען מענטשן אויך טראגן איבריגע האס אויף יעדע מענטש וואס האט געלט, וואס פירט שנעל צו נעגאטיווע קאנקלאשענס)
 
די רבנים וואס זענען קעגן די גט טענה'ן אז א היתר מאה רבנים העלפט נישט דא. די היתר ארבעט בלויז ווען די פרוי וויל נישט נעמען די גט און די לייגסט עס ביים בית דין. מען זאגט פאר'ן פרוי די גט איז דיינס, גיי נעם עס.

ביי דעם מעשה קען אבער די פרוי נישט נעמען די גט ווייל בית דין גייט איר עס נישט געבן נאר אויב זי (איר טאטע) גייט איין אויף די תנאים. דאס הייסט, אז די פרוי קען נישט יעצט אריינשפאצירן אין בית דין און אפנעמען איר גט ברגע הזאת. לויט די רבנים איז די גט נישט קיין גט. (געהערט בשם מהר"א מסאטמאר וואס האט נישט געוואלט לאזן מאכן די היתר)

דער טאטע איז אן אכזר פארן זיך שטעלן דערויף. די אומשולדיג ווייבל איז אן עגונה פארהאלטן אין קייטן דורך איר אייגן טאטע, נישט דורך איר מאן. אבער למעשה קען מען אזוי קיין גט נישט געבן - לויט די אוסרים
ביסט זיכער אז מהר''א איז געווען קעגן דעם?
לויט ווי איך האב געהערט איז ער פיין מיט געשטאנען מיט מארקאוויטש, ביז ראבינאוויטש האט דארט אנגעהויבן אויסקויפן און טרעראזירן...
 
ביסט זיכער אז מהר''א איז געווען קעגן דעם?
לויט ווי איך האב געהערט איז ער פיין מיט געשטאנען מיט מארקאוויטש, ביז ראבינאוויטש האט דארט אנגעהויבן אויסקויפן און טרעראזירן...
מיין סאורס דערציילט אז מהר"א איז גענצליך מיט מארקאוויטש. ער האט אבער נישט געהאלטן פון די גט מצד הלכה און נישט געוואלט געבן קיין הסכמה
 
ס'איז אביסל אינטרעסאנט די לעצטע קרישקעלעך אינעם שמועס, וואס האלטן די צד המתירים, וואס איז זייער ענטפער אויף די פראבלעם וואס די צד האוסרים האבן מצד איהר טאטע'ס טעראר
 
נאך א שאלה, ווער ס'קען הגאון רבי שלום פאללאק, ווייסט ער איז פון די יחידי סגולה בדורינו, ער איז לכאורה פון די גרעסטע מדריגה אין יראת שמים וואס א איד קען זיך משלים זיין, שטעלט זיך די פראגע, וואס האט ער מסדר קידושין געווען, ביי אזא חופה ווי ס'איז דא א צד וואס אסר'ן
 
@בן גביר אפילו אויב די היתר מאה רבנים איז נישט גוט, איז מן התורה חל די קדושין פון זיין צווייטע ווייב, פונקט ווי ס'האט חל געווען ביים ערשטן!
מן התורה ומן הדרבנן דארף מען בכלל נישט גט'ן פארן מקדש זיין א צווייטע
נאר למעשה איז דא א חרם פון רבינו גרשום
און אויף דעם העלפט דאך א היתר מאה רבנים
און אפי' געוויסע רבנים זענען נישט מסכים, זעהט אויס איז שוין אויך גענוג להעמיד הדבר על דין תורה
 
@בן גביר אפילו אויב די היתר מאה רבנים איז נישט גוט, איז מן התורה חל די קדושין פון זיין צווייטע ווייב, פונקט ווי ס'האט חל געווען ביים ערשטן!
מן התורה ומן הדרבנן דארף מען בכלל נישט גט'ן פארן מקדש זיין א צווייטע
נאר למעשה איז דא א חרם פון רבינו גרשום
און אויף דעם העלפט דאך א היתר מאה רבנים
און אפי' געוויסע רבנים זענען נישט מסכים, זעהט אויס איז שוין אויך גענוג להעמיד הדבר על דין תורה
אלעס איז זייער פיין אין וואויל, אבער רבי שלום פאללאק???
 
לאמיך פראבירן אביסל קלאר צו מאכן


די שאלה איז ווער ס'האט עס ארויסגעלייגט
לויט ווי ווייט איך ווייס האט עס א יחיד, וואס דרייט זיך ביי ר' אברהם, ארויסגעלייגט מדעת עצמו

יעצט צום ענין:
מ'רעדט דא פון ר' אברהם כ''ץ שליט''א, אדמו''ר מ'טאהש מאנסי
(איידעם ביי הרה''ק מ'טאהש ז''ל)

ער איז געווען אין ארץ ישראל, אויפן וועג ארויס האט מען אים אפגעשטעלט און נישט געלאזט ארויספארן
(ער זיצט נישט יעצט אין תפיסה)

די סיבה איז, ווייל ער האט באקומען אן הזמנה פון די רבנות הראשית
ווייל ער האט געליינט די כתובה, ביי די צווייטע חתונה פון מארקאוויטש, וואס איז געווען אן איידעם ביי ראבינאוויטש
סא ראבינאוויטש רופט אים דארט אין די רבנות, אז די חתונה איז נישט געווען אויסגעהאלטן

עפעס אזוי
ממש א כי יפלא ממך דבר? אבער וואו איז די סנהדרין הגדול?
 
א וויליאמסבורגע יוד האט דורך די ציוניסטישע פאליציי ארעסטעט א היימישער אנערקענטען רב פון מאנסי
און קיין איין מחאה איז נישטא קעגען דעם
ווייסטי פארוואס? ווייל דער יוד ראבינעוויטש האט אסאך $$$
 
א וויליאמסבורגע יוד האט דורך די ציוניסטישע פאליציי ארעסטעט א היימישער אנערקענטען רב פון מאנסי
און קיין איין מחאה איז נישטא קעגען דעם
ווייסטי פארוואס? ווייל דער יוד ראבינעוויטש האט אסאך $$$
די טענה איז גערעכט!

אבער ער איז נישט ארעסטירט, נאר זיי לאזן אים נישט ארויספארן פון לאנד
 
איין שטיקעלע אינפארמאציע האט דער חשובער ניק אונז מגלה געווען, אז דער ר' אברהם כ"ץ האט נישט אומשולדיג געלייענט די כתובה ביי די חתונה. אויב אזוי איז ער זיך אליינס שולדיג, אויב האט ער געהאלטן אז יצחק ראבינאוויטש איז אזא טעראריסט אז לכבוד דעם מעג מען מאכן זיין טאכטער פאר אן עגונה, דאן האט ער זיך נישט געדארפט אנהייבן מיט אזא טעראריסט. אויב יא, האט ער געדארפט זיין גרייט פאר די קאנסעקווענצן.

נאך א נקודה, דער חשובער ניק זאגט אז דאס ווייבל איז נעבעך אומשולדיג, זי קען גארנישט טוהן צוליב איר טאטנס איגאו. אויב אזוי דאן וויאזוי איז מען בארעכטיגט איר צו לאזן אן עגונה? אויב איז עס נישט אין אירע הענט דאן וויאזוי מעג ר' אברהם כ"ץ מיט די אנדערע רבנים באשליסן אז זי זאל בלייבן פארשמאכט אויף אייביג?

לויט ווי איך האב געהערט פון איינע פון די מקורבים פון ר' אברהם כ''ץ שליט''א, אז ער איז בכלל נישט געווען פון די חותמים אויף די היתר מאה רבנים.

ביי וועלכע בי"ד ליגט דאס גט?

רבי אברהמלע דארף בלויז אויפווייזן אז ס'איז יא דא א גט, ער זאל מפרסם זיין פאר כל העולם כולו אין וועלכע בי"ד די גט ליגט און פטור אן עסק.

איך פארשטיי נישט פארוואס ווייסט נאך קיינער נישט ביז היינט אין וועלכע בי"ד דאס ליגט, (איך גלייב מ'האט מורא פון דעם מאפיאנער ראבינאוויטש) אבער די הרבנות הראשית איז נישט קיין חסידישע בית דין שטיבל, ווען ראבינאוויטש קומט ארויפלייגן א צו עיכוב, איז עס נאר נאך חקירות ודרישות, איך שטעל מיך פאר אז ער האט לכאורה גע'טענה'ט, אז אפילו לאמיר זאגן אז ס'איז דא א גט, הייסט דער מארקאוויטש נאכאלץ א מעגן לשיטת ראבינאוויטש, ווייל איך האב נישט קיין אהנונג אין וועלכע בי"ד ס'ליגט אוועקגעלייגט א גט.

איך רעד נישט אריין ווער עס איז גערעכט און ווער נישט.
אבער ביטע ביטע, מאכטס נישט דעם מארקאוויטש אלס אזא צדיק... ער איז ווייט ווייט פון דעם. איך קען אים אביסל.


דער יעניגער שרייבער שיקט דאס פאלגענדע לאור די שאלות הנ"ל:

לפי ידיעתי האט ר' אברהם כ"ץ יא אונטערגעשריבן אויף די היתר מאה רבנים. איך בין נישט 100% זיכער דערין, נאר 99%. איך וועל פרובירן מברר צו זיין.
די אלע רבנים וואס האבן אונטערגעשריבן האבן גוט געוואוסט אז מען מאכט איר "נישט" פאר קיין עגונה, קיינער זאל נישט האקן אין קאפ. דער יונגערמאן וואלט ממילא נישט געגעבן קיין גט בעפאר ער באקומט נארמאלע וויזיטעישאנס. יעדער האט קלאר געוואוסט אז מען האט דא צו טון מיט א גבר אלים וואס האלט נישט ביים אראפקריכן פון בוים, און האבן פשוט מקיים געווען דעם לא תגורו. וואו קומט דא אריין פאר זיי קאנצעקווענצן ווייסט איין באשעפער.
די גט ליגט ביי א בי"ד אין לעיקוואד (איך ווייס דעם נאמען אבער איך וויל עס נישט מפרסם זיין מחמת טעמים שונים) און ראבינאוויטש "ווייסט קלאר דערפון"! ער האט עס שוין אייגענטליך אפילו געזאגט פאר עטליכע מענטשן! און לאמיך ענק נאך עפעס מוסיף זיין: עס איז נישטא אזא זאך אז ערנסטע רבנים גיבן א היתר מאה רבנים אדער אז ערנסטע רבנים זאלן מסדר קידושין זיין און אננעמען כתובה ליינען ביי א חופה פון א סעקאנד מערידזש אן מברר זיין בבירור גמור אז עס איז טאקע פאראן א כשר'ע גט וואס די פרוי קען גיין אפנעמען ווען אימער זי וויל. פינטל!
דאס וואס איינער טענה'ט אז דער יונגערמאן איז נישט אזא אומשולדיג לעמעלע, מיט דעם בין איך בכלל נישט מחולק. דער מארקאוויטש איז נערווירנד געקראכן זיין שווער אונטער די הויט און זיך גערייצט מיט א ... שהשעה משחקת לו, ער האט זיך נישט צוגעשטעלט צו זיינע פארלאנגען (כידוע ראבינאוויטש פארלאנגט פון זיינע קינדער זאלן זיך צושטעלן צו זיינע שיגא'נען אין אויסטויש וואס ער שטיצט זיי און טיילט זיי דירות, און די נארמאלע קינדער שטעלן זיך צו "וועדער דעי לייק איט אר נאט", אבער דער מארקאוויטש האט געהאט א אנדערע אויסבליק אויפן לעבן און האט נישט געהאלטן ביים זיך צושטעלן צו זיין שווערס קאפריזן, און ער האט אים אפן פארגעהאלטן. ס'איז קלאר ער האט זיך געזוכט טראבל.
העווינג סעיד דעט, דעזערווט ער נאך אלץ נישט אזעלכע עונשים פון אים לייגן אין תפיסה, אים פארשעמען און פארשמירן איבעראל, און בעיקר נישט לאזן האבן דאס מינדעסטע שייכות צו זיינע קינדער און אפילו נישט לאזן קומען צו זייערע שמחות. דער זיידע ראבינאוויטש האט פראסט און פשוט געהיידזשעקט די אייניקלעך צו זיך. אויף איינמאל האט ער איבערגענומען די אחריות פון זיי אויפציען, ער האט דעסיידעט אין וועלכע מוסדות זיי צו שיקן, וועלכע קעמפ (אלע וואס האבן מיטגעשפילט מיט אים, און די מנהלים ומשגיחים האבן זיך צוגעשטעלט צו אים (-צו זיין געלט) זיכער מאכן אז דער טאטע האט נישט קיין שום שייכות אדער וויזיטעישאן צו זיינע קינדער), בשעת ער העצט די קינדער כסדר אקעגן דעם טאטן אויף א שרעקליכע פארנעם. שפעטער ווען עס איז געקומען די צייט האט 'ער' געזוכט פאר זיי שידוכים, דער טאטע איז געוואר געווארן פון די גאס אז זיינע קינדער האבן א שידוך געטאן... ראבינאוויטש האט בדווקא באשלאסן אז עס גייט זיין ארץ ישראל'דיגע שידוכים כדי דער טאטע זאל נישט קענען קומען צו די חתונה, ער האט זיי אלעס אויסגעצאלט מיט זיין "ברייט הארץ", און געספאנסערט טיקעטס פאר יעדן איינעם, אלעס כדי ער זאל האבן די אויסשליסליכע בעלות אויף אלעם, און אפילו נאך זייער חתונה שטיצט ער זיי מיט די תנאי אז זיי זאלן נישט האבן שייכות מיט'ן טאטן. אבער אין די צייטונגען וועט מען אים אויסרימען אלס דער גרויסער בעל צדקה פון די גרויסע זאלי שטיצער.
למעשה איז געווען לעצטע וואך א הירינג אין די רבנות, וואו ר' אברהם כ"ץ האט זייער קלאר מסביר געווען זיין צד טענה'נדיג אז עס איז דא א גט און זי קען תיכף ווערן אויס עגונה אויב זי וויל. די רבנות האט דאס פארשטאנען און האבן אים שוין מסכים געווען ארויסצולאזן פון לאנד, איז ראבינאוויטש שנעל געגאנגען און האט תיכף אפיעלט דעם פסק ביי א העכערע כח וואס האט מבטל געווען דעם ערשטן פסק און צוריק באנייט דעם "צו עיכוב" ביז א קומענדיגע משפט.
 
Back
Top