טאהש מאנסי רב ארעסטירט אין ארץ ישראל!

מ'קען נישט געבן א גט על תנאי, ממילא אויב האט ער געגעבן א גט, אזויווי עס לויטעט די אפיציעלע ווערסיע אז עס ליגט א גט ביי א בי"ד, קען מען עס נישט מאכן מיט קיין תנאי. איי פארוואס קען נישט די פרוי אפנעמען די גט? א גוטע קשיא....
פארוואס קען מען נישט געבן א גט על תנאי?
 
פארוואס קען מען נישט געבן א גט על תנאי?
ווייל די הלכה לאזט נישט. קוק אריין אין שו"ע אבעה"ז סי' קמ"ד ס"ט אין רמ"א, אז היינט שרייבט מען נישט קיין שום תנאי אין קיין גט.
 
ווייל די הלכה לאזט נישט. קוק אריין אין שו"ע אבעה"ז סי' קמ"ד ס"ט אין רמ"א, אז היינט שרייבט מען נישט קיין שום תנאי אין קיין גט.
קען זיין מ'קען טאקע נישט געבן על תנאי, אבער ס'קען זיין אז די בי''ד ווי ער האט עס אראפגעלייגט האט מסכים געוועהן עס נישט צו געבן פאר די פרוי ביז ער וועט קענען זעהן די קינדער
 
קען זיין מ'קען טאקע נישט געבן על תנאי, אבער ס'קען זיין אז די בי''ד ווי ער האט עס אראפגעלייגט האט מסכים געוועהן עס נישט צו געבן פאר די פרוי ביז ער וועט קענען זעהן די קינדער
איך הער. אויב דאס איז ריכטיג, דאן האט ראבינאוויטש יא גוט צוגעטראפן אז מ'דארף טארגעטן די בי"ד.
 
איך הער. אויב דאס איז ריכטיג, דאן האט ראבינאוויטש יא גוט צוגעטראפן אז מ'דארף טארגעטן די בי"ד.
פארוואס האט ער גיט צוגעטראפען? דעיע כ''ץ איז נישט אין די בית דין.
אויך פארשטיי איך נישט וואס איז די פראבלעם מיט אזא תנאי, ס'קומט זיך פאר א טאטע צו קענען זעהן זיינע אייגענע קינדער!!
 
דער חשובער ניק הרוצה בעילום שמו, שרייבט אן אריכות, וואס באווייזט נישט גארנישט. אזויווי ביי יעדע געפעכט, שרייט יעדער צד אויפן צווייטן. [איך האב שוין מיטגעהאלטן פארשידענע קעיסעס, און דאס איז די נארם, ממילא ווער איך נישט איבערגענומען פון די געשרייבעכטס, וויבאלד איך ווייס נישט וואס איז ריכטיג, און עס איז כמעט אוממעגליך צו מברר זיין].

אזוי ווי ערווענט, איז זייער געשמאק ווען א עושר סטראגעלט, ס'איז זייער באטעמ'ט צו זעהן ווי דער גרויסער קאפציטעט קען זיך נישט אן עצה געבן. איך לאך אויך א גוטס אז דער גרויסער נגיד שטייט מיטן צונג אינדרויסן. עס מיינט אבער נאכנישט אז דער צווייטער איז גערעכט.

איין שטיקעלע אינפארמאציע האט דער חשובער ניק אונז מגלה געווען, אז דער ר' אברהם כ"ץ האט נישט אומשולדיג געלייענט די כתובה ביי די חתונה, אזוי ווי די ערשטע פאר תגובות דא אויף דעם אשכול (וואס איז אויך אויסגעזינגען געווארן אויף "בחצרות", נאר ער איז גאר געווען פון די ראשי החותמים. אויב אזוי איז ער זיך אליינס שולדיג, אויב האט ער געהאלטן אז יצחק ראבינאוויטש איז אזא טעראריסט אז לכבוד דעם מעג מען מאכן זיין טאכטער פאר אן עגונה, דאן האט ער זיך נישט געדארפט אנהייבן מיט אזא טעראריסט. אויב יא, האט ער געדארפט זיין גרייט פאר די קאנסעקווענצן.

נאך א נקודה, דער חשובער ניק זאגט אז דאס ווייבל איז נעבעך אומשולדיג, זי קען גארנישט טוהן צוליב איר טאטנס איגאו. אויב אזוי דאן וויאזוי איז מען בארעכטיגט איר צו לאזן אן עגונה? אויב איז עס נישט אין אירע הענט דאן וויאזוי מעג ר' אברהם כ"ץ מיט די אנדערע רבנים באשליסן אז זי זאל בלייבן פארשמאכט אויף אייביג?
מיט אזא פארדרייטע מהלך המחשבה האב איך מיר שוין לאנג נישט אנגעשטויסן.
 
איך הער. אויב דאס איז ריכטיג, דאן האט ראבינאוויטש יא גוט צוגעטראפן אז מ'דארף טארגעטן די בי"ד.
ער האט ריכטיג צוגעטראפן???
בי''ד איז די וואס מאכן איר פאר א עגונה?
אויב די ווייבל איז אומשולדיג ווי אזוי האט די בי''ד די חוצפה צו איר לייגן אין א ווינקל?
ר' אברהם כ''ץ איז זיך אליין שולדיג.
אד''ג...
הייסט איר אפשר ראבינאוויטש???
ווי שעמט איר זיך נישט צו פרעגן אזאלכע קשיות, מיט א תמימות???
א וואוילע אינגערמאן, און א וואוילע ווייבל ווערן פארפאניגט און באצווינגן דורך עפעס א צוציק וואס מיינט אז די וועלט איז זיין, און די נעמסט זיך נאך אן פאר אים?
 
איך נעם זיך פאר קיינעם נישט אן. איך קען זיי ביידע נישט פערזענליך. לויט די שמועות זענען זיי ביידע זיך ווערד דאס געלט. יעדער וויל ווייזן נצחון. די שאלה איז ווער ס'איז שטערקער. ביז יעצט האט דער יונגערמאן געוויזן אז ער איז שטערקער, געמאכט א היתר מאה רבנים, און געווארפן דעם שווער איבערן דראנג. יעצט פרובירט דער שווער צו צווינגען די בי"ד זאל ארויסגעבן די גט. די שאלה איז צו ער וועט אויספירן.

ווער איז גערעכט? איך ווייס נישט. עס איז א פייט, און ווער ס'איז שטערקער געווינט.
 
זייער נאריש, סארי.

"דו נעמסט זיך פאר קיינעם נישט אן"? זאגסט עס מיט א בלעכענע פנים?

דו מאכסט עס ווי א רעגולער פייט כאילו צוויי איקוואל מענטשן שלאגן זיך ארום און מען גייט זעהן ווער עס געווינט. דו כאפסט נישט (עשה עצמו כאילו לא) אז דא רעדט מען פון אידיש בלוט, א געפעכט צווישן איינער וואס זוכט צו חרוב מאכן עטליכע דורות און איינער וואס וויל פשוט זעהן זיינע קינדער, ביידע פרובירן צו נוצן די תורה צו זייער עדווענטעדזש, נאכן דורכפאלן מיט אלע אנדערע מיטלען.

דו שרייבסט: "ביז יעצט האט דער יונגערמאן געוויזן אז ער איז שטערקער, געמאכט א היתר מאה רבנים, און געווארפן דעם שווער איבערן דראנג..." דו מאכסט מיך ערנסט לאכן! מיינסט אפשר צו זאגן די לעצטע יאר, נאכן ווערט אויסגעפייניגט מיט אלע מיני עינויים דורך זיין שווער א קנאפע 10 יאר, האט ער ענדליך גענומען די זאך אין די האנט און באשלאסן צו גיין ווייטער אין לעבן? דו מאכסט זיך פארגעסן ווער עס האט געוויזן אז ער איז שטערקער ביז א יאר צוריק? ווער האט גערופן נאכאנאנד אין קאורט? ווער האט מצליח געווען אפצורייסן א גאנצע משפחה פון זייער טאטע?

דו שרייבסט "יעדער וויל ווייזן נצחון". דער יונגערמאן וויל איין נצחון: לאמיר זעהן מיינע קינדער! העכסט נארמאל. און וואס וויל דער שווער?

עפעס איז סיריעסלי ראנג אין דיין קאפ. סארי.
 
מ'קען נישט געבן א גט על תנאי, ממילא אויב האט ער געגעבן א גט, אזויווי עס לויטעט די אפיציעלע ווערסיע אז עס ליגט א גט ביי א בי"ד, קען מען עס נישט מאכן מיט קיין תנאי. איי פארוואס קען נישט די פרוי אפנעמען די גט? א גוטע קשיא....
מ'קען לכאורה מאכן די בי"ד פאר א שליח אויפן גט על תנאי
 
זייער נאריש, סארי.

"דו נעמסט זיך פאר קיינעם נישט אן"? זאגסט עס מיט א בלעכענע פנים?

דו מאכסט עס ווי א רעגולער פייט כאילו צוויי איקוואל מענטשן שלאגן זיך ארום און מען גייט זעהן ווער עס געווינט. דו כאפסט נישט (עשה עצמו כאילו לא) אז דא רעדט מען פון אידיש בלוט, א געפעכט צווישן איינער וואס זוכט צו חרוב מאכן עטליכע דורות און איינער וואס וויל פשוט זעהן זיינע קינדער, ביידע פרובירן צו נוצן די תורה צו זייער עדווענטעדזש, נאכן דורכפאלן מיט אלע אנדערע מיטלען.

דו שרייבסט: "ביז יעצט האט דער יונגערמאן געוויזן אז ער איז שטערקער, געמאכט א היתר מאה רבנים, און געווארפן דעם שווער איבערן דראנג..." דו מאכסט מיך ערנסט לאכן! מיינסט אפשר צו זאגן די לעצטע יאר, נאכן ווערט אויסגעפייניגט מיט אלע מיני עינויים דורך זיין שווער א קנאפע 10 יאר, האט ער ענדליך גענומען די זאך אין די האנט און באשלאסן צו גיין ווייטער אין לעבן? דו מאכסט זיך פארגעסן ווער עס האט געוויזן אז ער איז שטערקער ביז א יאר צוריק? ווער האט גערופן נאכאנאנד אין קאורט? ווער האט מצליח געווען אפצורייסן א גאנצע משפחה פון זייער טאטע?

דו שרייבסט "יעדער וויל ווייזן נצחון". דער יונגערמאן וויל איין נצחון: לאמיר זעהן מיינע קינדער! העכסט נארמאל. און וואס וויל דער שווער?

עפעס איז סיריעסלי ראנג אין דיין קאפ. סאריַ
איך האב פיינט ראבינאוויטש. שנאת מות. צוליב פערזענליכע איבלענישן. און כ'נעם בשו"א נישט זיין צד. אבער דער אינגערמאן האט געהאט א ברירה א לאנגע וויילע צוריק צו געבן א גט אן קיין שווערע תנאים וועגן קינדער, אבער ער האט פארלאנגט פון זיין שווער א מיליאן לשנה אויף יעס יאר וואס ער האט געוואוינט מיט איר. פון דארט און ווייטער איז עס אריין אין נצחון. סאו ער איז נישט אזוי אומשולדיג... וואס יא, פארן אנ'חזר'ן א רב בישראל וואס האט ס"ה נישט מורא געהאט פאר אים קומט זיך פאר ראבינאוויטש הענגען און שיסן צוזאמען.
 
מאדנע ווי די נייעס ווערט באריכטעט אין איינע פון די קרית יואל'ע אויסגאבעס.
ס'איז פשוט די רשעי הציונים...
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Tosh.jpg
    Tosh.jpg
    89.6 KB · געזען: 90
מאדנע ווי די נייעס ווערט באריכטעט אין איינע פון די קרית יואל'ע אויסגאבעס.
ס'איז פשוט די רשעי הציונים...
זאג זיי אז די עסקנים דארפן נישט ארבעטן אזוי שווער ער דארף פלעין זאגען פאר די עגונה ווי די גט ליגט, נישט אז איך נעם דא א זייט, אבער מיש נישט אריין די ציונים אין דיין פייט.
באלד וועט מען נאך באשילדיגען די ציונים פארן פאטרייבען מהרזל פונעם ציון.
 
לעצט רעדאגירט:
ער גייט נישט זיין אין אומאן ר"ה?
 
אין בין די ניק וואס האט עס געשריבן
און איך ווייס עס אלץ א פאקט
איך קען דיך עס פראוון? ניין!
ס'מאכט עס נישט ווייניגער אמת
איך געדענק װען ער האט אהינגעטראגן א חתונה בשעת די מיידל האט געוואוינט (איך מיין אז אפי יעצט נאך די חתונה וואױנען זיי) אין אמעריקע
די שיינע תירוץ דעמאלטס איז געווען אז ער האט דארט אסאך משפחה
אבער אין פאקט וואלט אים געווען גרינגער און ביליגער צו אהערברענגען די פאר פון אר"י ווי אהינגעטראגן ביידע זייטן
בד"וו אויב איינער דא ווייסט מער פאקטן ווי די איינצעלנע וואס איך האב געשריבן ביטע שרייב עס דא
סאררי אבער דאס איז שקר !!!
אדער קענסטו נישט די משפחה בכלל
 
איך הער ער האט דינסטאג א חתונה פון אן אייניקל דא אין אמעריקע.
 
וואס טוט זיך למעשה? איז ער נאך אלץ סטאק אין ארץ ישראל?

בכלל, האלט טאקע די "רבנות" אז די גט ליגט ביי אים, אדער אז ער האט די כח צו מאכן מארקאוויטש געבן א נייע גט?
 
Back
Top