טראמפ און זיינע צאללאזע ליגנטס

dca909d01408427394a8788dbec21cab.jpg



94cea2ebdb504861bbef5a55b1bddbd4.jpg

1000624551.jpg

בהמה למך יקל מפיכול אקס
 
בען שפירא און טעד קרוז זענען ביידע ארויס אפן צו קריטיקירן די 400 מיליאן ווערד פון אפענע קארופציע.

זיי זענען שוין "קאמוניסטן" און "אנטי אמעריקען", אדער מ'געט זיי נאך א שאנס?
 
לפענ"ד איז עס בכלל נישט אזוי, איך קוק עס אן ווי א ריזיגער ציבּור (דא אין דעם פאל, עטליכע 70 מיליאן מענטשן) וואס פארמאגן אייניגע דעות איבּער פארשידענע ענינים, און אפילו איבּער געוויסע ענינים קען נאכאלץ זיין דיפרענסעס אבער בדרך כלל איז מען פאראייניגט איבּער געוויסע זאכן און מיט די באשטימונג פון דעם ציבור שטעלט זיך ארויס איינער און ער טוט רעפרעזענטירן דעם ציבור מיט רוב פון זייערע דיעות.
איך מיין אז מען דארף צוטיילן צווישן וויילער און טראמפיסטן. א וויילער איז איינער וואס האט געשטימט פאר אים צוליב סיי וואספארא סיבה. א טראמפיסט, האט אין זיין לעבן נאכנישט געטראפן עפעס צו קריטיקירן טראמפ. ער איז מוכן ומזומן אים צו קריטיקירן, טראמפ האט פשוט נאך קיינמאל נישט חוטא געווען.

טראמפיסטן קענען אנגערופן ווערן א קולט. זעלבסט פארשטענדליך, אזוי ווי יעדע זאך, איז עס אויף א ספעקטרום און נישט אייביג שווארץ אדער ווייס.
 
כ'האב איינעם געענטפערט אויף אייוועלט

כ'האב נאר אביסל א אימה צו כ'מעג דארט לייגן ארטיקלען מיט גויאישע בוכשטאבן צו וואס איך באציה זיך. אפשר טארן זיי נישט וויסן אזויפיל....

וויאזוי פונטקליך קען אמעריקע סערווייווען מיט אזעלכע הויכע טעריפס נאכדעם וואס אין אמעריקע איז שוין נישטא קיין פארבריקן פאר רוב אייטעם וואס די זעט אין די שאפע

דאס אידאך טראמפ'ס טענה. ס'איז נעשענאל סיקיוריטי צו פארבריצירן דאהי ויפה שעה אחת קודם. ווילאנג קעמען זיך פארלאזן אויף טשיינע?


פיין און וואויל. ביי מיר האסטו געפויעלט.

יעצט קומט אן אומשולדיגע ריעליטי טשעק.
נו אויב איז ער אזא אינאוועיטאר פון איידיע'ס און האט אזא דערהויבענע טענה, פארוואס זענען די רוב פון די 2017-2018 rust belt דזשאב'ס א פארגאנגענהייט? למשל אין אהייא, פענסילוועניע און אין מישיגן איז ממש נישט פארבליבן גארנישט אין אויטא אדער מאשינערי פארוואזשע טראמפעניו פארוואזשע?

און ניין, פאר דער וואס וויל עס אנלייגן אויף די פאנדעמיע דארף פאראויס וויסן צו זאגן אז אין 2019 וויבאלד די טעריפ'ס זענען דעמאלטס אריין אין קראפט האט עס שטארק חרוב געמאכט די גאנצע מעכטיגע פלאן. און פון די אלע פארשפראכענע מיליאנען דזשאב'ס אין טראמפ'ס גרויס מויל נוסח, זענען פארבליבן אפאר טויזנט.

למשל סעמסאנג וואס איז געקומען דא מאכן וואש מאשינען אנגעבליך אלס מורא פון טעריפ'ס האסטו איין קאמפאני, קוים 1500 דזשאב'ס, וזהו. ווי זענען די איבריגע באשעפער אין הימל?

איך וועל דיר זאגן ווי, אין א לאנד ווי מ'קען עס מאכן פאר ביליגער און דו האסט אנדערע שיינע זאכן. Get over it

און נאכמער! מענטשן שרייען טראמפ טוט גוט אפילו ס'ציפט

מ'כאפט נישט א פשוט'ע ביזנעס קאנצעפט:
אלעס אלעס קומט מיט trade-offs דאס מיינט אויב גייסטו טוהן די זאך און נישט די אנדערע זאך גייסטו פארלירן די פארדינסטן פון טוהן די אנדערע זאך... למשל, מ'האט טאקע אריינגעברענגט אפאר מאנעפקטשורינג דזשאב'ס פון קארעא צו מאכן דא וואש מאשינען און לכבוד דעם האבן טאקע וואש מאשינען און דרייערס ארויפגעשאסן מיט די פרייזן, מער ווי נארמאל, אזוי ווי דו שרייסט יעצט אייער איז ארויף מיט צו סאך... טראץ די פאקט אז ס'איז געווארן געמאכט דאהי, ס'האט נישט אפגעהאלטן די מאנעפקטשורערס צו רייטן אויף אונזער חשבון, אפגערעדט וואס דרייערס זענען בכלל נישט געווען טעריפ'ד דעמאלטס און האט געהאט 0 הסבר פארוואס ס'איז אויך ארויף.

נאכנישט פארטיג...

נישט נאר וואס ס'איז ארויף נאר די דעמאלטס'דיג טעריפ'ס אויף וואש מאשינען וואס אמעריקאנע קאסטסומערס האבן געשפענדט, האבן איינגעשלינגען יעדע דזשאב וואס איז צוגעקומען, ס'הייסט פאר יעדע דזשאב האט אמעריקע אויסגעגעבן עפעס 860,000 טויזנט דאלער... ס'איז beyond א דזשאוק. פארשטייסט יעדער האט ליב צו רעדן און זאגן א מיינונג, ביז מ'הייבט אן קוקן אין פאקטן איז אלעס מקוה טאלק... די ריעליטי איז גאר עפעס אנדערש...
 
ווער קען נישט די באקאנטע מעשה מיט די פראנצויזישע קעניגין בעפאר די פראנצויזישע רעוואלוציע.
מ'איז איר געקומען זאגן אז די עולם האט נישט קיין ברויט צו עסן, האט זי זיך אנגערופן אינגאנצן פארוואונדערט,וואס איז אז זיי האבן נישט קיין ברויט, וואס איז די פראבלעם?
"let them eat cake"!
 
בען שפירא און טעד קרוז זענען ביידע ארויס אפן צו קריטיקירן די 400 מיליאן ווערד פון אפענע קארופציע.

זיי זענען שוין "קאמוניסטן" און "אנטי אמעריקען", אדער מ'געט זיי נאך א שאנס?
טים פאל, לאורע לאמער, מארק לעווין, סענאט מעזשאריטי לידער John thune, דער ניו יארק פאסט- א קליין דוגמה פון קריטיק וואס איך האב געזען קומען פון אינערהאלב די קולט אויף טראמפ
 
טים פאל, לאורע לאמער, מארק לעווין, סענאט מעזשאריטי לידער John thune, דער ניו יארק פאסט- א קליין דוגמה פון קריטיק וואס איך האב געזען קומען פון אינערהאלב די קולט אויף טראמפ
פון מיר האסטו פארגעסן🤣
 
ווער נאך וויל דא ווארטן מיט אמונה און בטחון?

1000624725.jpg
1000624726.jpg
1000624725.jpg
 
טים פאל, לאורע לאמער, מארק לעווין, סענאט מעזשאריטי לידער John thune, דער ניו יארק פאסט- א קליין דוגמה פון קריטיק וואס איך האב געזען קומען פון אינערהאלב די קולט אויף טראמפ
וויי איז פאר אן אמעריקע וואס דארף די פרעזידענט זאל נעמען א 400 מיליאן דאלארדיגן זשעט פון א קעניגרייך וואס העלפט כאמאס, כדי אפאר חברה אינערהאלב זאלן זיך דערוואגן צו קריטיקירן.
גייטס קוקט אויף טוויטער וויפיל אנדערע פרייען זיך דערמיט כאילו זיי אליינס האבן עס באקומען.
 
Neil deGrasse Tyson אין א נעבעכדיגע געבעט...
ליידער איז עס שוין דערנאך אין מיינע אויגן. זיינע ווערטער וועלן אויטאמאטיש ווערן אנגענומען ביי ווער ס'האלט שוין אזוי פון פארדעם, און פאלן אויף טויבע אויערן ביי ווער ס'דארף עס באמת דערהערן.

מען קען באמערקן ווי עמאציאנאל ער איז לגבי זיין מערסט באליבטע ארגאניזאציע.

ניעל, איך ווייטאג מיט... 😭

View: https://youtu.be/VGownA1pSps?si=vy63QBL0jNKh1bGa
אילאן אין זיין לעיטעסט earnings call


Tesla CEO Elon Musk began his company’s earnings call on Tuesday by saying that his time spent running President Donald Trump’s so-called Department of Government Efficiency will drop “significantly” starting in May.

Musk, who has watched Tesla’s stock tumble by more than 40% this year, said he’ll continue to support the president with DOGE “to make sure that the waste and fraud that we stop does not come roaring back.”

After spending almost $300 million in the 2024 campaign to help return Trump to the White House, Musk created DOGE and joined the administration with a mission to drastically reduce the size and capability of the federal government.

He said he’ll continue to spend a “day or two per week” on government issues “for as long as the president would like me to do so.”

Musk’s commentary came after his company reported disappointing first-quarter results, including a 20% year-over-year slump in automotive revenue and 71% plunge in net income.

I wonder why... ער הייבט שוין אן כאפן זיין מפלה...

ער מיינט אוודאי די טובה פון די אדמיניסטראציע, זיין סטאק און זיין ביזנעס דאס האט נישט קיין שייכות מיט דעם עה?...

דאס אז די די ליבעראלן האבן אים אזוי באקאטירט דאס איז נישט וויכטיג, די נאראטיוו איז אז ער האט אויפגעטוהן גדולות ונצורות אין זיין קורצן ”אומפאפולערע קאריערע”
 
וויי איז פאר אן אמעריקע וואס דארף די פרעזידענט זאל נעמען א 400 מיליאן דאלארדיגן זשעט פון א קעניגרייך וואס העלפט כאמאס, כדי אפאר חברה אינערהאלב זאלן זיך דערוואגן צו קריטיקירן.
גייטס קוקט אויף טוויטער וויפיל אנדערע פרייען זיך דערמיט כאילו זיי אליינס האבן עס באקומען.
טראמפ כאפט כסדר קריטיק פון אלע זייטן מצד זיינע שטיצער, איך קען דיר ברענגען אסאך דוגמאות. אמת, ער האט א פארגלייבטע לאיעל בעיס אבער מען דארף נישט מגזים זיין. היינט צוטאגס זענען ביידע זייטן שטארק פארטייאיש. איך געדענק די לינקע פארשווייגן יעדער רמז איבער ביידענ'ס קאגניטיוו מצב. יעדער האט זיך זיינע פאליטישע חשבונות און סייענטיפישע ריסורטש ווייזט אז ברעינוואשינג קען אויך ארבעטן ביי לינקע מוחות.
 
האסט שוין געזעהן ווי א איד וויל געווינען אן ארגומנט מיט א גוי אדער די חרדים קעגן די משטרה אין ארץ ישראל אדער די קרית יואל'ע פראפערטי בויערס און ריעל עסטעיט מאגנאטן אין די טאון האלל מיטינגס? די ערשטע און די בעסטע טענה איז היטלער/ נאצי און מיט דעם געווינט מען אלצדינג. לענינינו, ס'פארגייט דער אפעטיט פון טענה'ן און האבן ויכוחים ווען די צד שכנגד קומט אן מיט טענות ווי קולט, היטלער, סטאלין קאמיוניזם, נאציס וכו' כ'האב גראדע געטראכט אסאך צו כ'זאל רעאגירן בכלל. כ'האב שוין איינגעזעהן מאל נאך מאל אז די ויכוחים פירן נישט אין ערגעץ היות רובא דרובא מאל וועט קיין איין זייט בשו"א נישט איינגעבן פאר'ן צד שכנגד.
לאמיר זיך טרעפן אין אנדערע ויכוחים דא אין קרעמל
איך, אטעאיסט ווער גארנישט דערשראקן ווען יענער טעאיסט וויל מיך אויפקלערן אז מיין פילזאפיע איז מיטגעטיילט מיט סטאלין, איך קלער יענעם צוריק אויף אז סטאלין האט נישט געטוהן וואס ער האט געטוהן אין נאמען פון אטעאיסם, happens to be ער איז געווען אן אטעאיסט.

ווי האב איך געזאגט פאר טראמפיסטן? די מעלה מיט טראמפ איז אז ער איז שוואכער ווי היטלער, אז דו רעדסט מיט דייטשע, ס'זענען נאך היינט פארהאן מענטשן וואס וועלן זיך אויפטוהן מיט היטלער'ס "פארעכטן די דייטשע עקאנאמיע" ס'איז דא די בילדער ווי ער בויט די אויטאבאן, און דייטשלאנד האט געוואלט א “tough“ leader און זיי האבן אלע נאכגעפאלגט אין באד אריין.. טראמפ אן די אדער הענד קען דאס אפילו אויך נישט.. וואס ער טוט קראכט, האלב די צייט ווען ער איז פארנומען מיט שטותים פון גרינלאנד און די גאלף אף מעקסיקא, ביז פאנאמא, פון א טרעיד מלחמה ביז פארשלאגן א sovereign wealth fund אפילו דאס עפענט מען איינמאל מ'איז אין א סורפלאס נישט ווען מ'גרייט זיך צו קראכן אן עקאנאמיע און מ'האט אזוי 36 טריליאן אין debt

דער מענטש פארמאגט objectively פון די שוואכסטע איידיע'ס זינט די צייטן פון פרעזידענט הווער אין 1929

קומט אויס In practice דער וואס פארגלייכט אים צו היטלער איז שוין שיין צו אים ווייל ער איז נעבעך ווייניגער competent. אבער יא צו מאניפולירן די פרעסע צו זיינע קאפריזן איז ער אפשר בעסער.

איך פארשטיי אויך נישט וואס ברענגט דיר אהער דא אין ערשטן פלאץ? דא איז דאך א שנירל וואס איר גאנצע ציל איז אויפדעקן שיכטן פון בולשיט פון די די גרויסע האר און מאיעסטעיט, היינט שוין קעניג און גאר לעצטנס פויבסט טראמפ... מוטשע דיר נישט צו זיין דא אויב ס'איז דיר שווער....
 
אהה אינטערעסאנט, איך האב אייביג געמיינט אז זעכציג קעגן פערציג איז רוב, היצטערט ווער איך געוואר אז כ'האב מיך טועה געווען. כ'בין נאר נייגעריג אויב צוויי פּלוס צוויי איקאלס פיר? אדער דאס אויך נישט. כ'בין נייגעריג אויב כ'קען נאך טרעפן מיינע טיטשערס פון טרופּ עוועניו און זיי פשוט מעורר זיין אויף די טעותים אז זאלן פשוט נישט אויסלערנען דעם נעקסטן דור מיט אזעלכע מיסטעיקס, דאס וועט נאך שאטן פאר די נעקסטע דור ווען זיי וועלן גיין פאר א SAT און זיך גרייטן אריינצוגיין אין קאלעדזש און זיי וועלן נאך פעילן אויף זייער טעסט.
כ'ווייס נישט וואס דו רעדסט. דו מאכסט דיך זייער זיס, אבער 2 דריטל פון וויילער איז נישט רוב. ווי קומט אריין 60 40?
 
איך פארשטיי אויך נישט וואס ברענגט דיר אהער דא אין ערשטן פלאץ?
מיין ליבער פראפעסער @מר שושני האט מיך מיט געוואלד אריינגעצויגן דא


מוטשע דיר נישט צו זיין דא אויב ס'איז דיר שווער....
איך בין זייער באקוועם צו פארברענגן מיט סיי וועם
 
בען שפירא און טעד קרוז זענען ביידע ארויס אפן צו קריטיקירן די 400 מיליאן ווערד פון אפענע קארופציע.

זיי זענען שוין "קאמוניסטן" און "אנטי אמעריקען", אדער מ'געט זיי נאך א שאנס?
בען הייבט אן מכלומרשט ”כאפן” אויף די עיר אז טראמפ טוט עפעס נישט גוט... אזא טעאטער, ער ווייסט דען נישט בעסער? אוודאי יא, ער האט דאך אים פיינט, א באנדע לצים...
 
טראמפ כאפט כסדר קריטיק פון אלע זייטן מצד זיינע שטיצער, איך קען דיר ברענגען אסאך דוגמאות. אמת, ער האט א פארגלייבטע לאיעל בעיס אבער מען דארף נישט מגזים זיין. היינט צוטאגס זענען ביידע זייטן שטארק פארטייאיש. איך געדענק די לינקע פארשווייגן יעדער רמז איבער ביידענ'ס קאגניטיוו מצב. יעדער האט זיך זיינע פאליטישע חשבונות און סייענטיפישע ריסורטש ווייזט אז ברעינוואשינג קען אויך ארבעטן ביי לינקע מוחות.
אמת, צו אן עקסטענט, אבער וויבאלד ביי ביידן איז כאטש געווען אזא 16 בילס צו סעלאברירן און אזא 6 סטרייק'ס וואס ער האט ברייטהארציג געשטיצט די יוניען'ס, טשיילד טעקס קרעדיט וכו' איז פשוט א שאד אז טראמפ באגייט זיך מיט אזא ליידיגקייט און מ'קען נישט ציילן קיין גאנצע האנט וואס ער האט אויפגעטוהן כאטש אויף וואס ער האט צוגעזאגט... מ'רעדט נישט יעצט פון טוהן זאכן וואס איין זייט וויל מער און מ'טוט די קלאסישע קונץ פון פארהאלטן די אנדערע זייט ווי גלייך זיי האבן אן אחריות יעצט אזוי צו טוהן... מ'רעדט פון בעסיקס וואס ער זאגט צו סא וועל איך זיך מוזן דינגען מיט דיר אז די נעגעטיוויטי בייעס איז אויף equal footing

דארפסט פארשטיין איך האב אויך נאך אמאל אפגעקויפט די "שלעכטע פעכי ביידן" נאראטיוו. ס'איז אבער נישט אזוי, זיין פארטיי טוט און די אנדערע שלאגט זיך, קומט א טראמפ און בליעט אויף די כאאס וואס ער איז אין דעם די גרעסטע טאלאנפולסטע עקספערט און זייעט אן א חורבן, און מאניפוילעיט נאך די מוחות into thinking אז זאלאנסקי און ביידן און העריס זענען אין אלעם שולדיג ...
 
היטלער האט געלעבלט יעדער וואס איז געווען קעגן איהם אלס "מארקסיסט, קאמוניסט וכו'".

היטלער איז געווען להשמיד קעגן די פרייע מידיא און קעגן די אזויגערופענע אינטעליגענציע. (נאציס האבן פארברענט מיליאנען ביכער.)

היטלער איז געקומען צו פאוער, נישט ווייל רוב דייטשן האבן געהאלטן פון איהם, קלאר אז נישט. נאר גענוג האבן געטענהט (בפרט רעכטע פאליטיקאנטן וואס האבן געהאלטן זיי גייען איהם קענען קאנטראלירן איינמאל ער איז פירער) אז אפי' זיינע פערזענלעכע שיטות און מיינונגען זענען זייער עקסטרעם "מיינט ער עס נישט ערנסט" און עס "לוינט זיך צו פארקוקען" ווייל למעשה גייט ער "צוריקברענגען דויטשלאַנד צום אמאליגן רעספעקט און מאכט" (great again).

מען דארף זיין בלינד צו פאקטן און היסטאריע צו טראכטן אז טראמט וועט מאכן אמעריקע שטארק און רייך. (חוץ אויב מאכן טראמפ אליינס רייך מיינט אז אמעריקע איז רייכער געווארן.)

אין די היסטאריע ביכער וועט מען פרעגן די קשיא וויאזוי האבן אזויפיל היבש נארמאלע מענטשן אפגעקויפט זיינע פוסטע לגיונות, און געשטיצט זיינע אומפאלסיווע און קוריאזע פאליסיס, אפי' קעגן זייער אייגענע מאראל?
און די תירוץ וועט זיין..... ווען דו וועסט פארשטיין וויאזוי אזויפיל האבן געשטיצט היטלער, סטאלין, און יעדע אנדערע וואנזיניגע פאליטיקאנט אין היסטאריע וואס האט געוואוסט וויאזוי צו שפילן מיטן המון עם'ס געפילן און עמאשענס, וועסטו אויך דאס פארשטיין.

(צו קלאר מאכן, איך גלייך נישט צו טראמפ צו היטלער אדער סטאלין... ניטאמאל נאנט דערצו. איך שטעל נאר צו די איידיע פון מאסן מענטשן וואס גלייבן א פירער וואס מאכט נישט קיין סענס, ווייל ער האט זיי באוויזן צו איינרעדן אז ער גייט זיי פירן צו אוטאפיע.)
די דייטשן, נאכן דערנידערונג פון פארלירן די ערשטע וועלט מלחמה און היטלער'ס פאפולעראטעט, זענען געווארן צוגעצויגן צו נאציזם און אנגעהויבן גלייבן אז מינאריטעטן, אימיגראנטן און אידן גייען זיי אומברענגען.

די ליגענט האט ערפינדן און פארשפרייט א דזשורנאליסט מיטן נאמען ווילהעלם מאַרר, אין א פעמפליט וואס ער האט ארויסגעגעבן אין 1879. דארט האט ער אויך געקוינט דאס ווארט antisemitism.

אפאר יאר שפעטער איז The Protocols of the Elders of Zion ארויסגעקומען אין 1903.

ענדליך קען מען זעהן ווי אילאן מאסק פרעדיגט אז מ'דארף האבן מער קינדער כדי די דריטע וועלט לענדער זאלן נישט "איבערנעמען".

(אינטער היטלער'ס דייטשלאנד האט מען באצאלט גרויסע געלטער פאר מאמעס וואס האבן געבוירן א קינד.)

סטאלין איז נאר אנגעקומען צום מאכט דורך לענין וועמען די מאסן האט יא שטארק געגליכן. מאנכע האלטן אז לענין האט נישט געוואלט סטאלין זאל איבערנעמען.

טראמפ און די אלע חברה וואלטן אין ערגעץ נישט אנגעקומען ווען נישט מענטשן גלייבן זייערע צאלאזע פרעכע ליגענטס.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top