טראמפ און זיינע צאללאזע ליגנטס

Neil deGrasse Tyson אין א נעבעכדיגע געבעט...
ליידער איז עס שוין דערנאך אין מיינע אויגן. זיינע ווערטער וועלן אויטאמאטיש ווערן אנגענומען ביי ווער ס'האלט שוין אזוי פון פארדעם, און פאלן אויף טויבע אויערן ביי ווער ס'דארף עס באמת דערהערן.

מען קען באמערקן ווי עמאציאנאל ער איז לגבי זיין מערסט באליבטע ארגאניזאציע.

ניעל, איך ווייטאג מיט... 😭

View: https://youtu.be/VGownA1pSps?si=vy63QBL0jNKh1bGa
 
ווי למשל?
ס'איז דא רעליגיעס וואס זענען געבויט אויף ראציאנאליזם
איך וואלט עס גערופן א קולט. אן אבערגלויבן געבויט אויף די גלויבונג אין אן איינצעלנע מענטש,
לפענ"ד איז עס בכלל נישט אזוי, איך קוק עס אן ווי א ריזיגער ציבּור (דא אין דעם פאל, עטליכע 70 מיליאן מענטשן) וואס פארמאגן אייניגע דעות איבּער פארשידענע ענינים, און אפילו איבּער געוויסע ענינים קען נאכאלץ זיין דיפרענסעס אבער בדרך כלל איז מען פאראייניגט איבּער געוויסע זאכן און מיט די באשטימונג פון דעם ציבור שטעלט זיך ארויס איינער און ער טוט רעפרעזענטירן דעם ציבור מיט רוב פון זייערע דיעות.

לאמיך דיר געבן א ביישפיל, אני הקטן האב געוועהלט פאר פרעזידענט טראמפ דריי מאל און אויב וועט ער לויפן א פערדע מאל וועל איך לכאורה, עכ"פּ פארלייפיג אויך שטימען פאר עם, פארוואס? ווייל כ'שפיר ווי ער רעפּרעזנטירט מיינע פארלאנגן, כאטשיג נישט מיט אלעם בין איך מסכים מיט עם אבער עכ"פ צו ס'איז רוב צו ס'איז געוויסע זאכן וואס אפילו ס'נישט רוב נאר גאר שטארקע און וויכטיגע זאכן, יעצט כ'זוך נישט דא אין דעם שמועס אריינצוגיין אין וועלכע זאכן ווייל דא איז נישט די פלאץ דערפאר און נישט די נקודה וואס כ'וויל ארויס ברענגן.

פון די אנדערע זייט איז טאקע פארהאן זאכן וואס כ'בין נישט מסכים מיט עם אבער ווען מ'לייגט עס אויף א וואגשאל זענען די זאכן וואס כ'בין יא מסכים מיט עם און כ'וויל ער זאל עס דורכפירן, איז פאר מיר וויכטיגער. און איך בין אוודאי נישט קיין יחיד צווישן די איבער 70 מיליאן מענטשן וואס האבן געשטימט פאר עם אין דעם, נאר מ'קען זאגן רואיג אז רוב, און נישט סתם 51% נאר גאר א גרויסע מערהייט איז אזוי. און די זעלבע זאך איז ביי פריערדיגע פרעזידענטן אפגעזעהן וועלכע פּארטיי, לינקס צונרעכטס און אלעס אינדערמיט. און דערפאר איז עס נישט קיין קולט און אפילו נישט ענליך צו א קולט
 
די וואס האבן געשטימט פאר איהם איז פאר וואס ער האט "צוגעזאגט", נישט פאר דעם שארלאטאן וואס ער איז באמת. דאס זאג איך דאך. ער האט באוויזן צו איינרעדן מיליאנען אז ער טוט זיי רעפרעזענטירן.

דרך אגב, אלע פאולס ווייזען קלאר אז די עולם איז נישט צופרידן. אריינגערעכנט די וואס האבן געשטימט פאר איהם... (דאס גיבט האפענונג, דערווייל.)
 
😭 אוי,עס טוט דאך אזוי וויי...
פאר א פראפעסאר ווי דו טאר עס נישט וויי טוהן, נאר ברויך וויסן אז כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דיעותיהן שוות. שטעל דיך פאר ווען פאר מיר זאל ווען וויי טוהן אלעס וואס אנדערע האלטן אנדערש פון מיר און דאס איז אויך, נישט נאר אויך, נאר איבערהויפט ביי יסודות'דיגע זאכן
 
איך האב געזאגט דו דארפסט האלטן ווי מיר?
איך דארף נישט יעצט פלוצלינג זאגן ליגענט. אז ס'טוט וויי, זאג איך אז ס'טוט וויי...

איך האב דיר ווייטער ליב אהבת נפש. 😏
 
די וואס האבן געשטימט פאר איהם איז פאר וואס ער האט "צוגעזאגט", נישט פאר דעם שארלאטאן וואס ער איז באמת. דאס זאג איך דאך. ער האט באוויזן צו איינרעדן מיליאנען אז ער טוט זיי רעפרעזענטירן.
בעיסיקלי רופסטו אן רוב אמעריקאנער וויילער שוטים, אוודאי זאגסטו עס נישט ארויס בפה מלא אבער דער פאקט אז רוב אמעריקאנער וויילער זענען געווארן איבערגערעדט פון א שארלאטאן מיינט בעיסיקעלי דאס, כ'מיין אז דאס איז אוט אוו פלעיס פאר א פראפעסער בכלל צו טראכטן אזוי. און ניין, ער האט נישט באוויזן איינצורעדן די מיליאנען אז ער טוט זיי רעפרעזענטירן ווייל ער איז באמת א חלק פון זיי און אזוי ווי כ'האב פריער געשריבן
און מיט די באשטימונג פון דעם ציבור שטעלט זיך ארויס איינער און ער טוט רעפרעזענטירן דעם ציבור מיט רוב פון זייערע דיעות.
און דאס איז עס סך הכל, ער איז איינער פון אונז וואס ער האט זיך אויסגעשטעלט און געווינען די פריימעריס איבער די אנדערע קאנדידאטן און געווינען רוב אמעריקאנער שטימען און דערפאר איז ער יעצט פרעזידענט.
דרך אגב, אלע פאולס ווייזען קלאר אז די עולם איז נישט צופרידן. אריינגערעכנט די וואס האבן געשטימט פאר איהם... (דאס גיבט האפענונג, דערווייל.)
דאס מיינט באמת גארנישט ווייל ביי יעדע ערוועהלטע פירער גייט עס אזוי, די פּאולס גייען ארויף און אראפּ כסדר, דער עיקר איז ביי די נעקסטע עלעקשן גייט מען זעהן צו דער עולם איז צופרידן צו נישט
 
בעיסיקלי רופסטו אן רוב אמעריקאנער וויילער שוטים
ח"ו!!!
היסטאריע האט געוויזן אז מ'דארף בכלל נישט זיין קיין שוטה צו אריינפאלן צו גלייבן איינער וואס נוצט די ריכטיגע פאפוליסטישע סלאגאנען, אפי' ס'האט לאוו דווקא מיטן מציאות.
ווער זאגט אז ס'האט גארנישט מיטן מציאות פרעגסטו? אההה דאס זענען מענטשן וואס זייער גאנץ לעבן איז געווידמעט צו פארשטיין די זאכן... גערופן היינט צוטאגס מיט די מיאוסע ווארט"עקספערטן".
צו דעם וועט יעדע אזא שארלאטאן מאכן פאר א פריאריטעט צו אוועקנעמען די רעספעקט פון די וואס קענען איהם אפפרעגן.

אלע עקאנאמישע עקספערטן זאגן אז טעריפס איז שלעכטע פאליסי? וואס פארשטייען די עקספערטן.

און אזוי מיט יעדע אנדערע זאך.... איך האב נישט קיין נערווען צו שרייבן יעצט מער...
 
בעיסיקלי רופסטו אן רוב אמעריקאנער וויילער שוטים, אוודאי זאגסטו עס נישט ארויס בפה מלא אבער דער פאקט אז רוב אמעריקאנער וויילער זענען געווארן איבערגערעדט פון א שארלאטאן מיינט בעיסיקעלי דאס, כ'מיין אז דאס איז אוט אוו פלעיס פאר א פראפעסער בכלל צו טראכטן אזוי. און ניין, ער האט נישט באוויזן איינצורעדן די מיליאנען אז ער טוט זיי רעפרעזענטירן ווייל ער איז באמת א חלק פון זיי און אזוי ווי כ'האב פריער געשריבן
און די אלע וואס האבן געוועלט היטלער, זענען געווען רשעים? וואס האבן געוואלט פארטיליגן אלע אידן, און אריינגיין אין א וועלט מלחמה, וואס האט אפגעקאסט צווישן 60 און 85 מיליאן (!) מענטשן?!
אוואדע נישט, אבער זיי זענען געפאלן פאר א פראסטער דעמאגאג, וואס האט זיי געפירט ביי די נאז. און אזוי איז אלע דיקטאטארן און דעמאגאגן.
 
האסט שוין געזעהן ווי א איד וויל געווינען אן ארגומנט מיט א גוי אדער די חרדים קעגן די משטרה אין ארץ ישראל אדער די קרית יואל'ע פראפערטי בויערס און ריעל עסטעיט מאגנאטן אין די טאון האלל מיטינגס? די ערשטע און די בעסטע טענה איז היטלער/ נאצי און מיט דעם געווינט מען אלצדינג. לענינינו, ס'פארגייט דער אפעטיט פון טענה'ן און האבן ויכוחים ווען די צד שכנגד קומט אן מיט טענות ווי קולט, היטלער, סטאלין קאמיוניזם, נאציס וכו' כ'האב גראדע געטראכט אסאך צו כ'זאל רעאגירן בכלל. כ'האב שוין איינגעזעהן מאל נאך מאל אז די ויכוחים פירן נישט אין ערגעץ היות רובא דרובא מאל וועט קיין איין זייט בשו"א נישט איינגעבן פאר'ן צד שכנגד.
לאמיר זיך טרעפן אין אנדערע ויכוחים דא אין קרעמל
 
Neil deGrasse Tyson אין א נעבעכדיגע געבעט...
ליידער איז עס שוין דערנאך אין מיינע אויגן. זיינע ווערטער וועלן אויטאמאטיש ווערן אנגענומען ביי ווער ס'האלט שוין אזוי פון פארדעם, און פאלן אויף טויבע אויערן ביי ווער ס'דארף עס באמת דערהערן.

מען קען באמערקן ווי עמאציאנאל ער איז לגבי זיין מערסט באליבטע ארגאניזאציע.

ניעל, איך ווייטאג מיט... 😭

View: https://youtu.be/VGownA1pSps?si=vy63QBL0jNKh1bGa
😭 😭 😭
 
האסט שוין געזעהן ווי א איד וויל געווינען אן ארגומנט מיט א גוי אדער די חרדים קעגן די משטרה אין ארץ ישראל אדער די קרית יואל'ע פראפערטי בויערס און ריעל עסטעיט מאגנאטן אין די טאון האלל מיטינגס? די ערשטע און די בעסטע טענה איז היטלער/ נאצי און מיט דעם געווינט מען אלצדינג. לענינינו, ס'פארגייט דער אפעטיט פון טענה'ן און האבן ויכוחים ווען די צד שכנגד קומט אן מיט טענות ווי קולט, היטלער, סטאלין קאמיוניזם, נאציס וכו' כ'האב גראדע געטראכט אסאך צו כ'זאל רעאגירן בכלל. כ'האב שוין איינגעזעהן מאל נאך מאל אז די ויכוחים פירן נישט אין ערגעץ היות רובא דרובא מאל וועט קיין איין זייט בשו"א נישט איינגעבן פאר'ן צד שכנגד.
לאמיר זיך טרעפן אין אנדערע ויכוחים דא אין קרעמל

לאל, די גאנצע וויכוח האט זיך דא אנגעהויבן צו ס'איז א קולט צו נישט, האסטו טענות אז מ'ברענגט ראיות פון אנדערע קולט'ס?!
און מ'האט שוין דא צענדליגער מאל קלאר געמאכט, ווען מ'ברענגט היטלער'ן אלס ראיה, מיינט מען נישט צוצושטעלן היטלער צו טראמפ ח"ו, נאר די חלק פון דעמאגאגיע. איך ווייס נישט פארוואס מ'דארף עס זאגן אזויפיל מאל, אז די רעכטע זאלן אויפהערן צו שפילן נרדפים יעדע מאל און שרייען, היתכן מ'שטעלט אים צו צו היטלער. ניין! מ'שטעלט אים נישט צו צו היטלער, עכ"פ נישט ביי די טענה'ריי, מ'רעדט דא לגבי די חלק פון ווערן פארלוירן פאר ליידיגע זעק.

לעניננו, האב איך סה"כ געשטעלט א פארא-פרעיז צו דיינע ווערטער.

אבער מיט דעם ביזסטו גערעכט, אז מ'קומט נישט אן אין ערגעץ מיט די ויכוחים.
 
יעצט טוט זיך מיט א עקזעקיויטיוו ארדער ווי טראמפ האט אפיצעל געח'תמע'ט אז די פארמערסיוטיקלס דארפן נידערן זייערע פרייזן, א זאך וואס דעמאקראטן בראש בערני שלאגן שוין פאר דעם לאנגע יארן, די וויץ איז נאר די קוען פון מאגא פרייען זיך מיט דעם ווייל וואס הייסט, ער האט דאך אזוי אונטערגעשריבן, זיי כאפן אבער נישט אז ווי מיר האבן שוין ארויסגעברענגט דארף מען האבן לעגעסלאיצע פון קאנגרעס וואס דאס קען ער ניטאמאל פרובירן, און אין די עקזעקיוטיוו ארדער שטייט בכלל נישט דאס וואס ער זאגט...

אבער שוין. אבי מ'באקלאגט זיך דער איד דעליווערט!!! מ'דארף נאר גלייבן אין אים און אין זיין הייליגע עבודה, נישט פאר זיך, פאר דיר!!!
1000621163.png
 
עטליסט פריי דיך אז ער שיפט די פאקוס אין די גוטע ריכטונג

ווען ער מאכט ווען אן עקזעקעטיוו ארדער אז מ'דארף ארויפרוקן די דראג פרייזן וואלסטו פארפירט אפילו אויב ס'איז נישט קיין לעגיסלאציע...
 
עטליסט פריי דיך אז ער שיפט די פאקוס אין די גוטע ריכטונג

ווען ער מאכט ווען אן עקזעקעטיוו ארדער אז מ'דארף ארויפרוקן די דראג פרייזן וואלסטו פארפירט אפילו אויב ס'איז נישט קיין לעגיסלאציע...
עט ליסט ער זאגט נישט די ליגנטס וואס ער איז ביזי מיט די ערשטע 100 טעג, פרובירט ער אנדערע. ווי זאג מיר אונז? דיינע פינגער ליינען וואס זיי שרייבן?

ער איז דאך א פאקין שארלאטאן, גארנישט האט זיך געטוישט. אוודאי איז עס א גוטע איידיע, ווען ס'איז ווען אמת.

זיין sovereign wealth fund געדאנק אויך, ווען ס'איז ווען אמת. קען ער עס אויספירן? א מיליאן פראצענט אז נישט.
 
פארוואס שפרונגסטו צו די אנדערע עקסטרעם? וואס איז ראנג מיט דיר? סא מ'דארף יעצט באלעקן און באקושן טראמפ ווייל ער האט פשוט ”נישט אסאך ערגער” געמאכט מער וויפיל ער האט שוין ביז יעצט?

דו כאפסט ניטאמאל ווי ברעינוואשד דו ביזט???!!
 
ווי למשל?

לפענ"ד איז עס בכלל נישט אזוי, איך קוק עס אן ווי א ריזיגער ציבּור (דא אין דעם פאל, עטליכע 70 מיליאן מענטשן) וואס פארמאגן אייניגע דעות איבּער פארשידענע ענינים, און אפילו איבּער געוויסע ענינים קען נאכאלץ זיין דיפרענסעס אבער בדרך כלל איז מען פאראייניגט איבּער געוויסע זאכן און מיט די באשטימונג פון דעם ציבור שטעלט זיך ארויס איינער און ער טוט רעפרעזענטירן דעם ציבור מיט רוב פון זייערע דיעות.

לאמיך דיר געבן א ביישפיל, אני הקטן האב געוועהלט פאר פרעזידענט טראמפ דריי מאל און אויב וועט ער לויפן א פערדע מאל וועל איך לכאורה, עכ"פּ פארלייפיג אויך שטימען פאר עם, פארוואס? ווייל כ'שפיר ווי ער רעפּרעזנטירט מיינע פארלאנגן, כאטשיג נישט מיט אלעם בין איך מסכים מיט עם אבער עכ"פ צו ס'איז רוב צו ס'איז געוויסע זאכן וואס אפילו ס'נישט רוב נאר גאר שטארקע און וויכטיגע זאכן, יעצט כ'זוך נישט דא אין דעם שמועס אריינצוגיין אין וועלכע זאכן ווייל דא איז נישט די פלאץ דערפאר און נישט די נקודה וואס כ'וויל ארויס ברענגן.

פון די אנדערע זייט איז טאקע פארהאן זאכן וואס כ'בין נישט מסכים מיט עם אבער ווען מ'לייגט עס אויף א וואגשאל זענען די זאכן וואס כ'בין יא מסכים מיט עם און כ'וויל ער זאל עס דורכפירן, איז פאר מיר וויכטיגער. און איך בין אוודאי נישט קיין יחיד צווישן די איבער 70 מיליאן מענטשן וואס האבן געשטימט פאר עם אין דעם, נאר מ'קען זאגן רואיג אז רוב, און נישט סתם 51% נאר גאר א גרויסע מערהייט איז אזוי. און די זעלבע זאך איז ביי פריערדיגע פרעזידענטן אפגעזעהן וועלכע פּארטיי, לינקס צונרעכטס און אלעס אינדערמיט. און דערפאר איז עס נישט קיין קולט און אפילו נישט ענליך צו א קולט
איי עגרי מיט @מר שושני

נאר פון די פאוסט אליין איז ביי מיר כמעט פעסטגעשטעלט אז דו ביזט אין א קולט בנוגע טראמפיאן פאליטיק. איינער וואס שטימט מיט געפילן האט נישט קיין שייכות מיט די גאנצע שמועס וואס מיר האבן דא, מ'קען מיט אזא מענטש נישט ריזאנ'ן, וואס קען מען דיר זאגן? ווייל דו שפירסט (מיט געפילן פון וואו מ'שפירט נארמאל) אז ער רעפרעזענטירט דיר, און דו אנטלויפסט פון וועלן אריינגיין פארוואס (red flag, cop out)

60 פראצענט פון רעגיסטרירטע וואוטערס איז ביי מיר נישט רוב, ווען אין אמעריקע זאלן ווען שטימען אזויפיל ווי אין סינגעפור אדער טייוואן וועל איך מיט דיר רעדן וועגן רוב. האקסט אין קאפ אריין.

יא ער האט געהאט א שיינע טורן אוט, יא העריס האט נישט גוט פערפארמד און די רויטע און סווינג שטאטן האבן אויף דעם איינגעקעשט, איז דאס א רוב פון אמעריקע? אבסאלוטלי נישט!
 
וועם גלייבסטו ענדערש?
למעשה דא האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אמת איז יא געווען מיט טראמפ

סאו פאר נעקסט טיים וועסטו וויסן אז צווישן טראמפ און די כוטיס דארף מען גלייבן טראמפ
ס'איז בכלל נישט מאדנע צו גלייבן די הוטי'ס נאך וויפיל ליגנט ער האט צאמגעפלאפלט. איך און ביי יעצט קען איך שוין זיין פעטערן פון מאכן גרויסע סטעיטמענטס,
טרעפן א פרעי וועם צו בוליען
א וואך שפעטער קומט ארויס עפעס וואס איז זיך סותר
און דעמאלטס קען ער זאגן פונקט פארקערט,
אדער פיוואט'ן צו א נייע פוינט... איז בכלל נישט צודרייט צו גלייבן וואס א טעראריסט ארגאנעזאציע וואס זאגט איבער דעם בהמה וואס האט ביי מיר פארלוירן יעדע רעפוטאציע פון זאגן א פאקט, פשוט פון צאמרעדן אזויפיל איבריגע שקרים ווען ס'האט נישט אויסגעפעלט. זיי ווייס איך נאך נישט... לאל
 
פראצענט פון רעגיסטרירטע וואוטערס איז ביי מיר נישט רוב,
אהה אינטערעסאנט, איך האב אייביג געמיינט אז זעכציג קעגן פערציג איז רוב, היצטערט ווער איך געוואר אז כ'האב מיך טועה געווען. כ'בין נאר נייגעריג אויב צוויי פּלוס צוויי איקאלס פיר? אדער דאס אויך נישט. כ'בין נייגעריג אויב כ'קען נאך טרעפן מיינע טיטשערס פון טרופּ עוועניו און זיי פשוט מעורר זיין אויף די טעותים אז זאלן פשוט נישט אויסלערנען דעם נעקסטן דור מיט אזעלכע מיסטעיקס, דאס וועט נאך שאטן פאר די נעקסטע דור ווען זיי וועלן גיין פאר א SAT און זיך גרייטן אריינצוגיין אין קאלעדזש און זיי וועלן נאך פעילן אויף זייער טעסט.
 
Back
Top