וואס א טאג ס'גייט פארביי זעט מען אלס מער און מער די בולשיט פון דעם נארישן פאנטאזיע פון מעיק אמעריקע גרעיט עגעין, נאך א רינגעלע אין די קייט פון שקרים. דא קענט איר זעהן די חילוק אין סטראטעגיע פון העריס ווס. טראמפ. איך הער דאך פון די עולם ווי זי האט
"גארנישט צו פארקויפן" אינטערסאנט זי רעדט דא פון האזינג, סיי פון בויען מער הייזער - זינט 2008 האט סופליי נישט נאכגעקומען די דימענד. זי האט פארשפראכן סיי הייזער, און סיי מער האוזינג בענעפיטן א שטייגער ווי סעקשן 8 אדער אנדערע רענט עיד פראגראמען.
https://www.wsj.com/politics/electi...3?st=fZiXbX&reflink=desktopwebshare_permalink
טראמפ איז געגאנגען און געפייערט 50% פון די housing and urban development
HUD staffers are bracing for widespread layoffs—what does it mean for affordable housing and disaster relief efforts?
ביידע האבן ביי די קאמפיין צוגעזאגט צו בויען הייזער. די חילוק איז נאר ווער ס'זאגט עס און וואס זייער עבר איז...
אינטערסאנט, געדענקסט נאך ווען ער איז געווען די העלד וואס זאגט וואס ער טראכט, און וואס ער טראכט איז ער מקיים אזוי ווי די נייטרא ראפעל געזאגט ווי געטוהן און געטוהן ווי געזאגט? אינטערסאנט אז זי איז אז אזא ראדיקאלע לעפטיסטס אז זי האט געשטימט פאר די פעיר האוזינג עקט, רענט relief עקט און זי האט שטארק געקאכט אין דעם אז מ'זאל עס פארשטערקערן און אויסברייטערן נישט צו דיסקרימינירן קעגן לגבטי"קיו מענטשן. און זי האט אלס דיסטריקט אטורני געקלאגט לענדלארדס פאר העכערן רענט אלס price gouging טראמפ וויל נישט קיין שווארצע טענעטס ווייל ער איז ראסיסט... אים וועסטו טראסטן אז ער וועט בויען די הייזער? די זעלבע מענטש וואס יעדער צווייטער איז ביי אים א קרימינאל און א וויילענט גענג מעמבער? איינער וואס האט דאס געגלייבט האט ווען געזאלט פארלירן אלע האפענונג נאך וואס ער האט אויפגעזאגט 4,300 מענטשן וואס ארבעטן פאר די פעדעראלע האוזינג דיפארטמענט.
פארגעס פון פארטייען אויף א מינוט, כ'מיין יעדער קען עגריען אז מ'דארף מער הייזער אפגעוואנדן פון פאליטישע אפיליאירונג... אבער איך טראסט נישט א גרידי ביליאנער מיט דעם פראיעקט סיי ווייל ער פארשטייט נישט קיין ארימאן, דאנאלד טראמפ קומט נישט פון הומבל ביגינינגס, און אויך ווייל ער האט אסאך סטאקס און פרייוועט עקוויטי אינסענטיוו'ס צו פראפיטן פון דעם אז פרייוועט עקוויטי וועט
אויסטרינקען די מארקעט און ס'וועט נישט זיין ווי צו וואוינען פאר mom and pop americans אזוי ווי מ'האט געזעהן זינט די גרויסע רעסעסיע אין 2008 איז געווארן א הפקירות אז די אינסטיטוציע'ס האבן זיך אריינגערוקט אין די בעסטע האוזינג מארקעט מיטן חשבון צו פראפיטן און העכערן רענט וויפיל זיי קענען... יא כ'מיין אז די מענטשן זיי פארמאגן דיינע בעסטע אינטערעסן צוצושטעלן הייזער פאר ווי מ'דארף.