- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 446
- רעאקציע ראטע
- 1,943
- פונקטן
- 223
הקדמה: דעם ארטיקל איז נישט פראפעסיאנעל. מער וואס איך געדענק אויפן מינוט. טעותים זענען מעגליך. (איך בין פערזענליך נישט געווען ביי אים פאר שבת, אבער יא אריינגעפאלן צו אים זייענדיג פאר שבת אין די זעלבע געגנט ווי נפתלי האט געפראוועט א גרעסערע שבת)
אין Jackson New Jersey וואוינט המשפיע טולי קלעצקין. א פייער פון א איד, אנגעטון מיט ווייסע בגדי שבת און א שמייכל פון אויער צו אויער. א געמיש פון ווארעמע דאווענען, רענדאם געטענץ אין א דינסטאג נאכט, און לאנגע שלש סעודות וואס ציהט זיך כמעט ביז זינטאג פארטאגס!
ער געט א ברסלב'ער "ווייב" , זאגט אסאך נאך פון ר' נחמן, (נישט זיכער אויב ער איז אפיציעל ברסלב) ער קאכט זיך אין חסידישע ספרים און ניגונים.
טולי איז א אינגערמאן (איך וואָלט געזאָגט נישט מער ווי דרייסיג יאר אלט), קומט דאכצעך פון ארץ ישראל אריגינעל. רעדט אידיש ענגליש און עברית. ער האט געווענליך שבת אן אנגעפילטע הויז מיט געסט און טייל מאל ווערט געפראוועט גרעסערע שבתים.
זיין ווייב איז אויך א חלק פונעם זאך, זיצענדיג נעבן אים און אויפנעמענדיג דער עולם, מאכט יעדן פילן באקוועם איבערהויפט פרויען געסט.
צו אים ווערן צוגעצויגן פון אלע סארטן. פון סתם מענטשן וואס ווילן ארויסשטעקן און זוכן א ווארימע קומזיץ, ביז פארלוירענע נשמות, שווער געטראפענע נשמות, בלי תשובות. עס זענען דא דארט די אלט-געזעסענע תושבים און אזוי אויך סתם מענטשן וואָס טשעקן אריין אמאל אמאל. בעיקר איז עס א אינגערע עולם.
די קולטור דארט איז שטארק אריינגעטוהן אין מענטל היילונג, א געווענליכע שמעוס צווישן די מענטשן וועט אריינעמען סייקעדעליקס מעדעצין, מעדאטירן, ספירעטואליטעט און ענליכס. הגם נפתלי אליינס איז נישט די גרעסטע חסיד פון אייעוואסקע און סתם זיך אנשטאפן מיט סייקעדעליקס איז דער אלגעמיינער ווינט יא אריינגעטון דערין (איך ווייס נישט צו ער איז ממש דערקעגן אדער בלויז האלט ער אז עס איז נישט פאר יעדן צו יעדע צייט - עפעס אזוי)
ווי געזאגט גייט טולי שבת אנגעטון אין ווייסן אזוי אויך געוויסע פון זיינע נאנטע נאכפאלגער טוען זיך אזוי קליידן. עס איז אין א געוויסע זין אויך אן ארט ווי מען איז אפיציעל נישט אינעם סיסטעם.
איך האב געהערט געוויסע "העיטערס" רופן עס א קולט, געוויסע פון זיינע מענטשן זענען גאר פארקויפט פאר אים. אזוי צו אזוי איז עס זיכער נישט קיין פארמאכטע פלאץ אדער א גרופע מיט רולס און קאנטראל. פארקערט ער שטופט יעדער זאל טון וואס ער וויל און זיין אייגנארטיג.
טולי אליינס האט א מורא'דיג טאלעראנץ פאר רחמנות'ן און מענטשן וואס קריכן אויף די נערווען, טייל מאל מענטשן מיט אישוס וכדומה. ער וועט זיי מקרב זיין נישט קיין חילוק וואס!
זיין קבוצה גערופן אור השפע וואקסט כסדר, הגם איך בין נישט באקאנט ווי ווייט און שנעל עס פארברייטערט זיך. (אדער אפשר בכלל נישט).
עס איז א פלאץ ווי מענטשן שפירן באקוועם, ספעציעל אידן וואס זוכן ספיריטואליטי, חסידות און א פלאץ צו זיין וואונרעבאל אינדרויסן פונעם איר אלטן סיסטעם.
לעצט רעדאגירט: