טולי קלעצקין - אור השפע

צוזאמגעדרייט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
444
רעאקציע ראטע
1,938
פונקטן
223
1773712543136.webp

הקדמה: דעם ארטיקל איז נישט פראפעסיאנעל. מער וואס איך געדענק אויפן מינוט. טעותים זענען מעגליך. (איך בין פערזענליך נישט געווען ביי אים פאר שבת, אבער יא אריינגעפאלן צו אים זייענדיג פאר שבת אין די זעלבע געגנט ווי נפתלי האט געפראוועט א גרעסערע שבת)

אין Jackson New Jersey וואוינט המשפיע טולי קלעצקין. א פייער פון א איד, אנגעטון מיט ווייסע בגדי שבת און א שמייכל פון אויער צו אויער. א געמיש פון ווארעמע דאווענען, רענדאם געטענץ אין א דינסטאג נאכט, און לאנגע שלש סעודות וואס ציהט זיך כמעט ביז זינטאג פארטאגס!

ער געט א ברסלב'ער "ווייב" , זאגט אסאך נאך פון ר' נחמן, (נישט זיכער אויב ער איז אפיציעל ברסלב) ער קאכט זיך אין חסידישע ספרים און ניגונים.
1773712648523.webp

טולי איז א אינגערמאן (איך וואָלט געזאָגט נישט מער ווי דרייסיג יאר אלט), קומט דאכצעך פון ארץ ישראל אריגינעל. רעדט אידיש ענגליש און עברית. ער האט געווענליך שבת אן אנגעפילטע הויז מיט געסט און טייל מאל ווערט געפראוועט גרעסערע שבתים.

זיין ווייב איז אויך א חלק פונעם זאך, זיצענדיג נעבן אים און אויפנעמענדיג דער עולם, מאכט יעדן פילן באקוועם איבערהויפט פרויען געסט.

צו אים ווערן צוגעצויגן פון אלע סארטן. פון סתם מענטשן וואס ווילן ארויסשטעקן און זוכן א ווארימע קומזיץ, ביז פארלוירענע נשמות, שווער געטראפענע נשמות, בלי תשובות. עס זענען דא דארט די אלט-געזעסענע תושבים און אזוי אויך סתם מענטשן וואָס טשעקן אריין אמאל אמאל. בעיקר איז עס א אינגערע עולם.

די קולטור דארט איז שטארק אריינגעטוהן אין מענטל היילונג, א געווענליכע שמעוס צווישן די מענטשן וועט אריינעמען סייקעדעליקס מעדעצין, מעדאטירן, ספירעטואליטעט און ענליכס. הגם נפתלי אליינס איז נישט די גרעסטע חסיד פון אייעוואסקע און סתם זיך אנשטאפן מיט סייקעדעליקס איז דער אלגעמיינער ווינט יא אריינגעטון דערין (איך ווייס נישט צו ער איז ממש דערקעגן אדער בלויז האלט ער אז עס איז נישט פאר יעדן צו יעדע צייט - עפעס אזוי)

ווי געזאגט גייט טולי שבת אנגעטון אין ווייסן אזוי אויך געוויסע פון זיינע נאנטע נאכפאלגער טוען זיך אזוי קליידן. עס איז אין א געוויסע זין אויך אן ארט ווי מען איז אפיציעל נישט אינעם סיסטעם.

איך האב געהערט געוויסע "העיטערס" רופן עס א קולט, געוויסע פון זיינע מענטשן זענען גאר פארקויפט פאר אים. אזוי צו אזוי איז עס זיכער נישט קיין פארמאכטע פלאץ אדער א גרופע מיט רולס און קאנטראל. פארקערט ער שטופט יעדער זאל טון וואס ער וויל און זיין אייגנארטיג.
1773712593880.webp

טולי אליינס האט א מורא'דיג טאלעראנץ פאר רחמנות'ן און מענטשן וואס קריכן אויף די נערווען, טייל מאל מענטשן מיט אישוס וכדומה. ער וועט זיי מקרב זיין נישט קיין חילוק וואס!

זיין קבוצה גערופן אור השפע וואקסט כסדר, הגם איך בין נישט באקאנט ווי ווייט און שנעל עס פארברייטערט זיך. (אדער אפשר בכלל נישט).

עס איז א פלאץ ווי מענטשן שפירן באקוועם, ספעציעל אידן וואס זוכן ספיריטואליטי, חסידות און א פלאץ צו זיין וואונרעבאל אינדרויסן פונעם איר אלטן סיסטעם.
 
לעצט רעדאגירט:
זייער אינטערסאנט, יישר כח פארן מיטטיילן. איך האף ס'איז לתועלת פאר די משתתפים דארט און אז זיי באקומען די חיזוק וואס זיי דארפן. איך וועל קיינמאל נישט אנדערמיינען א מקום וואס געט אוועק פון זיך און עפנט די טיר פאר נצרכים, ס'נישט דא גענוג אזעלכע פלעצער, ס'איז ליידער דא אסאך מער לאקשען ווי זופ, ואשרי שכרם פון די וואס טוען פאר אנדערע (אויב די מקומות זענען כשורה/מענטשליך).

אויבנאויף זעט עס נישט אויס ווי א סביבה ווי איך וואלט אנגעהערט, ס'פשוט נישט מיין סעטינג. בלויז מיין פערזענליכע הרגשה געבויעט אויף איינע פון די בילדער וואס איז געווען מיטגעלייגט מיטן ארטיקל. איך רעד פון א גשמיות'דיגע פערספעקטיוו.

ס'איז אינאסענט אנטיל פראָווען גילטי. לעת עתה קען איך נאר זאגען "כל הכבוד", באמת.
 
די שטימונג דארט איז "הילינג" עס איז א נעסט פאר מענטשן וואס טוען אין סייקעדעליקס וכדומה.
הילינג מיט סייקעדעליקס אדער פון סייקעדעליקס?

איך האב זירא נאַלעדזש איבער סייקעדעליקס, און איך וויל נישט וויסען (רוף מיך סטאָבערן, נאו פראַבלעם). במילא טריי איך צו פארשטיין וואס האסט געמיינט, מיט אדער פון?
 
מען היילט זיך (האפענטליך) "דורעך" סייקעדעליקס.

צו קלארשטעלן נאכאמאל. טולי אליינס האט נישט איבריג איינגעלייגט מיט סייקעדעליקס. אבער די ציבור דארט איז שטארק עוסק אין די סארט זאכן.
 
View attachment 14245

הקדמה: דעם ארטיקל איז נישט פראפעסיאנעל. מער וואס איך געדענק אויפן מינוט. טעותים זענען מעגליך. (איך בין פערזענליך נישט געווען ביי אים פאר שבת, אבער יא אריינגעפאלן צו אים זייענדיג פאר שבת אין די זעלבע געגנט ווי נפתלי האט געפראוועט א גרעסערע שבת)

אין Jackson New Jersey וואוינט המשפיע טולי קלעצקין. א פייער פון א איד, אנגעטון מיט ווייסע בגדי שבת און א שמייכל פון אויער צו אויער. א געמיש פון ווארעמע דאווענען, רענדאם געטענץ אין א דינסטאג נאכט, און לאנגע שלש סעודות וואס ציהט זיך כמעט ביז זינטאג פארטאגס!

ער געט א ברסלב'ער "ווייב" , זאגט אסאך נאך פון ר' נחמן, (נישט זיכער אויב ער איז אפיציעל ברסלב) ער קאכט זיך אין חסידישע ספרים און ניגונים.View attachment 14247

טולי איז א אינגערמאן (איך וואָלט געזאָגט נישט מער ווי דרייסיג יאר אלט), קומט דאכצעך פון ארץ ישראל אריגינעל. רעדט אידיש ענגליש און עברית. ער האט געווענליך שבת אן אנגעפילטע הויז מיט געסט און טייל מאל ווערט געפראוועט גרעסערע שבתים.

זיין ווייב איז אויך א חלק פונעם זאך, זיצענדיג נעבן אים און אויפנעמענדיג דער עולם, מאכט יעדן פילן באקוועם איבערהויפט פרויען געסט.

צו אים ווערן צוגעצויגן פון אלע סארטן. פון סתם מענטשן וואס ווילן ארויסשטעקן און זוכן א ווארימע קומזיץ, ביז פארלוירענע נשמות, שווער געטראפענע נשמות, בלי תשובות. עס זענען דא דארט די אלט-געזעסענע תושבים און אזוי אויך סתם מענטשן וואָס טשעקן אריין אמאל אמאל. בעיקר איז עס א אינגערע עולם.

די קולטור דארט איז שטארק אריינגעטוהן אין מענטל היילונג, א געווענליכע שמעוס צווישן די מענטשן וועט אריינעמען סייקעדעליקס מעדעצין, מעדאטירן, ספירעטואליטעט און ענליכס. הגם נפתלי אליינס איז נישט די גרעסטע חסיד פון אייעוואסקע און סתם זיך אנשטאפן מיט סייקעדעליקס איז דער אלגעמיינער ווינט יא אריינגעטון דערין (איך ווייס נישט צו ער איז ממש דערקעגן אדער בלויז האלט ער אז עס איז נישט פאר יעדן צו יעדע צייט - עפעס אזוי)

ווי געזאגט גייט טולי שבת אנגעטון אין ווייסן אזוי אויך געוויסע פון זיינע נאנטע נאכפאלגער טוען זיך אזוי קליידן. עס איז אין א געוויסע זין אויך אן ארט ווי מען איז אפיציעל נישט אינעם סיסטעם.

איך האב געהערט געוויסע "העיטערס" רופן עס א קולט, געוויסע פון זיינע מענטשן זענען גאר פארקויפט פאר אים. אזוי צו אזוי איז עס זיכער נישט קיין פארמאכטע פלאץ אדער א גרופע מיט רולס און קאנטראל. פארקערט ער שטופט יעדער זאל טון וואס ער וויל און זיין אייגנארטיג.
View attachment 14246

טולי אליינס האט א מורא'דיג טאלעראנץ פאר רחמנות'ן און מענטשן וואס קריכן אויף די נערווען, טייל מאל מענטשן מיט אישוס וכדומה. ער וועט זיי מקרב זיין נישט קיין חילוק וואס!

זיין קבוצה גערופן אור השפע וואקסט כסדר, הגם איך בין נישט באקאנט ווי ווייט און שנעל עס פארברייטערט זיך. (אדער אפשר בכלל נישט).

עס איז א פלאץ ווי מענטשן שפירן באקוועם, ספעציעל אידן וואס זוכן ספיריטואליטי, חסידות און א פלאץ צו זיין וואונרעבאל אינדרויסן פונעם איר אלטן סיסטעם.
פונקט געהערט פון אים, געהערט אז שלש סעודות זיצט ער מיט זיין ווייב צוזאמען אויבען אן ,און די ערשטע רייע זיצן פון אנפאנג פון די מיטעלסטע טיש איז רעזערווירט פאר נשים, ער האלט אז די פרויען דארף מען מען מקרב זיין ,און זיי קומען נישט אין ווייבער שול מחוץ למחנה ,עס קומען חסידישע קאפעלס אויף שבת צו אים
 
דארף ער נישט זיך צו מאפן קיין ארץ-ישראל יעצט?
 
זיין טאטע איז ווערד א ביישרייבונג פאר זיך, ישראל אהרן קלעצקין א איד וואס איז געקומען מיט זיין משפחה פון ירושלים, וואוינט היינט אין לעיקוואד, ער האט א פאפולערע גליון וואס ער שיקט ארום אויף אימעיל, ער האט אמאל געשריבן דארט איבער זיין זון.
 
פונקט געהערט פון אים, געהערט אז שלש סעודות זיצט ער מיט זיין ווייב צוזאמען אויבען אן ,און די ערשטע רייע זיצן פון אנפאנג פון די מיטעלסטע טיש איז רעזערווירט פאר נשים, ער האלט אז די פרויען דארף מען מען מקרב זיין ,און זיי קומען נישט אין ווייבער שול מחוץ למחנה ,עס קומען חסידישע קאפעלס אויף שבת צו אים
זאג נישט פאר קיינעם, אבער איך האב שוין לאנג א תאווה מיטצוהאלטן א שבת ביי האדמו"ר ר' עקיבא וויינגארטן. גיט צו וויסען אז איך דארף נישט פארן אזוי ווייט און איך קען עס האבען דא לאקאל. גיימיר זיך שאפען ווייסע מלבושים מיט סייקעדעליקס און היידא.
 
די שטימונג דארט איז "הילינג" עס איז א נעסט פאר מענטשן וואס טוען אין סייקעדעליקס וכדומה.
איך הער.....
איך האב געמיינט אז משרייבט דא פון אים אליינס נישט געוויסע מענטשן וואס דרייען זיך דארט
 
די קולטור דארט איז שטארק אריינגעטוהן אין מענטל היילונג, א געווענליכע שמעוס צווישן די מענטשן וועט אריינעמען סייקעדעליקס מעדעצין, מעדאטירן, ספירעטואליטעט און ענליכס.
עס איז אין א געוויסע זין אויך אן ארט ווי מען איז אפיציעל נישט אינעם סיסטעם.
אט זעט איר.

מ׳נעמעט סייקעדעליקס און קוק וואס געשעט נאכדעם..
מ׳גייט ארויס פון די גדרים! און מ׳לאזט איבער די סיסטעם….!!
😲😲😲

געדענקט איך האב אייך געווארענט.

אוי, געוואלד!! וויפיהל כוסות טיי וועל איך נאך דארפן טרינקען בכדי צו באפרייט צו ווערן פונעם סיסטעם???
🤣🤣🤣
 
View attachment 14245

הקדמה: דעם ארטיקל איז נישט פראפעסיאנעל. מער וואס איך געדענק אויפן מינוט. טעותים זענען מעגליך. (איך בין פערזענליך נישט געווען ביי אים פאר שבת, אבער יא אריינגעפאלן צו אים זייענדיג פאר שבת אין די זעלבע געגנט ווי נפתלי האט געפראוועט א גרעסערע שבת)

אין Jackson New Jersey וואוינט המשפיע טולי קלעצקין. א פייער פון א איד, אנגעטון מיט ווייסע בגדי שבת און א שמייכל פון אויער צו אויער. א געמיש פון ווארעמע דאווענען, רענדאם געטענץ אין א דינסטאג נאכט, און לאנגע שלש סעודות וואס ציהט זיך כמעט ביז זינטאג פארטאגס!

ער געט א ברסלב'ער "ווייב" , זאגט אסאך נאך פון ר' נחמן, (נישט זיכער אויב ער איז אפיציעל ברסלב) ער קאכט זיך אין חסידישע ספרים און ניגונים.View attachment 14247

טולי איז א אינגערמאן (איך וואָלט געזאָגט נישט מער ווי דרייסיג יאר אלט), קומט דאכצעך פון ארץ ישראל אריגינעל. רעדט אידיש ענגליש און עברית. ער האט געווענליך שבת אן אנגעפילטע הויז מיט געסט און טייל מאל ווערט געפראוועט גרעסערע שבתים.

זיין ווייב איז אויך א חלק פונעם זאך, זיצענדיג נעבן אים און אויפנעמענדיג דער עולם, מאכט יעדן פילן באקוועם איבערהויפט פרויען געסט.

צו אים ווערן צוגעצויגן פון אלע סארטן. פון סתם מענטשן וואס ווילן ארויסשטעקן און זוכן א ווארימע קומזיץ, ביז פארלוירענע נשמות, שווער געטראפענע נשמות, בלי תשובות. עס זענען דא דארט די אלט-געזעסענע תושבים און אזוי אויך סתם מענטשן וואָס טשעקן אריין אמאל אמאל. בעיקר איז עס א אינגערע עולם.

די קולטור דארט איז שטארק אריינגעטוהן אין מענטל היילונג, א געווענליכע שמעוס צווישן די מענטשן וועט אריינעמען סייקעדעליקס מעדעצין, מעדאטירן, ספירעטואליטעט און ענליכס. הגם נפתלי אליינס איז נישט די גרעסטע חסיד פון אייעוואסקע און סתם זיך אנשטאפן מיט סייקעדעליקס איז דער אלגעמיינער ווינט יא אריינגעטון דערין (איך ווייס נישט צו ער איז ממש דערקעגן אדער בלויז האלט ער אז עס איז נישט פאר יעדן צו יעדע צייט - עפעס אזוי)

ווי געזאגט גייט טולי שבת אנגעטון אין ווייסן אזוי אויך געוויסע פון זיינע נאנטע נאכפאלגער טוען זיך אזוי קליידן. עס איז אין א געוויסע זין אויך אן ארט ווי מען איז אפיציעל נישט אינעם סיסטעם.

איך האב געהערט געוויסע "העיטערס" רופן עס א קולט, געוויסע פון זיינע מענטשן זענען גאר פארקויפט פאר אים. אזוי צו אזוי איז עס זיכער נישט קיין פארמאכטע פלאץ אדער א גרופע מיט רולס און קאנטראל. פארקערט ער שטופט יעדער זאל טון וואס ער וויל און זיין אייגנארטיג.
View attachment 14246

טולי אליינס האט א מורא'דיג טאלעראנץ פאר רחמנות'ן און מענטשן וואס קריכן אויף די נערווען, טייל מאל מענטשן מיט אישוס וכדומה. ער וועט זיי מקרב זיין נישט קיין חילוק וואס!

זיין קבוצה גערופן אור השפע וואקסט כסדר, הגם איך בין נישט באקאנט ווי ווייט און שנעל עס פארברייטערט זיך. (אדער אפשר בכלל נישט).

עס איז א פלאץ ווי מענטשן שפירן באקוועם, ספעציעל אידן וואס זוכן ספיריטואליטי, חסידות און א פלאץ צו זיין וואונרעבאל אינדרויסן פונעם איר אלטן סיסטעם.
האט ער א סאושעל מידעא אוקאונט ווי מ׳קען אים אפירזוכן?
 
Back
Top