והגדת לבנך: די צענזורירטע מסורה

(דער ארטיקל איז לכתחלה געשריבן געווארן פאר כוואליעס פסח תשפ"ה אויסגאבע, נאר איז נישט אריין צוליב רעדאקציאנעלע פרינציפן. יעדער זשורנאל האט אט אזעלכע פרינציפן און גדרים וואס איז נויטיג כדי ער זאל קענען דינען זיין צוועק און זיין ליינערשאפט. למעשה איז דער באשלוס געווען לטובה, וויבאלד עס האט מיר ערמעגליכט צו שרייבן א לענגערן ארטיקל מיט מער פרייהייט פון ווארט.)

כנגד ארבעה בנים דברה תורה

אידן שטעלן מיר אפ פון צייט צו צייט און פרעגן מיר, זאג נאר רעב איזי, ווי טוט מען אזא זאך – פארלאזט די ישיבה, אויסגעטון די שמונה־בגדים, אפגעווארפן דעם יאך, געגאנגען שטודירן, געווארן כאחד האדם? הגד נא ואשמעה, פארציילזשע! מה ראית על ככה אז דו האסט אזוינס געטון? סתם ריינע תאוות? זיך נישט געקענט מתגבר זיין? נישט געקענט אפענטפערן דעם יצר? פארן ביסל עולם־הזה? און וואס איז מיטן גיהנום? האסט נישט מורא פונעם בראטן? פון די שטאנגען? די נעגלען? און אז הייס איז דיר ניחא, קומען דאך באלד דערנאך די זיבן אייזיגע טיפענישן, איינס קעלטער פונעם צווייטן! ס'כאפט א שוידער, א ציטער, א סקרוך אין די ביינער! אלא מאי האסטו קשיות – צי אפשר טאקע גאר תירוצים? ווער מיינסטו דו ביסט, דו שטיק בעל־גאווה איינער! צי ביסטו עפעס קלוגער פונעם רמב"ם וואס נהירין ליה שבילי דרקיע? מער חכם פון ר' עקיבא אייגער? פונעם ראגעטשאווער גאר?

א צווייטער סארט איד וויל טאקע יא וויסן. מ'זאגט אז דו האסט דורכגעטון דעם נושא, ביסט נכנס לפרדס, אפגעלערנט די מורה, זיך געראנגלט מיטן שער־הייחוד, געפרעגט מה למעלה מה למטה, זיך געדונגען מיט סאקראטן אליין. נו זאג, ס'טאקע אלץ שטותים? הוילע הבל־הבלים? אויסגעטראכטע מעשיות? דמיונות? שקרים? טא וויאזוי טאקע ווערט א יש מאין? א סיבה אן א מסובב? אפילו דעם כח־היולי האט דאך עמעצער געמוזט באשאפן! און אז שוין יא, אדרבה, וויאזוי באווייזט מען דאס טאקע? מ'לאזט אלץ אפ פון איין טאג אויפן צווייטן? אויס טאטע מאמע, אויס איד, אויס אידישקייט? און וויאזוי טאקע נעמט מען זיך שטודירן אזוי פון ישיבה ארויס? ס'איז אמת וואס מ'זאגט אז איין קצות פאקט איין אלע זייערע חכמה'לעך, להבדיל אלף אלפי הבדלות, אין דער לינקער קעשענע אריין? שטייט דאך עפעס אבער יא אז חכמה בגוים תאמין!

א דריטער ווייטער איז סתם אזוי נייגעריג, זוכט עפעס נייעס אויסער די גבולות פון זיינע באגרעניצטע ערפארונגען. נו, ס'לוינט זיך פארן שטיקל חזיר? האסט עס כאטש ענדזשויט? אז שוין יא, איז טאקע מיט אלע באקן? זיך באלעקט די פינגער? זיך פאסמאקעוועט? אין די ציין פארשטעקט? די פעטנס געטריפט? און וויאזוי זענען זיי די נייע חברים דיינע, די בני און בנות אדום, די ערלים און ערלטעס? מ'קען זיך אויף זיי פארלאזן? זיי זענען דאך אלץ איינס – זיי וועלן דיר צושטיין אין פאל פון נויט? אך! נישטא אזוי ווי ביי אונז אידן, דער חסד, די ווארעמקייט. נא, און דו בענקסט זיך נאך זיכער צו א געשמאקן קוגל, א ווארעמען טשאלנט, א זאפטיגן חסידישן ניגון, אן אמתן עונג־שבת – דאס האסטו נישט ביי זיי, הא?

דער פערטער גאר ווייסט גארנישט וואס צו טון דערמיט. ס'שרעקט אים בכלל א קלער צו טון, זיך צו פאראינטערעסירן. ס'האלט אים אויף ביינאכט, ס'ווירבלען זיך זיינע מחשבות, זיינע טיפסטע אנגסטן, ספיקות, נסיונות, שוין פון די אינגסטע בחורישע יארן טיף טיף אונטערגעדריקט אין די טיפסטע טיפענישן פון זיין אומבאוואוסטזיין, ס'כאפט אים אן עקזיסטענציאלער ציטער וואס דראעט אים אינגאנצן צו פארפלייצן. געט ער א שפיי, א טפו! א פע! א געוואלד! און אנטלויפט זיך אריבער דער גאס, ווי פון דער מגיפה, ווי פון א מטמא־במגע, ווי פון א כאפטע קאזאקן וואס קופּן זיך אנצופאלן אויף א אידיש דערפל, און דערביי געט ער א מורמל אונטער, זידט ארויס פון צווישן די ציין, פון צווישן געפרעסטע ליפן, "אסור להסתכל בפני רשע! אפיקורוס ישראל כל שכן דפָּקי טפֵי!" אזוי לויפט ער און לויפט און ער לויפט נאך ביז היינט.


א הארבערע קשיא

זאלט איר מיר טייערע ליינער מוחל זיין אז די תשובות צו אט די הארבע שאלות וועלן מוזן ווארטן אויף אן אנדערס מאל, אפשר טאקע פאר א לענגערן מעמואר. אבער איך וויל מיך דא באציען צו א צווייטער סארט שאלה וואס מ'שטעלט ביי מיר מימים ימימה, גאר פון דער פארקערטער ריכטונג. ס'גייט עפעס אזוי:

נו, אז האסט שוין יא מועל געווען בקדשים, געגאנגען פאשען אין פרעמדע פעלדער, אפגעלאזט דעם דרך־הישר־והטוב, גענומען א יצחק און געמאכט דערפון אן איזי, שָׁמַנְתָּ האסט זיך אנגעפאשעט, עָבִיתָ ביסט פעט געווארן, כָּשִׂיתָ האסט געשטויסן, וַיָּקָם ביסט אויפגעשטאנען און נישט געמאכט קיין ברכה, וַיֵּלֶךְ ביסט געגאנגען און נישט געקושט די מזוזה, בועט געווען אין אלץ וואס איז אונז הייליג און טייער, אפגעשניטן, אפגעשוירן, אויסגעטון, געווארן א שייגאץ, א פאסקודניק, א שנה־ופירשניק, אן אויסווארף, א לא־עלינו, א מ'טאר־פון־מויל־נישט־ארויסזאגן, א חוטא־ומחטיא, א מסית־ומדיח, אן אבי־אבות, אן עפרא־לפימיה'ניק, א מוקצה־מחמת־מיאוס, א שטיק עקל! אן איכסאַ! א פויאכץ! – נו ביסטו דאך פריי. טא וואס דרייסטו זיך נאך אונטער די פיס? וואס האסטו דא ביי אונז פארלוירן? גיי דיך להנאתך, דערקוויק זיך פונעם ביסל עולם־הזה, ווער א גוי למהדרין! האסט דאך שטודירט, זיך געבילדעט, זיך אנגעליינט, זיך אנגעשטאפט דעם קאפ מיט חכמות־חיצוניות, מיט כל־דבר־אסור. נו, גיי מאך דיך א לעבן, עס, טרינק און לא'דיך וואוילגיין! וואס ביסטו א חוזר לסורו, א כלב שב על קיאו, א פוסח על שתי הסעיפים, א משוגע לאותו דבר? שרייבסט דיך אין אידישע זשורנאלן, ביסט עוסק אין אידישע עניינים, דרייסט זיך צווישן אידן, ביסט עוסק אין תורה לערנען, דו פייערסט שבתים און ימים־טובים: פארוואס? וואס האסטו דערפון? אז לית דין ולית דיין, פאר וועמען, למאי?


מ'לויפט...

פאנגען פאנגט זיך עס אן מיט א שטארקער אנטוישונג, א דיסאילוזיע, א געפיל אז די נענסטע און באליבסטע האבן דיר פארראטן, איינגענארט, פארבלענדט די אויגן, ליגנט געזאגט. מ'האט דיר פארקויפט לאקשן וועגן תורת־אמת און וועגן זיך מוסר נפש זיין פארן אמת און עס לאזט זיך גאר אויס אז ס'איז אלץ אן עולם־השקר. עס הייבט זיך אן שפירן אז דאס "אין אדם מוריש שקר לבניו" איז טאקע פון די סאמע גרעסטע שקרים וואס מען האט דיר נאר מוריש געווען. מ'האט דיר פארוואשן דעם מח, באגרעניצט דיין צוטריט צו אינפארמאציע, צו בילדונג, צו דער וועלט.

ווילט זיך אנטלויפן, פארלאזן, נישט צו טון האבן. בויט מען זיך אויף א נייע השקפה, א וועלט־אנשויאונג, פון דאס ניי, פון ערשטע פרינציפן, יש מאין, ריין ראציאנעל, לאגיש. ליינט מען זיך אן, לערנט מען זיך צו, שלינגט מען מיט דארשט. מ'הארעוועט אויף א ראַסל[1], א דעיקאַרט[2], א יוּם[3], א דאַרווין[4], א ניוטאָן[5]. מ'איז פארגאפט, פאר'כישופ'ט פון די עלעגאנטע און פשוטע שיינקייט פונעם ריינעם שכל, די מסודר'דיגע טעאריעס, קלארע פרינציפן, לאגישע יסודות. ראו מה בין בני לבן חמי! אנו עמלים והם עמלים! נישט קיין קרומע לומדותן, געצוואונגענע פלפולים גג על גג, דחקות'דיגע דרושים. א פשוט 'קבל את האמת ממי שאמרו', לאז דעם יקום רעדן פאר זיך, לאז דעם מציאות דיר פירן, פאלג נאך אירע וואונקען, אנטפלעק אירע רעטענישן: אמת מארץ תצמח!

אידישקייט? צו וואס? פאר וועמען? צוליב פאנטאזיעס? אבערגלויבענישן? באבע מעשיות?


שני גויים בבטנך

גייט אבער דורך א שטיק צייט, מ'האט זיך שוין דערווייטערט, מענטאַליש באפרייט, זיך שוין אנגעזעטיגט מכל הבא ליד, מ'האט שוין פת־בסַלו, די ווייטאגן שוין נישט אזוי פריש, די ביטערנישן שוין אביסל פארהיילט. מ'דארף שוין נישט מוכיח זיין, אויפווייזן – נישט פאר זיך, נישט פאר יענעם; ס'שוין נישט קיין כסדרדיג געראנגל קעגן דאס געוויסן, מיטן איינגעבאקענעם אינסטינקט: מ'האט שוין א געוויסע דיסטענץ.

מצד שני דערוועקט זיך די נאסטאלגיע אהיים, דאס פארבענקעניש, דאס פינטעלע־איד. ס'דאך אמאל געווען דאס גאנצע לעבן דיינס, געליגן אין דעם טאג און נאכט, פארגאסן בלוט און שווייס. דאך געהארעוועט אויפן בלאט גמרא־תוספות, געקוועטשט א באנק, געלאזט פאלן א טרער ביים כי הם חיינו. דאך זיך געפארעמט אין שויס פון אידישקייט, זיך אנטוויקלט געוויסע נייגונגען, געפילן, הרגשים, נטויות. דאך געפייערט א זמן־שמחתינו, א מועדים־לשמחה, א שבתות־למנוחה. נו, ס'שטעלט זיך פאר די אויגן דער מאמענ'ס א טרערן־באגלייטער ליכט־בענטשן; דעם טאטנ'ס א ברכת־הבנים ערב יום הקדוש – די אטמאספערע אזוי געדעכט, אזוי וואגעדיג־שווער, אזוי אנגעזאפט מיט באדייט, אזש מ'קען איר מיט א גלאט־כשר חלף־מעסערל אדורכשניידן; דעם רבינ'ס א ברכה בשעת אן אינטימען יחידות, א גלעט־פעטשעלע פון זיינע צערטלעך־פארעלטערטע הענט. זיך דאך אנגעהערט מעשיות פון מסירת־נפש פון גרויס־עלטערן, שטאמפאטערס, וועגווייזערס. מ'האט דאך עפעס א היסטאריע, עפעס א יחוס, מ'קומט דאך פון ערגעץ.

געוואלד און געשריגן! דאס אלעס אוועקווארפן כלאחר יד? משליך זיין אחר גווֹ? ווייזן דעם רוקן? זיין דאס לעצטע שנירל אין דער קייט וואס האט איבערגעלעבט ביז אהער? ווי קען מען נישט געבן די אייגענע קינדער צו פארשטיין וואס מען איז אלץ דורכגעגאנגען? ווי קען מען פארפאטשקען, מאכן פאר נישט, יארן פון הארעוואניע, איינגעקויפטע ידיעות און לעבנס־פארמאטיווע ערפארונגען?

מאידך גיסא, צי קען מען זיך דען באצווינגען צו גלייבן אין וואס איז נישט וואָר? צי קען מען דען לעבן א לעבן באזירט אויף שקרים? קען מען דען פארגעסן אין אלץ וואס מען האט אנטדעקט איבער די יארן? זיך מאכן כלא היה? שפילן תמעוואטע? עובר זיין בשאט נפש אויפן 'כל באיה לא ישובון'? פארלעצן דעם 'אין מספיקין בידו לעשות תשובה'? צי וויל מען אפילו?

טוט זיך א געשלעג צווישן הארץ און קאפ, מח ולב. ויתרוצצו הבנים: דאס הארץ בענקט זיך, האט געגועים, ווי נישט ווי ליבט דאס אידישקייט. דער קאפ אבער איז א מאדערנער מענטש, ווייסט שוין צופיל, לעבט אין איין־און־צוואנציגסטן יארהונדערט.


והגדת לבנך

דער אמת איז, ס'קומט יעצט א יום־טוב פסח, א ליל־שמורים, א וכאן־הבן־שואל, איז דאך טאקע א געלעגנהייט צו פארברייטערן אביסל דעם נושא פונעם אידישקייט־שלאחר־האידישקייט, פונעם יהדות שלא על מנת לקבל פרס – טאקע אינעם פולסטן זין פון ווארט. ס'דאך א זמן־חירותינו, איז טאקע אפשר די צייט נישט אוועקצואווארפן דעם אידישקייט צוזאמען מיט דער ארטאדאקסיע, נאר טאקע אים באפרייען פון איר[6], זיי צו שפאלטן איינס פון דער אנדערער ווי דעם ים. עס איז א נאכט פון רעדן וועגן אונזער היסטאריע, אונזערע טראדיציעס – נישט נאר פאסיוו איבערצוגעבן א פארגאנגענעם סיפור, נאר טאקע צו ווערן א חלק פון דער מעשה, א טייל פון דער לאנג־געשלענגלטער געשיכטע פונעם אידישן פאלק וואס גייט שוין אן טויזנטער יארן אין אירע פארשידענע פארוואוגלענישן און אנטוויקלונגען בארבעה קצות העולם.

צי איז דאס די געשיכטע וואס מ'האט אונז אויסגעלערנט אין קינדערגארטן און אין די הילף־פארן־קינד מעשה־ביכלעך? צי איז דאס א טראדיציע געגעבן גראד פון הייליגן בארג אראפ און זייט דעמאלץ איבערגעגעבן מדור לדור עד עצם היום הזה אן קיינע שינוים, חידושים, המצאות און פארענדערונגען? אן איינצלנע קייט וואס גייט דור אחר דור איין רינגל נאכן צווייטן מאב לבן, מרב לתלמיד, ממשה דער אבי הנביאים עד משה דער חתם סופר אין אן אומאפגעבראכענער שלשלת?

אפשר טאקע נישט. אבער אט די הבנה דארף צו זיין נישט דער סוף פונעם התבוננות, נאר טאקע די סאמע התחלה. איינמאל מ'באפרייט זיך פון די קייטן פון אומוויסנד, פון דאָגמע, פונעם חמץ־שבלב, פון די נ' שערי אמונות־טפילות, קען מען אנהייבן גיין אביסל טיפער, צום נעקסטן שטאפל, צו דער היסטארישער געשיכטע, צום נאראטיוו און זיין פארמירונג, אנטוויקלונג, פארהייליגונג, קאַנאָניזאציע.


ס'שאפט זיך א מסורה

אין ספר־מלכים (ב' כ"ב-כ"ג) אנטדעקט דער מלך יאשיהו א ספר אין היכל (אפשר טאקע ביים בודק־חמץ זיין...) אין וועלכן מען טרעפט געשריבן אז מען דארף פייערן א פסח[7]. האט מען טאקע אפגעראכטן א פסח "כַּכָּתוּב עַל סֵפֶר הַבְּרִית הַזֶּה: כִּי לֹא נַעֲשָׂה כַּפֶּסַח הַזֶּה מִימֵי הַשֹּׁפְטִים אֲשֶׁר שָׁפְטוּ אֶת-יִשְׂרָאֵל וְכֹל יְמֵי מַלְכֵי יִשְׂרָאֵל וּמַלְכֵי יְהוּדָה:" אט די פסח־געשיכטע איז נישט באשערט געווארן אריינצוגיין אינעם קאַנאָן פונעם והגדת לבנך, אפָּנים וואלט אזא בולטע פארלעצונג פונעם אומאפגעבראכענע־מסורה נאראטיוו געשטעקט ווי א ביין אין האלדז, אדער אפשר טאקע ווי א פארעקשנט שטיקל מצה צווישן די ציין.

אגב איז אינטערעסאנט אז מיר טרעפן אן ענליכע מעשה שוין שפעטער בימי שיבת ציון אין נחמיה פרק ח', וואו מען "טרעפט געשריבן" אין דער תורה אז מ'דארף זיצן אין סוכה[8], "וַיֵּשְׁבוּ בַסֻּכּוֹת כִּי לֹא עָשׂוּ מִימֵי יֵשׁוּעַ בִּן נוּן כֵּן בְּנֵי יִשְׂרָאֵל עַד הַיּוֹם הַהוּא." זען מיר ווייטער דאס זעלבע אז די היסטארישע פראצעדור פון שאפן א 'מסורה' איז מער קאמפליצירט, ווי אויך אינטערעסאנטער, ווי וואס ס'געבט זיך אנצוהערן לויטן 'אמונה פשוטה'. פארשטייט זיך אז ענדערשער ווי זיך צו ראנגלען מיט אט די אומבאקוועמליכקייטן איז לייכטער צו פארזייטיגן דאס גאנצע לערנען פונעם תנ"ך און פטור אן עסק. שוין נישט אונזער פראבלעם. "די מפרשים רעדן שוין דערוועגן. דאכט זיך אז די גמרא שטעלט זיך שוין. איך האב געזען אמאל א שיינעם חתם סופר וואס זאגט עפעס א זיס ווארט. נו! לאמיר זינגען אביסל לכבוד יום טוב: ושמחת בחגיך איי והיית אך שמח!"

די סדר נאכט איז א געלעגנהייט אויסצולייזן אט די געפאנגענע, פארדעקטע, סאניטיזירטע און צענזורירטע געשיכטע אונזערע, עוסק זיין אין די מתי־מצווה, מגלה זיין אט די פארהוילענע עפיזאדן פון אונזער פילפארביגער, פילזייטיגער, פארצווייגטער און קאמפליצירטער מסורה. און אז מ'הייבט אן זיך פארקוקן טרעפט מען א געוואלד, אנטדעקט מען א גאר אנדער אידישקייט און אידישע היסטאריע. מ'עפנט אויף דעם תנ"ך, דעם ספר־הספרים, מיט פרישע אויגן, אן קיין הנחות־קדומות, פרובירנדיג אפצולערנען דעם טעקסט לויט זיינע אייגענע טערמינען, אין ליכט פונעם מחקר, דער ארכיאלאגיע, דער טעקסט־קריטיק, צוזאמען אויפצובויען א בילד פון אונזער פארצייטישער גלאררייכער היסטאריע און אפשטאם.

שפעטער בימי בית־שני איז פסח אויך געווען די בימה אויף וועלכער א גאר וויכטיגער און קאנסעקווענטועלער וויכוח איבער יסודות אין אידישקייט האט זיך אפגעשפילט. די דעבאטע איבער וויאזוי אפצוטייטשן דעם "ממחרת השבת", וואס איז נוגע צו דער שאלה פון דער דאטום פון שבועות אויך, ווערט שוין ברייט באריכטעט אין חז"ל, נאר פארשטייט זיך פון זייער קוקווינקל. די שערוריה איז באמת א פיל ברייטערע און איז אנווייזיג אויף די טיפע חילוקי־דעות און פלוגתות וואס זענען אנגעגאנגען צווישן אידן אין יענער תקופה און וואס האבן בארירט פונדאמענטאלע שאלות איבער דער אידישער מסורה און איבער וועמענ'ס טראדיציעס האבן אויף איר בעלות[9].

אונזער רבנישע אידישקייט קומט צו אונז פון די חכמי התלמוד וואס איז א נאכן־חורבנדיגער אנטוויקלונג און צופאסונג פון די טראדיציעס און שיטות פון דער פרושים סעקטע בימי בית־שני. אבער נישט נאר וואס זייער השקפה איז נישט געווען אנגענומען ביי גאנץ כלל־ישראל אין יענער תקופה, נאר אפילו אויף אזעלכע יסודותדיגע שאלות ווי וועלכע סיסטעם פונעם לוח־השנה צו ניצן איז נישט געווען קיין שום הסכמה. בעת די פרושים האבן באזירט חדשים אויף דער לבנה און דאס סינכראניזירט מיט דער זונ'ס סעזאנען, האבן אנדערע סעקטעס באזירט זייער לוח ריין אויפן זון־יאר, א שטייגער דער בית־שני'דיגער ספר־היובלים – פון די ספרים־החיצונים וואס זענען נישט אריין אינעם אידישן קאַנאָן ביים חתימת־התנ"ך[10] – וועלכער באקלאגט זיך (פרק ו') אויף די וועלכע "באקוקן זיך אויף דער לבנה וואס פארדארבט די דאטומען און רוקן זיך פאראויס מיט צען טעג יעדעס יאר[11] ... און דורכדעם פארשוועכן זיי די מועדים און מאכן וואכנטעג פאר א יום־טוב."[12]

נו, אז חז"ל האבן זיך געשלאגן מיט כל־מיני סעקטעס, ווי די צדוקים און די בייתוסים און די איסיים, איז דאך אונז נישט קיין נייעס. נאר מיר דארפן אריבעררוקן די פערספעקטיוו צו פארשטיין אז דא רעדט מען נישט פון אפיקורסישע און כפירישע אידעאלאגיעס וואס האבן אפגעלאזט דעם איין־איינציגן, אריגינעלן דרך־הישר, נאר טאקע פון אן אינערליכער צעצווייגונג און צעגאפלונג אין דער עוואלוציע פון דער אידישער טראדיציע, וואס האט זיך אנטוויקלט און זיך געפארעמט איבער הונדערטער יארן אויף פארשידענע צווייגן דורך פארשידענע קהילות. אט די אלע קאמפליצירטע פארצווייגענישן און אלטערנאטיווע טראדיציעס זענען דאך אויך א טייל פון אונזער פילפארביגער מסורה. פון זיי מעג מען אויך רעדן ביים סדר, ספעציעל ווען מ'קומט צו ספירת־העומר, וואס חז"ל האבן געזען אין איר א בליץ־ראָד פאר די ברייטערע וויכוחים איבער דער אויטאריטעט אויף דער מסורה[13].


אויך אידישקייט

איך האב נישט דא בכוונה איבערצוגעבן די גאנצע אידישע היסטאריע פון הא לחמא עניא ביז גאל ישראל על רגל אחת. די נקודה איז אבער קלאר: בכל דור ודור האבן אידן זיך געדונגען און זיך געטענהט איבער וואס דאס איז די מסורה אונזערע, וואס איז אריגינעל און וואס שפעטער צוגעלייגט, וואס איז אויטענטיש און וואס פארדרייט, וואס מען מוז גלייבן, וואס מען מעג גלייבן, און וואס מען טאר נישט גלייבן, און איבער ווער האט טאקע די אויטאריטעט צו זיין דער פוסק.

און דאס איז קיינמאל נישט געווען מער אמת ווי אין דער מאדערנער תקופה אין וועלכער א פלייץ פון שעפערישקייט האט איבערגעגאסן די אידישע אייראפע, פראדוצירנדיג און אנטוויקלנדיג נייע פאָרמען פון אידישער קולטור, וויסנשאפט און ליטעראטור אין א רייכקייט פון א מורא'דיגן פארנעם. דער ישיבה־בחור וואס הארעוועט על התורה ועל העבודה ווייסט גארנישט וואספארא מטמון פון אידישע מייסטערווערק מ'האט פון אים באהאלטן און גונב דעת געווען. נו, ליגט טאקע אויף אונז דערוואקסענע דעם חוב – א חוב צו זיך, א חוב צו אונזער היסטאריע, א חוב צו די מחברים פון די ווערק וואס שפתותיהם דובבות בקבר – זיך צו באקענען אביסל מיטן אינהאלט פון דעם אוצר.

עס איז כדאי צו ווידמען א באזונדערן ארטיקל אויף צו עקספּלארירן די ווערק פון די אידישע שרייבערס פון דער מאדערנער תקופה – כמעט אלע אויפגעוואקסן און אויפגעברענגט געווארן אויפן טראדיציאנעלן שטייגער, עוסק געווען בהוויות דאביי ורבא, זיך אנגעשעפט א ים פון אונזער רייכן ספרים־שראנק, און דערנאך פארברייטערט זייער וועלט און שטאנדפונקט. און אנשטאט אוועקווארפן די אלע פון יוגנט־איינגעקויפטע ידיעות און ערפארונגען, זיי גאר געניצט אויף צו אנטוויקלען א שפראך און קולטור וואס איז סיי אפן צו דער וועלט און אירע וויסנשאפטן און סיי גאר אידישלעך. הגם געשריבן טייל מאל מיט צוויי הונדערט יאר צוריק, זענען פיל פון די ווערק נאך גאר רעלעוואנט און קלינגען זיך היימיש פארן היינטיגן חסידיש־אויפגעצויגענעם מענטש.

לאמיר נאר דא דערמאנען אויפן שפיץ גאפל עטליכע נעמען און טעמעס אלס ביישפיל. געוועזענע ישיבה־בחורים און כולל־אינגערלייט זענען באקאנט מיט דער לשון־המקרא און מיט די רבנישע העברעאישע דיאלעקטן וואס האבן זיך אנטוויקלט איבער די דורות[14]. אבער אין דער השכלה תקופה האט מען אנגעהויבן צו אנטוויקלען און פארברייטערן דער שפראך אויף צו קענען פארנעמען עניינים אינדרויסן פון בית־מדרש אויך[15]. האבן מיר צום ביישפיל דעם אהבת־ציון פון אברהם מאפּון אין א תנכ'ישן לשון, וואס ווערט פאררעכנט אלס דעם ערשטן ראָמאַן אין לשון־קודש.

איך דערמאן דא אויך אזא סאטיריסט ווי יצחק ערטער[16] וואס אין זיין הערליכער מליצה און זאפטיגע תנכ'ישע אויסדריקן סאטיריזירט ער די שוואכקייטן פון זיין ניינצנטן־יארהונדערטער גאליציאנער געזעלשאפט – קריטיקן וואס זענען טיילמאל נאך פונקט אזוי רעלעוואנט, און אפשר נאך מער, פאר אונזער היינטצייטייגער חסידישער געזעלשאפט. און ווי קען מען נישט דערמאנען א יוסף פּערלען און זיינע "חסידישע מעשיות", וואס דינען אלס פּאַראָדיעס פונעם חסידישן הויף און רעביסטווע[17]? ווי ווייניג האט זיך געטוישט אין צוויי הונדערט יאר!

פון די פּיאָנירישע אידישע שרייבערס פונעם ניינצנטן און צוואנציגסטן יארהונדערט האבן מיר אויך א שלל פון פינגער־באלעקנדע ווערק פון אזעלכע ריזן ווי שלום־עליכם, י.ל. פרץ[18], און פיל אנדערע, וואס פארבן אפ אזא קאלירפולן בילד פונעם אידישן לעבן, געבנדיג אונז א געזעלשאפטליכע זעלבסט־באוואוסטזיניגקייט און שפיגל מיט וואס זיך אליין אנצוקוקן וואס איז אונז נאך היינט שטארק נוגע און נייטיג.

מען מעג אויך אמאל אריינקוקן אין א שיר פון ח. נ. ביאליקן – דער געוועזענער ישיבה־בחור און עילוי וואס איז געווארן דער "נאציאנאלער משורר" פון דער ציוניסטישער ווידער־אויפוואכונג און וועלכער שילדערט מיט אזא סימפאטישער הארציגקייט די טראגיש־הערליכע לאגע פונעם אידישן פאלק בשעתו. פון זיינע פאעמעס פליסן אויך ארויס אזא מין קאמפליצירטע נאסטאלגיע – נישט אן קיין געפילן פון ווידערווילן אויך – צו זיינע ישיבה יארן[19], עפעס וואס איך בין זיכער וואלט שטארק אפגעקלינגען פאר אסאך ליינער. נאך א ציוניסטישער שרייבער איז אשר צבי גינצבערג "אחד העם", א חסידיש־אויפגעצויגענער איד, וואס איז געווארן איינער פון די גרעסטע דענקער און פילאזאפן פונעם מאדערנעם קולטורעלן אידישקייט. פון אים איז באוואוסט דאס טיפע שפריכווארט, "נאך מער ווי אידן האבן אפגעהיטן דעם שבת, האט דער שבת אויף זיי געהיטן."

פון די ישראל'ישע שרייבערס קען מען דערמאנען ש"י עגנון – דער געווינער פונעם נאבעל־פריז פאר ליטעראטור – פאר זיינע העברעאישע ווערק וואס דינען אלס פארבינדונג צווישן אלע עלטערע שיכטן פון דער שפראך און דעם מאדערנעם העברעאיש. דער בן־תורה טרעפט אין זיי היימישע און באקאנטע לשונות גענומען פון חז"ל און פון די טראדיציאנעלע חיבורים לדורותיהם, אבער באשעפטיגט אויף צו דערציילן און שילדערן עפיזאדן און סצענעס פון אידישן לעבן. אין ישראל לערנט קינד־און־קייט זיינע כתבים, אבער ווער קען זיי מער אפשאצן און מעריך זיין ווי אונז וואס זענען אויפגעוואקסן מיט אן אינטימליכן קענטעניש מיט זייערע מקורות?


שלוס

נחזור לענינינו, אט דאס אלעס איז ביי מיר אידישקייט. וועגן דעם אויך וויל איך רעדן און דערציילן ביים סדר ווען מען דערציילט די געשיכטע פון אונזער פאלק, דאס אויך וויל איך איבערגעבן פאר די נעקסטע דורות אלס א טייל פון אונזער מסורה. נישט אלס געפאנגענער פון אן אמאליגער און פארגאנגענער טראדיציע, נאר טאקע אלס חלק און אויספארעמער פון דער טראדיציע אויף ווייטער אין אירע קומענדיגע געשטאלטן און געזיכטן. דאס הייסט, טאקע איבערגעבן די מסורה אויף ווייטער, אבער נישט אן איבערלאזן פינגער־אפדרוקן.

פארוואס טוען מיר דאס? אפשר ווייל אונז שעצן אונזער ירושה. אפשר ווייל אונז האלטן פאר וויכטיג אז זי זאל פארזעצן. אפשר סתם ווייל אונז בענקען זיך אביסל. אפשר אפילו צוליב דער מאמען'ס א תפילה.

אבער אפשר איז די שאלה טאקע בעסער ווי דער תירוץ. און אמאל איז די תשובה טאקע נישט מער ווי 'כדי די קינדער זאלן פרעגן'.


נרצה: ווער עס טוט די אלע זאכן, דער איז באוויליגט ביים אייבערשטן.


[1] בערטראנד ראסל, דער בריטישער פילאזאף פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט, וואס האט אנטוויקלט פיל פון די יסודות פון דער מאדערנער אנאליטישער פילאזאפיע.
[2] דער ראציאנאליסטישער פראנצויזישער פילאזאף און מאטעמאטיקער פונעם זיבעצנטן יארהונדערט וואס איז באוואוסט, צווישן אנדערע, פאר זיין פרואוו צו מוכיח זיין עקזיסטענץ, און דורכדעם גאט, פון ערשטע פרינציפן אן קיין שום הנחות קדומות.
[3] דעיוויד יוּם, דער עמפּיריסיסטישער און סקעפטישער סקאטישער פילאזאף פונעם אכצנטן יארהונדערט, וואס האט מערר געווען אויפן באניץ פון מעטאפיזישע הוכחות אויף צו באגרינדן פילאזאפישע פּראָפּאָזיציעס.
[4] טשאַרלס דאַרווין, דער בריטישער וויסנשאפטליכער פונעם ניינצנטן יארהונדערט וואס איז אויפגעקומען מיט דער טעאריע פון עוואלוציע.
[5] אייזיק ניוטאן, דער בריטישער וויסנשאפטליכער און מאטעמאטיקער פונעם זיבעצנטן יארהונדערט וואס איז באוואוסט אלס דער גרונדער פון דער מאדערנער פיזיק און מאטעמאטישער וויסנשאפט.
[6] מיט דעם מיין איך נישט שמירת תורה־ומצוות, נאר די גבולות און גדרים וואס באגרעניצן און צענזורירן וואס מען מעג לערנען און טראכטן און וויפל פון דער וועלט מ'מעג זען און קענען.
[7] חוקרים אידענטיפיצירן דעם ספר מיטן ספר דברים, אדער א חלק דערפון, וואס איז לשיטתם געשריבן געווארן דורך די סופרים פון מלכות יהודה אלס א טייל פון דער מאנאטעאיסטישער רעוואלוציע און פון דער קאנצענטראציע פון דער עבודה אינעם בית־המקדש אין ירושלים ("איסור הבמות" בלשון חז"ל) אין דער צווייטער תקופה פון בית ראשון.
[8] אגב, איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז אין דער פרשה איז אויך משמע אז זיי האבן אפגעטייטשט דעם ציווי פון די ד'־מינים אין ויקרא כ"ג צו מיינען אז די זאלן דינען אלס בוי־מאטעריאלן פאר דער סוכה, ווי ס'שטייט (פסוקים ט"ו-ט"ז) "צְאוּ הָהָר וְהָבִיאוּ עֲלֵי זַיִת וַעֲלֵי עֵץ שֶׁמֶן וַעֲלֵי הֲדַס וַעֲלֵי תְמָרִים וַעֲלֵי עֵץ עָבֹת לַעֲשֹׂת סֻכֹּת כַּכָּתוּב. וַיֵּצְאוּ הָעָם וַיָּבִיאוּ וַיַּעֲשׂוּ לָהֶם סֻכּוֹת אִישׁ עַל גַּגּוֹ וגו'". זע דא פאר א באלערנדן מאמר איבער דעם נושא.
[9] זע דא פאר א מאמר איבער די פארשידענע היסטארישע שיטות וועגן דעם "ממחרת השבת".
[10] ער איז יא אריין אינעם קאַנאָן פון דער עטיאָפּישער קירכע (הגם נישט אינעם אריגינעלן העברעאיש); פראגמענטן פונעם אריגינעלן ספר זענען אויך געפונען געווארן צווישן די מגילות פון דער ים־המלח (אדער קומראַן) סעקטע.
[11] דעם ספר־היובלים'ס זון־יאר פארמאגט 364 קעגן די 354 טעג פונעם לבנה־יאר.
[12] פאר מער וועגן דעם לוח פונעם ספר־היובלים, זע דא.
[13] זע צב"ש די טעאטער־צערעמאניע וואס חז"ל מאכן פונעם קצירת־העומר להוציא מליבן (משנה מנחות י', ז').
[14] זע קורצע היסטארישע שטריכן אין מיין ארטיקל דא.
[15] דאס מיינט מען נישט צו זאגן אז ביז דאן האט מען אין העברעאיש געשריבן נאר דברי־תורה. אין אלע דורות האבן אידן גענוצט זייער לשון אויף אלע סארטן געשרייבעכצער, ווי צב"ש די פילאזאפיע און פאעזיע פון די חכמי־ספרד, ספרי מסעות, שטרות, און אפילו בריוו צווישן האנדלס־שותפים. נאר וואס דען, די משכילים האבן גענוצט און באארבעט די שפראך אויף א מער בכיוונדיגן און זעלבסט־באוואוסטזיניגן אופן.
[16] זע צב"ש זיין מאמר 'גלגול הנפש' דא.
[17] זע צב"ש זיין באוואוסטן 'מגלה טמורין'.
[18] זע א רעציטאציע פון פרצ'נס א רושמדיגן פרק דורך אני הקטן דא.
[19] זע צב"ש זיין איינדרוקספולן שיר המתמיד.
 
לעצט רעדאגירט:
איזי לעבן, איך וויל דיר פיר קשיות פרעגן.

די ערשטע קשיא איז: איז נישט אביסל איבערגעטריבן צו רופן א פרק מלכים וואס גאנץ כלל ישראל זאגט ביים הפטורה דעם צווייטן טאג פסח, "צענזורירט"?

די צווייטע קשיא איז: פארוואס איז ספר שמות ווייניגער באגלייבט ווי ספר מלכים?

די דריטע קשיא איז: אויב דו נעמסט אן ליטעראל אלעס וואס שטייט אין מלכים ב', וויאזוי געבסטו זיך אן עצה מיט די איבערנאטירליכע מעשיות פון אלישע?

די פערטע קשיא איז: אין דעם פרק זעלבסט, עטליכע פסוקים שפעטער, שטייט אז עס איז נישט געפראוועט געווארן אזא פסח "מימות השופטים". וויאזוי לערנסטו פשט דארט?

(איך שטעל מיך פאר אז די נושאים זענען שוין אויסגעדראשענע, אלזא זיי אזוי גוט און שענקט מיר ביטע עטליכע לינקס וואו עס ווערן אדרעסירט די נושאים אויף א קלארע אופן, פאר מתחילים ווי מיר.


אה, און אוודאי די פינפטע קשיא: ווען קומט שוין דיין נעקסטע ארטיקל?...
 
איזי לעבן, איך וויל דיר פיר קשיות פרעגן.

די ערשטע קשיא איז: איז נישט אביסל איבערגעטריבן צו רופן א פרק מלכים וואס גאנץ כלל ישראל זאגט ביים הפטורה דעם צווייטן טאג פסח, "צענזורירט"?

די צווייטע קשיא איז: פארוואס איז ספר שמות ווייניגער באגלייבט ווי ספר מלכים?

די דריטע קשיא איז: אויב דו נעמסט אן ליטעראל אלעס וואס שטייט אין מלכים ב', וויאזוי געבסטו זיך אן עצה מיט די איבערנאטירליכע מעשיות פון אלישע?

די פערטע קשיא איז: אין דעם פרק זעלבסט, עטליכע פסוקים שפעטער, שטייט אז עס איז נישט געפראוועט געווארן אזא פסח "מימות השופטים". וויאזוי לערנסטו פשט דארט?

(איך שטעל מיך פאר אז די נושאים זענען שוין אויסגעדראשענע, אלזא זיי אזוי גוט און שענקט מיר ביטע עטליכע לינקס וואו עס ווערן אדרעסירט די נושאים אויף א קלארע אופן, פאר מתחילים ווי מיר.


אה, און אוודאי די פינפטע קשיא: ווען קומט שוין דיין נעקסטע ארטיקל?...
לאמיר דיר פראבירן צו ענטפערן לפי מיין פארשטאנד, איזי קען מרחיב זיין.

די תירוץ אויף די קשיות זענען... עבדים היינו לרבנישע סיסטעם.

1. אודאי זאגן מיר די נ"ך ביי הפטורה, אבער צו דען "לערנען" מיר דאס אדער מיר טוען דאס בלויז "זאגן"? און אפילו די וואס לערנען, קומען שוין מיט א פרי דיטערמענד מחשבה אז מען דארף זיך וואטשן, און אלעס איז העכערס. אדרבה, ווען האסטו באמערקט די פסוק וואס איז ממש א קלארע קעגנזאץ מיט מסורה? זייט ווען באדערט עס דיר?

2. ספר מלכים ווארפט פשוט א ליכטל אז וואס עס שטייט אין ספר שמות איז מעגליך אויך "געטראפן" געווארן שפעטער. אלו ואלו דברי...

3. קיין שום שאלה נישט אז מען דארף נישט אננעמען מיט א בלינדע אמונה אלעס וואס עס שטייט אין אן אלטמאדישע בוך, אבער הודעת בעל דין איז כמאה עדים. מ'קען פארשטיין פארוואס יעדע רעליגיעזע בוך האט איבערנאטורליכע סיפורים אין זיך, אזוי פארקויפט זיך עס בעסער. אבער אז דער מספר לייגט אריין א מעשה אז די פויפסט האט מזנה געווען, מעגסטו אים פילייכט גלייבן.

4. כ'גלייב דו וואלסט נישט עקספעקטעד צו טרעפן אין די רעליגיעזע בוך זעלבסט אז ער זאל דיר מגלה זיין אז ער איז א בעטריגער וואס האט אליין אויסגעטראפן די גאנצע זאך. מען דארף אבער יא ליינען צווישן די שורות און זען וואס ער אליין זאגט. פון די גרעסטע יסודות אין אידישקייט איז מסורה. איינס פון די שטערקסטע טענות וואס איז דא צו צייגן אז אידישקייט איז די אמת איז די ארגומענט פונען כוזרי וואס ווייסט צו זאגן אז אידישיקייט איז די איינציגסטע רעליגיע ווי 600,000 מענטשן האבן מיטגעהאלטן מעמד הר סיני, און אז אונזערע זיידער פארציילן די סיפורים דור אחד דור אן קיין הפסק. די רגע די האסט פסוקים וואס ווייסן אליין צו פארציילן אנדערש, ווארט עס אריין א ספק אין די גאנצע זאך. אויב האבן אידן פאר יארן נישט געוויסט פון קיין פסח צו זאגן, נאר איינער האט געטראפן א ספר און זיי "דערמאנט" דערוועגן, ווער ווייסט וואס נאך ער האט אלס דערמאנט? אפשר איז די גאנצע מעשה פון די 600,000 אידן ביים הר סיני אויך סך הכול עפעס וואס ער האט "דערמאנט" פארן עולם?

ווי די רמב"ן שרייבט אין במדבר טו כב, וז"ל:

...מומר לכל התורה בשוגג כגון ההולך ונדבק לאחת מן האומות לעשות כהם ולא ירצה להיות בכלל ישראל כלל ויהיה כל זה בשוגג כגון שיהיה ביחיד תינוק שנשבה לבין האומות, ובקהל כגון שיחשבו שכבר עבר זמן התורה ולא היתה לדורות עולם וכ' או שישכחו את התורה "וכבר אירע לנו כן" בעונותינו (כי) בימי מלכי ישראל הרשעים כגון ירבעם ששכחו רוב העם התורה והמצות לגמרי וכאשר בא בספר עזרא באנשי בית שני.

די פיפטע קשיא ווען איזי שוין אליין דארפן פארענטפערן, האפנטליך בקרוב.
 
די צווייטע קשיא איז: פארוואס איז ספר שמות ווייניגער באגלייבט ווי ספר מלכים?

די דריטע קשיא איז: אויב דו נעמסט אן ליטעראל אלעס וואס שטייט אין מלכים ב', וויאזוי געבסטו זיך אן עצה מיט די איבערנאטירליכע מעשיות פון אלישע?

די פערטע קשיא איז: אין דעם פרק זעלבסט, עטליכע פסוקים שפעטער, שטייט אז עס איז נישט געפראוועט געווארן אזא פסח "מימות השופטים". וויאזוי לערנסטו פשט דארט?

(איך שטעל מיך פאר אז די נושאים זענען שוין אויסגעדראשענע, אלזא זיי אזוי גוט און שענקט מיר ביטע עטליכע לינקס וואו עס ווערן אדרעסירט די נושאים אויף א קלארע אופן, פאר מתחילים ווי מיר.
איך זע אז @נחבי בן ופסי האט מיר שוין אויסגעכאפט, נאר איך וועל צולייגן אפאר נקודות.

1. ליידער איז נאכנישט געשריבן געווארן אן אריינפיר צו דער תנכישער טעקסט־קריטיק אויף אידיש, אבער עס איז דא א ים פאר די וואס קענען לייינען ענגליש און מאדערן־העברעאיש. פון די בעסטע אין ענגליש איז How to Read the Bible פון דשעימס קוגל.

2. בדרך כלל איז אנגענומען אז פון די געשיכטעס פון מלכות בית דויד און ווייטער קען מען פארגלייכן די הויפט־שטריכן פון דער תנכישער היסטאריע מיט דער אלגעמיינער היסטאריע דורך דרויסנדיגע ארכיאלאגישע און היסטארישע געפינסן. דאס מיינט נישט אז יעדער פרט אין די געשיכטעס איז פארגעקומען פונקט ווי געשילדערט אין תנ"ך, נאר אז די ברייטע שטריכן און הויפט פיגורן האבן א קשר מיטן היסטארישן אמת. משא"כ די געשיכטעס פון איידער דער תקופת המלוכה זענען מער מיטאלאגיש און צייגן נישט דווקא אן אויף א היסטארישער כראנאלאגיע. דאס מיינט נישט אז זיי אנטהאלטן נישט קיין שום היסטארישע ווידערקולות און מעמוארן, נאר אז זיי זענען בדרך כלל ווייניגער פארלעסליך אויף צאמצושטעלן א היסטאריש־אקוראטע בילד.

3. עס זענען דא פארשידענע סיבות פארוואס חוקרים קלערן אז די געשיכטע פון דער ריכוז־העבודה רעוואלוציע בימי יאשיהו איז היסטאריש אין אירע ברייטע שטריכן. ערשטנס זענען פאראן ארכיאלאגישע געפינסן וואס ווייזן אויף צעשטערטע און פארחרובטע במות אין יענער צייט.

צווייטנס, חוקרים האבן שוין לאנג באמערקט אז ספר־מלכים איז גאר נאנט אין זיין שפראך און השקפה צו ספר־דברים, אבער נישט צו די אנדערע פיר ספרים פונעם חומש. די ריכוז־העבודה און דער איסור־הבמות איז א חידוש פונעם ספר־דברים, בניגוד צו די אנדערע ספרים וואו מען טרעפט נישט אזא מושג אז עבודת הקרבנות איז עפעס וואס מען מעג נאר טון אויף איין פלאץ. פארקערט, אין אלע געשיכטעס טוען די אבות און מנהיגי האומה מקריב זיין און דינען אין פארשידענע פלעצער און מ'זעט נישט אז ס'זאל זיין עפעס א פראבלעם דערמיט. נאכמער, אין בראשית כ"ח רופט יעקב אן בית־אל "בית אלוקים" און "שער השמים". בימי המלוכה איז אין בית־אל געווען איינער פון די בתי המקדש וואס ירבעם בן נבט האט אוועקגעשטעלט (מלכים א' י"ב).

דער גאנצער ספר מלכים איז באזירט אויף דער אידעאלאגיע פונעם ספר דברים און ער משפט אלע מלכים סיי פון מלכות יהודה און פון מלכות ישראל לויט ווי נאנט זיי האבן זיך צוגעפאסט צו דער אידעאלאגיע. כמעט קיין איינער פון די מלכים פאר יאשיהו (און ספעציעל פאר חזקיהו) באקומט נישט קיין גוטע אפשאצונג, וואס צייגט אן אויפן חשד אז די אידעאלאגיע איז א נייע וואס האט נאכנישט פריער עקזיסטירט. ערשט נאכדעם וואס יאשיהו אנטדעקט דעם "ספר הברית" טרעפט מען אויס וועגן דער כלומרשטער אור-אלטער אידעאלאגיע און דאן צעשטערט טאקע יאשיהו דעם בית־המקדש אין בית־אל. דערפאר איז מסתבר אז דער ספר דברים ווי אויך דער ספר מלכים איז געשריבן געווארן אין דער צייט ארום יאשיהו'ס רעוואלוציע, כמעט ביים סוף פונעם בית ראשון.

4. הגם אז די עיקרדיגע געשיכטעס פונעם ספר מלכים זענען געשריבן געווארן אין מלכות יהודה (ווי מען קען זען פון זייער אויסקוק לגבי דעם גאנצן פראיעקט פונעם מלכות ישראל), קומען די סיפורים וועגן אליהו און אלישע פון ישראל אין צפון. זיי שטעלן פאר א באזונדערן שיכט אינעם ספר וואס איז אריינגעשטעלט געווארן צווישן די מער פארלעסליכע געשיכטעס פון די מלכי יהודה. עס איז בולט פון זייער עצם זשאנער אז דא רעדט מען פון מיטאלאגישע מאטעריאלן.
 
אה, און אוודאי די פינפטע קשיא: ווען קומט שוין דיין נעקסטע ארטיקל?...
ליידער קען מען פון שרייבן אויף קרעמל קיין שבת נישט מאכן. איך האב אסאך צו זאגן און איך שרייב לויט ווי די צייט ערלויבט. עס איז מיר א שטארקער חיזוק אז דער עולם באנעמט זיך מיט וואס איך שרייב און אז עס איז מעורר א געשפרעך. נו זאל מען קענען אויפטון להגדיל תורה ולהאדירה!
 
גא"מ צו אלע קאמפלימענטן, אה! הלואי זאל זיך גיסן אזעלכע ארטיקלען בבי מדרשא. דאס גיסט עפעס האפענונג אויף די אלע נשמות הנידחות התוהות וואס וואנדערן ארום אין עולם התוהו

WOW WOW WOW!

@איזי פאזען קומסט אריין ווי קיינמאל בעפאר!

ס'גיסט זיך דא אידישקייט און אטענטישקייט זאפטיג ביז גאר!

נאר איין הערה'לע, צאנזער רב איז באקאנט ער פלעגט נאר שלאפן קורץ ווייל מיט זיין שנעלע קאפ כאפט ער אריין מער שלאף אין ווייניגער שעות (אנדערע זענען מייחס דעם עובדא צו ר' אייזל חריף, הפנים). איך בין נייגעריג צו דיין גאנצע אדורכגאנג פון עבדות צו חרות ביז צו די אלטימעטע פרייהייט מוז קומען דוקא אויף דעם אופן פון זיך אפשניידן די פאות און 'ישורון ויבעט'ן'?! אדער קען מען דאס אלעס איינזען און גרייכן נאך זייענדיג אנגעטון מיט אלע לבושים און נישט האבן מפסיק געווען קיין נשמת זיך צו שאקלען אדער אין קיין קוגל זיך צו ווייקן?!
איז מעגליך באמת אנצוקומען צו ענליכע מדרגות איידער די גאנצע שטאט שפייעט אפיקורס, אדער איז די שלב אומפאמיידבאר אויפן וועג צו ערייכן א גליקליך אידיש לעבן מיט א מאדערנע קאפ?
אזוי ווי איזי זאגט שוין, איז די עיקר שוועריגקייט, די מחנך זיין די קינדער אזוי.
ווילסט דאך לכאורה נישט מחנך זיין דיינע קינדער מיט די אלע אמונות וואס מ'האט דיר איינגעבאקן (כאטשיג דו קענסט באשטיין זיי זאלן פאסטן תענית אסתר...), און פון די צווייטע זייט קען דיין יונגל נישט קומען אין חדר זאגן אז די תורה האט נישט קיין מסורה איש מפי איש ביזן בארג סיני.

דאס איז די שווערסטע אישו פאר אונז אידעלעך, וואס למען השם (תרתי משמע...) טוט מען מיט די קינדער? וואס זאגט מען זיי ביים סדר?
ס'לאזט מיר נישט קיין מנוחה.
 
דאס איז די שווערסטע אישו פאר אונז אידעלעך, וואס למען השם (תרתי משמע...) טוט מען מיט די קינדער? וואס זאגט מען זיי ביים סדר?
ס'לאזט מיר נישט קיין מנוחה.
וואס האסטו למעשה געזאגט?
ביי אונז האבן מיר זיך שטארק אנגענומען אויף די בן הרשע און מסביר געווען אז עס איז נאר די tone of voice ווי אזוי ער עקספרעסד זיין קשיא און הקהה את שניו מיינט סך הכל אים ענטפערען א גוטע תירוץ...
 
איזי לעבן, איך וויל דיר פיר קשיות פרעגן.

די ערשטע קשיא איז: איז נישט אביסל איבערגעטריבן צו רופן א פרק מלכים וואס גאנץ כלל ישראל זאגט ביים הפטורה דעם צווייטן טאג פסח, "צענזורירט"?

די צווייטע קשיא איז: פארוואס איז ספר שמות ווייניגער באגלייבט ווי ספר מלכים?

די דריטע קשיא איז: אויב דו נעמסט אן ליטעראל אלעס וואס שטייט אין מלכים ב', וויאזוי געבסטו זיך אן עצה מיט די איבערנאטירליכע מעשיות פון אלישע?

די פערטע קשיא איז: אין דעם פרק זעלבסט, עטליכע פסוקים שפעטער, שטייט אז עס איז נישט געפראוועט געווארן אזא פסח "מימות השופטים". וויאזוי לערנסטו פשט דארט?

(איך שטעל מיך פאר אז די נושאים זענען שוין אויסגעדראשענע, אלזא זיי אזוי גוט און שענקט מיר ביטע עטליכע לינקס וואו עס ווערן אדרעסירט די נושאים אויף א קלארע אופן, פאר מתחילים ווי מיר.


אה, און אוודאי די פינפטע קשיא: ווען קומט שוין דיין נעקסטע ארטיקל?...

עי' בספר דורות הראשונים לר' יהודה הלוי וואס פרעגט שוין גוט אפ די אויסגעריבענע קשיות פונעם בן הרשע יצחק פאזען, די קשיות זענען זייער אלטע און אויסגעדראשענע..
 
עי' בספר דורות הראשונים לר' יהודה הלוי וואס פרעגט שוין גוט אפ די אויסגעריבענע קשיות פונעם בן הרשע יצחק פאזען, די קשיות זענען זייער אלטע און אויסגעדראשענע..
דער דורות ראשונים פרעגט נישט אפ, ער האט תירוצים, נישט קשיות...
 
עי' בספר דורות הראשונים לר' יהודה הלוי וואס פרעגט שוין גוט אפ די אויסגעריבענע קשיות פונעם בן הרשע יצחק פאזען, די קשיות זענען זייער אלטע און אויסגעדראשענע..
א דאנק פארן מודיע זיין איבערן ספר.
אויב דו לאזט מיר צולייגן מיינע צוויי צענט...

דער וואס וויל אויפטוהן למען השם זאל זיך נישט באגנוגן מיטן ציווארפן א נאמען פון א ספר. און אפחוזקן מיטן אנרופן רשע.

ווייל אויב זענען די טענות ריכטיג (מאכט נישט אויס אויב ס'איז אויסגעריבן, זייער אלט און אויסגעדראשן.) ער איז קובע אז ער איז נישט קיין רשע.

און ווען דער פותח השנירל וואלט סך הכל צוגעווארפן א נאמען פון א בוך וואלט קיינער נישט נשפע געווארן.

איך פערזענדליך בין (ליידער?) נשפע געווארן דערפון און כ'האב אנגעהויבן איבערגעבן אין שטוב דעם תוכן פון דעם שנירל.

פליז, זעץ זיך שרייבן די נקודות פונעם ספר קלארערהייט, כשלחן ערוך ומוכן לאכול אזוי ווי דער פותח השנירל האט געטון. וועלן מיר באקומען נאך זייטן פונעם מטבע.
 
עי' בספר דורות הראשונים לר' יהודה הלוי וואס פרעגט שוין גוט אפ די אויסגעריבענע קשיות פונעם בן הרשע יצחק פאזען, די קשיות זענען זייער אלטע און אויסגעדראשענע..
איך גיי מיך נישט באציען צום אַד־האָמינעם, אבער, אדרבה, שטעל צו דעם מהלך פונעם דורות־הראשונים און זאל דער ווירטועלער בית־המדרש דן זיין.
 
א דאנק פארן מודיע זיין איבערן ספר.
אויב דו לאזט מיר צולייגן מיינע צוויי צענט...

דער וואס וויל אויפטוהן למען השם זאל זיך נישט באגנוגן מיטן ציווארפן א נאמען פון א ספר. און אפחוזקן מיטן אנרופן רשע.

ווייל אויב זענען די טענות ריכטיג (מאכט נישט אויס אויב ס'איז אויסגעריבן, זייער אלט און אויסגעדראשן.) ער איז קובע אז ער איז נישט קיין רשע.

און ווען דער פותח השנירל וואלט סך הכל צוגעווארפן א נאמען פון א בוך וואלט קיינער נישט נשפע געווארן.

איך פערזענדליך בין (ליידער?) נשפע געווארן דערפון און כ'האב אנגעהויבן איבערגעבן אין שטוב דעם תוכן פון דעם שנירל.

פליז, זעץ זיך שרייבן די נקודות פונעם ספר קלארערהייט, כשלחן ערוך ומוכן לאכול אזוי ווי דער פותח השנירל האט געטון. וועלן מיר באקומען נאך זייטן פונעם מטבע.
דורות הראשונים - תקופת המקרא - הלוי, יצחק איזיק, 1847-1914 (page 14 of 321)

דורות הראשונים - תקופת המקרא - הלוי, יצחק איזיק, 1847-1914 (page 1 of 321)

אז דו ווילסט וויסן דעם אמת, קוק אינעם דורות הראשונים, אינעם בייגעלייגטן לינק. והאמת עד לעצמו..
 
דורות הראשונים - תקופת המקרא - הלוי, יצחק איזיק, 1847-1914 (page 14 of 321)

דורות הראשונים - תקופת המקרא - הלוי, יצחק איזיק, 1847-1914 (page 1 of 321)

אז דו ווילסט וויסן דעם אמת, קוק אינעם דורות הראשונים, אינעם בייגעלייגטן לינק. והאמת עד לעצמו..
קענסט אפשר קאפי פעיסטן דעם פול פעידזש? ווייל כ'וויל נישט ברויכן דאונלאודן יעצט דעם גאנצן ספר.
א דאנק
 
דורות הראשונים - תקופת המקרא - הלוי, יצחק איזיק, 1847-1914 (page 14 of 321)

דורות הראשונים - תקופת המקרא - הלוי, יצחק איזיק, 1847-1914 (page 1 of 321)

אז דו ווילסט וויסן דעם אמת, קוק אינעם דורות הראשונים, אינעם בייגעלייגטן לינק. והאמת עד לעצמו..
האסט אמאל געהערט דעם אויסדריק, "אויב קענסטו אים נישט איבערצייגן, דאן כאטש פראביר אים צו צעמישן"...?

וואס ברענגסטו דא גאנצע ספרים? דו האלסט דאך שוין נאכן ליינען די ספר, איז שרייב שיין אין דיינע אייגענע ווערטער פארוואס איזי איז נישט גערעכט און וועלכע נקודות די ספר טוט אפענטפערן.

שטעל דיר פאר עס קומט פאר א וויכיח צווישן די רב מיטן גלח ביים קעניג אזוי ווי אלע מעשיות גייען, די קעניג וויל זען וועלכע רעליגיע איז מער ריכטיג. דער גלח לייגט אראפ זיין קעיס בטיב טעם ודעת, ער איז מסביר, ברענגט משלים און דגמאות, אבער דער רב אין אנטווארט שלעפט ארויס א מורה נבוכים פון זעקל, און זאגט פארן קעניג, הע, א נארישן גלח, דער מורה פארענטפערן שוין אלעס... גיי ליין אויב ווילסטו וויסן דער אמת...

א געפערליכן חילול השם דאס. סארי, נישט דאס הייסט ודע מה שתשיב לאפיקורס. ווען איך בין ווען גאט, וואלט איך געווען זייער דיסעפוינטעד אין דיר.
 
דורות הראשונים - תקופת המקרא - הלוי, יצחק איזיק, 1847-1914 (page 14 of 321)

דורות הראשונים - תקופת המקרא - הלוי, יצחק איזיק, 1847-1914 (page 1 of 321)

אז דו ווילסט וויסן דעם אמת, קוק אינעם דורות הראשונים, אינעם בייגעלייגטן לינק. והאמת עד לעצמו..
א דאנק. יעצט ווייס איך מער פון א נאמען פון א ספר. כ'קוק אויף פעידש 1 (דעם שער בלאט) און פעידש 14 (א בלאט פונעם מפתח, און כ'זעה נישט ווי ער באציהט זיך דארטן צו די מסורה פראגעס)

כ'וויל וויסן דעם אמת, אבער כ'האב נישט גענוג אמונה אז אין דעם ספר וועלך טרעפן די אמת אז כ'זאל זיך יעצט שלאגן מיט מיין ווילדע מוח צו זעצן און ליינען 321 פעידשעס ווייל איינער זאגט אזוי. כ'שטעל זיך פאר אז קיינער גייט עס נישט ליינען.
פליז, זעץ זיך שרייבן די נקודות פונעם ספר קלארערהייט, כשלחן ערוך ומוכן לאכול אזוי ווי דער פותח השנירל האט געטון. וועלן מיר באקומען נאך זייטן פונעם מטבע.
ס'וועט דיר אפשר נעמען אפאר שעה, וועסט ציטירן די טענות פונעם פותח השנירל, און געבן די ענטפערס און וועסט אויפטון פאר יעדער וואס קומט אריין דא זאל זעהן אז די טענות זענען אפגעפרעגט.
 
איך האב נאכנישט דורכגעליינט דעם ספר. נאר מיט א בליק צוויי האביך געטראפן ווי ער אדרעסירט די נושא:
1744817265644.png

אגב, כ׳האב אנגעפרעגט ביי טשעט ג.פ.ט אויף די נושא און כ׳האב נישט געקענט ארויסקומען מיט הארטע פולקאמע באווייזן לכאן או לכאן.
 
Back
Top