בחירה – אן אילוזיע אדער א כח טבעי?

אבער דו האסט נישט קיין וועג צו וויסן צי דיין קריטיקעל בליק איז דער אמת'ער.
מיט אט דעם פראבלעם פארשטיי איך אסאך בעסער מיכאל אברהם'ס נקודה וואס אלפא האלט אין איין ברענגען, און איך האב עס ערווענט אין מיין ארטיקל איבער דער פרינציפ פון גענוגנדע סיבה.

ער ברענגט ארויס אז עס איז א סתירה צו גיין קעגן אינטואיציע אויפ'ן באזיס פון לאגיק, וויבאלד לאגיק זעלבסט בויעט זיך אויף אינטואיציע.

מיר איז אלעמאל שווער געווען הלמאי ער זאגט אז לאגיק בויעט זיך אויף אינטואיציע. לאגיק איז דאך אן ענטיטי פאר זיך, שטארק ווי אייזן!

נאר יעצט, היות מיר האבן זיך אנגעשטויסן אין דעם פראבלעם פון וויאזוי מיר קענען געטרויען לאגיק, אויב עס איז דעטערמענט צו גיין בלויז איין וועג, און מיר זענען סטאק צו סיי וועלכע מסקנא עס ברענגט, אן קיין מעגליכקייט ארויסצוגיין אינדרויסן דערפון און אים פארהערן צי ער רעדט טאקע צום זאך, איז שוין זייער פארשטענדליך.

די איינציגסטע בארעכטיגונג וואס מיר האבן, אנצונעמען אז וואס לאגיק זאגט איז טאקע אמת, איז בלויז אינטואיציע. נישטא עפעס אנדערש אין אונז וואס קען דאס קלארשטעלן. אלזא, אויב גלייבסטו נישט אין אינטיאציע, וויאזוי קענסטו גלייבן אין לאגיק?

איך האף אז איך בין גענוג קלאר.
 
Back
Top