אבער עפעס וואס האט נישט קיין סיבה, קען זיין סיי רענדאם, אבער אויך נישט רענדאם. בחירה.
איך וויל פארשטיין, איך בין אם מענטש פון פלייש און פיש מיט א רעלאטיווע קליינע אבער קאמפליצירטע דזשעלי אין מיין קאפ, און עס שיינט דרייט זיך דארט א זאך וואס הייסט 'איך' און משם תצא גזירות ער איז די דרייווער פון מיין גוף און מיין אידענטיטעט.
ביז יעצט האט ער מיך/זיך איינגערעדט אז ער אליין איז דער דרייווער ווייל ער ווייסט וואס ס'איז גוט, אבער פון ווייסט ער וואס ס'איז גוט? ער האט עס געהערט געזען מקבל געווען דורך פארשידענע אופנים.
יעצט לאמיר צונעמען די באשלוסן וואס ער מאכט פארוואס טוט דאס וואס ער טוט, אויב האט עס אַ סיבה... ווי פריער אויסגעשמועסט.
אבער לאמיר צוריקברענגען די משל פון די אייזל מיט די צוויי גלייכע הויפענעס שטרוי ווי די פותח השנירל האט אראפגעברענגט
צו האלסטו טאקע אז די אייזל וועט שטארבן? קען זיין איך ווייס נישט, אבער וואס וואלט א מענטש געטאן אין אזא פאל?
לכאורה וואלט ער זיך געוואנדן צו אנדערע סיבות אויף וואס צו באזירן זיין באשלוס וויל למשל די קאליר, וועלכע זייט עס ליגט וכדו',
און וואס וועט זיין אויב ער קומט צירוק ביזן ביג בענג און אלעס איז גלייך, ער האט טאקע מער ליב די קאליר פון די הויפן אבער ער האט מער ליב די זייט אויף וואס די אנדערע הויפן ליגט, און די ביידע פרעפרענצן זענען גלייך ביי אים אויף די וואגשאל,
אויב וועט ער שטארבן פון נישט קענען באשלוסן דעמאלט א רחמנות אויף אים, אבער אויב למעשה האט יא 'אויסגעוועלט' איינע פון די הויפענעס אן דעם וואס ער זאל האבן א שטערקערע סיבה, דאן וואס איז דאס בוחר זיין? עס איז דאך טאקע גלייך נאר מען דארף עסן, האט דען 'בוחר' געווען אדער סתם געגעמבלט אויף א 50/50?!