- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 633
- רעאקציע ראטע
- 3,358
- פונקטן
- 423
וואס מיינסטו מיט דעם ווארט 'פארשטייסט'?סאו דו קענסט מחליט זיין אויף דאס וואס דו פארשטייסט אז עס איז נישט אמת אז עס יא אמת?
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
וואס מיינסטו מיט דעם ווארט 'פארשטייסט'?סאו דו קענסט מחליט זיין אויף דאס וואס דו פארשטייסט אז עס איז נישט אמת אז עס יא אמת?
די זעלבע וואס דו מיינסט דערמיט
מיט אט דעם פראבלעם פארשטיי איך אסאך בעסער מיכאל אברהם'ס נקודה וואס אלפא האלט אין איין ברענגען, און איך האב עס ערווענט אין מיין ארטיקל איבער דער פרינציפ פון גענוגנדע סיבה.אבער דו האסט נישט קיין וועג צו וויסן צי דיין קריטיקעל בליק איז דער אמת'ער.
כ'האב יעצט געטראפן דעם דאזיגן מאמר וואו ער איז מאריך כדרכו, טאקע אויף דעם נקודה, אין צוזאמענהאנג מיט דעטערמעניזם.מיט אט דעם פראבלעם פארשטיי איך אסאך בעסער מיכאל אברהם'ס נקודה וואס אלפא האלט אין איין ברענגען, און איך האב עס ערווענט אין מיין ארטיקל איבער דער פרינציפ פון גענוגנדע סיבה.
ער ברענגט ארויס אז עס איז א סתירה צו גיין קעגן אינטואיציע אויפ'ן באזיס פון לאגיק, וויבאלד לאגיק זעלבסט בויעט זיך אויף אינטואיציע.
מיר איז אלעמאל שווער געווען הלמאי ער זאגט אז לאגיק בויעט זיך אויף אינטואיציע. לאגיק איז דאך אן ענטיטי פאר זיך, שטארק ווי אייזן!
נאר יעצט, היות מיר האבן זיך אנגעשטויסן אין דעם פראבלעם פון וויאזוי מיר קענען געטרויען לאגיק, אויב עס איז דעטערמענט צו גיין בלויז איין וועג, און מיר זענען סטאק צו סיי וועלכע מסקנא עס ברענגט, אן קיין מעגליכקייט ארויסצוגיין אינדרויסן דערפון און אים פארהערן צי ער רעדט טאקע צום זאך, איז שוין זייער פארשטענדליך.
די איינציגסטע בארעכטיגונג וואס מיר האבן, אנצונעמען אז וואס לאגיק זאגט איז טאקע אמת, איז בלויז אינטואיציע. נישטא עפעס אנדערש אין אונז וואס קען דאס קלארשטעלן. אלזא, אויב גלייבסטו נישט אין אינטיאציע, וויאזוי קענסטו גלייבן אין לאגיק?
איך האף אז איך בין גענוג קלאר.
צום ערשט, יישר כח ר' 'יונגערמאן' פאר די 'פריש'קייט. שיינסט צו זיין א שטיקל בעל מחשבה.איך האב נאכנישט געהעריג אדורכגעליינט וואס די ציבור שרייבט אבער דאך וועל שרייבן בבחינת נעשה א מיש-מאש
איך פארשטיי נישט וויאזוי די ענין פון בחירה וועט טרעפן זיין פלאץ אין א לאגישע-געפילישע בעל חי אפי' פאר די לעצטע רגע, אויב איז דא א סיבה פארוואס ער האט געטון דאס וואס ער האט למעשה געטון איבער אנדערע מעגליכע אפציעס דאן האט ער דאך געהאט די סיבה איז דאך עס נישט געווען קיין בחירה חפשית, ווייל וואס האט געברענגט אז די סיבה זאל גובר זיין איבער די אנדערע אויב איז געווען א סיבה דערצו מאך נאכאמאל דער חשבון פאר יענעם סיבה און
אויב האט נישט געהאט אן סיבה דעמאלט איז עס זיכער נישט קיין בחירה ווייל וואספארא סארט בחירה איז דאס צו בוחר זיין אן קיין סיבה פשוט פון בלינדקייט
ער זאגט דארט לפי קוצר הבנתי, אז מותר האדם מן הבהמה אין =ניין, נאכדעם ווי ער איז מבאר אז יעדע רצון און בחירה פון א מענטש קומט פון עפעס רעיון וואס ער האט אויפגעפיקט אז עס איז בענעפישעל צו טהוען, וואס מיט דעם איז ער גלייך צו א בהמה וואס טהוט אויך ריעקטען צו א מעטער וואס סטימיולעיט איהם צו עקטען,האט דער מענטש די עקסטרע באוואוסטזיין צו דעסיידען נישט צו ריעקטען ווייל ער נעמט אין באטראכט די קאונסעקווענצען,וואס מאכט איהם מחליט צוזיין/ נישט צו טהון אדער יא צו טהון.- , און ביי א רעליגיעז מענטש וועט ער אריינעמען אין די חשבון פון די איקוועישען די ציוויים און אובליגעישענס וואס די רעליגיע דיקטירט איהם,קומט אויס א די בחירה איז געבויעט אויף דעם אז קען בענדען זיין מעשה מיט די קאונסידערעישען פון די חיובי הדתצום ערשט, יישר כח ר' 'יונגערמאן' פאר די 'פריש'קייט. שיינסט צו זיין א שטיקל בעל מחשבה.
דיין טענה הערט זיך זייער ענליך צום באקאנטן סלאגאן וואס מ'ברענגט פון שאופענהאוער אין זיין באקאנטע עסיי on the freedom of the will.
"א מענטש קען טוהן וואס ער וויל, אבער נישט ווילן וואס ער וויל".
בחירה מיינט אז דא איז פארהאן עפעס וואס איז נישט קיין טייל פון דער קייט פון סיבות וואס נאטור שטעלט אהער.איך האב נאכנישט געהעריג אדורכגעליינט וואס די ציבור שרייבט אבער דאך וועל שרייבן בבחינת נעשה א מיש-מאש
איך פארשטיי נישט וויאזוי די ענין פון בחירה וועט טרעפן זיין פלאץ אין א לאגישע-געפילישע בעל חי אפי' פאר די לעצטע רגע, אויב איז דא א סיבה פארוואס ער האט געטון דאס וואס ער האט למעשה געטון איבער אנדערע מעגליכע אפציעס דאן האט ער דאך געהאט די סיבה איז דאך עס נישט געווען קיין בחירה חפשית, ווייל וואס האט געברענגט אז די סיבה זאל גובר זיין איבער די אנדערע אויב איז געווען א סיבה דערצו מאך נאכאמאל דער חשבון פאר יענעם סיבה און
אויב האט נישט געהאט אן סיבה דעמאלט איז עס זיכער נישט קיין בחירה ווייל וואספארא סארט בחירה איז דאס צו בוחר זיין אן קיין סיבה פשוט פון בלינדקייט
די טענה איז אז ער האט נישט די כח צו בייגן די בחירה צו איין זייט אדער די אנדערע, עס ווענדט זיך אין די אינפארמאציע וואס איז אים געווארן געפיטערט דורך אנדערע אדער דורך אינערליכע געפילן, ממילא האט נישט די כח צו בייגן ער וועט אלעמאל טון דאס וואס ער האלט לויט זיין אינפא אז עס קומט אים אויס די בעסטע.אז קען בענדען זיין מעשה מיט די קאונסידערעישען פון די חיובי הדת
אה יעצט כאפ איך אין קורצע ווערטער ווילסטו טוישן די טייטש פון די ווארט בחירה און אזוי זאגן אז אלעס שטימט.בחירה מיינט אז דא איז פארהאן עפעס וואס איז נישט קיין טייל פון דער קייט פון סיבות וואס נאטור שטעלט אהער.
בחירה אז אן אנהייב פון א נייע קייט
שיין און קלאר מסביר געוועןנאך די אלע חקירות און דריידעלעך לאמיר עס ארויס זאגען ברחל בתך הקטנה,ווען איינער גייט נעבען א בתי זונות און דער יצר רעדט איהם צו לך והתעלס כי מחר נמות, טהוט ער מיט זיין רצון בוחר זיין, גיי איך אריין אדער סקיפ איך עס - דער מענטש האט די בחירה -
מען מיינט צוזאגען אז חקירה האט א טבע צו פארבלאנדזשענען די מחשבה,אז ער איז אזוי פארטוהן אינדעם וואלד פון פארשען און טראכטען,אז ער זעהט נישט די בוימער, נאך די אלע פארשונגען איז זיך גוט צודערמאנען, אז דאס איז אלעס לפילפולא בעלמא להגדיל תורה ולהאדירה ,-למעשה לעבט מען אויף דער וועלט מיט בחירה -געדענק, אויב איז נישט דא בחירה קען מען פארמאכען די דזשאוסטיס דעפארטמעמט .שיין און קלאר מסביר געווען.
בדרך אגב די פאקט אז דו מיינסט אז דו האסט בחירה איז משפיע אויף דיר אין דיינע באשלוסן, קיין זיין אז ווילסטו מחזק זיין, ווער ווייסט?!
קוק אהער, איך גיי נישט דיפענדן דא בחירה, ווייל איך בין בכלל נישט איבערצייגט אז עס איז יא דא בחירה.אה יעצט כאפ איך אין קורצע ווערטער ווילסטו טוישן די טייטש פון די ווארט בחירה און אזוי זאגן אז אלעס שטימט.
איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט, אבער איך האב פארשטאנען אז ווען מען רעדט פון בחירה מיינט עס אז ער האט געהאט צוויי אפציעס, און ער האט געקענט טון ביידע און ער האט בוחר געווען אין איין איבער די צווייטע, אבער ער וואלט געקענט טון פארקערט פונקט אזוי (פארשטייט זיך אז קיינער האלט אים נישט אפ אבער מכח נאר קענען אן וואס ער וויל).
אין קורצע ווערטער זאגסטו אז בחירה מיינט נישט אז ער האט 'פרייע ווילן', עס מיינט פשוט די חלק וואס מענטשען האבן מער ווי אנדערע באשעפענישן וואס אונז קענען הנקרא קאנטשעסנעס,
און די לויפסט פאראלעל מיט דעטערמיניסם, און די עקזיסטענץ פון בחירה טוישט נישט גארנישט.
אבער דאס איז דאך רענדאם, ווייל אויב האט עס א סיבה איז עס יא א טייל פון דער קייט פון סיבות וואס נאטור שטעלט אהער.קוק אהער, איך גיי נישט דיפענדן דא בחירה, ווייל איך בין בכלל נישט איבערצייגט אז עס איז יא דא בחירה.
איך האב בלויז רעאגירט צו דיין כלומרש'טע טענה אז ממה נפשך קען נישט זיין קיין בחירה.
איך האלט אז עס קען יא זיין בחירה, מטעם וואס איך האב אויבן געשריבן, וואס דו האסט לכאורה נישט פארשטאנען… - נאר איך ווייס פשוט נישט צי עס איז טאקע דא.
קלאר?
האסטו דען בוחר געווען?איך האב יעצט בוחר געוועהן צו שרייבען אין די קרעימעל
עס איז פיור בחירה
די יוסטיץ אפטיילונג איז דא צוצושטעלן סיבות פארוואס דו זאלסט נישט שטערן יענעמ'ס לעבן און טון זאכן וואס ווערן אנגערופן נישט גערעכטאויב איז נישט דא בחירה קען מען פארמאכען די דזשאוסטיס דעפארטמעמט
False dichotomy.אבער דאס איז דאך רענדאם, ווייל אויב האט עס א סיבה איז עס יא א טייל פון דער קייט פון סיבות וואס נאטור שטעלט אהער.