ואם כן און אויב אזוי

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
1,003
רעאקציע ראטע
8,729
פונקטן
943
אויב איך האב נישט קיין זיך - ווי אזוי קענען מיר האבן א אונז

אויב מיר קענען זיך נישט שלאגן - ווי אזוי קענען מיר זיך ליבן

אויב כ'קען נישט זאגן וואס איך וויל נישט, ווי אזוי קען איך אויסוועלן וואס איך וויל יא

אויב כ'קען נישט אקאצעפטירן מיין גאנצער זיך - ווי אזוי קען איך זיך זעהן, אויסהערן, און זיך באקענען

אויב כ'קען דיר נישט אקאצעפטירן - ווי אזוי וועסטו ווילן אויסהערן מיינע רייד

אויב כ'קען נישט פארגעבן די גאנצע בריאה - ווי אזוי קען איך זיך מוחל זיין און זיך ערלויבן צו עקזיסטירן

אויב איך קען נישט לאזן גיין און געשעהן - ווי אזוי קען איך טון וואס איך וויל באמת
-

יעדער איז מכובד צו ממשיך זיין ❤️
 
אויב פארמאגט מען נישט דעם  כמוך ערשט דאן ווי אזוי קען מען מקיים זיין דעם ואהבת לרעך.

אויב איז מען א פארפיינטעווער מענטש דאן וויאזוי קען מען בכלל זיין פארנומען מיט ליבשאפט
 
לעצט רעדאגירט:
אויב וואלסטו קיינמאל עקספיריענסט פעין, דאן וויאזוי וואלסטו געקענט מיטשפירן סימפאטיע?

אויב איך בין פארנומען זוכן ליבשאפט, דאן וויאזוי קען איך עס געבן.

(אויב דו פארסט שטייט אין די לינקע לעין, דאן וויאזוי האסטו נאך דו גאטס צו שיינען היי-בימס אין די חלל אריין.)
 
אויב איך האב נישט קיין געלט, וויאזוי קען איך שרייבן עצות און געדאנקען

אויב חסידישע לבוש מאכט נישט אויס ביי מיך, פארוואס גלייך איך מער, איינעם וואס גייט נישט מיט די לבוש....

אויב אונז האבן דא @שעפטאל, וויאזוי קען איך מיך בכלל אריין שטעקן דא? :love:
 
אויב איך האלט אינמיטן זיך באקענען מיט מיר - ווי אזוי קען איך מיר באקענען מיט אנדערע?

אויב די ביסט נישט קלאר וואסערע פעט די ווילסט נעמען אין לעבן - ווי אזוי עקספעקסטו דיין ווייב זאל דיך נאכטוען?

אויב די שרייסט אייביג אויף דיינע קינדער אריינציגיין אין בעט - ווי אזוי ווייסטו אז רעדן רואיג צי זיי ארבעט נישט?

(אקעי, שוין טא מאטש)
 
אויב האב איך נאר באקימען ליבשאפט "נאר אויב" האב איך קיינמאל נישט באקימען ליבשאפט פון דיר!
עס מסביר צו זיין דער וואס פארשטייט נישט ליבשאפט מיט תנאים איז קיין ליבשאפט, ליבשאפט מיינט אז סאיז אן תנאים unconditional love
 
עס מסביר צו זיין דער וואס פארשטייט נישט ליבשאפט מיט תנאים איז קיין ליבשאפט, ליבשאפט מיינט אז סאיז אן תנאים unconditional love
נישט דא אזא זאך! דעס איז ליגענט!
 
עס איז פונקט ווי זאגן א טאטע האט ליב אלע קינדער דער זעלבע, וואס איז אויך נישט אמת
 
עס איז פונקט ווי זאגן א טאטע האט ליב אלע קינדער דער זעלבע, וואס איז אויך נישט אמת
א געזינטע טאטע "געבט" ליבשאפט פאר אלע קינדער אייניג אז נישט איז גרויסע פראבלעמען
 
כ'מיין אז מ'רעדט דא פון אפאר זאכן
אנקאנדישענול לאוו
ליב האבן די זעלבע
געבן ליבשאפט אייניג

מ'דארף טאקע עפענען א שנירל איבער אנקאנדישענול לאוו, אויב ס'איז אמת, וואס ס'איז, וכו'.

אויב מ'וועט עס דעבאטירן אין דעם שנירל - ווי אזוי גייט דער שנירל בלייבן א "ואם כן"... 😂
 
גערעכט מען זאל עס שוין אריבערלייגן צו א נייע שנירל
 
אויב מ'עפנט א שנירל זאל עס שוין זיין לכתחילה'דיג.
פליז זעץ זיך שרייבן מיט א פרישקייט איבער דעם מושג און וואס דו האלסט, (כ'וועל בל"נ אריינקומען און פראבירן צו דיפענדן דעם מושג פון אנקאנדישענול לאוו, און אונז גייען זיך קלוגער מאכן איינער דעם צווייטען)
 
אויב דו האסט נאך קיינמאל נישט געוויינט פאר דיין אייגענע ווייטאג — ווי אזוי פארשטייסטו וואס יענער שפירט?

אויב דיין שמייכל איז א מאסקע — ווי אזוי זאל איינער וויסן וואס דו דארפסט?
 
אויב דו האסט דיך שוין גענומען דאס לעבן, ווי אזוי קען נאך דאס לעבן זיין א גיהנום?

אויב דו ביזט שוין אראפ פון דרך, וויאזוי קענסטו נאך שפירן א טעם אין א שבת?

אויב דו ביזט שוין לאנג מיואש, וויאזוי קענסטו זיך נאך אלץ מייאש זיין?

אויב דו האסט שוין אלעס פארלוירן, וויאזוי ביזטו כסדר אנגעצויגן צו היטן אויפ'ן סטאטוס קווא?

אויב דו גלייבסט נישט אין גאט, וויאזוי קענסטו אים שעלטן?

אויב דו הייבסט נישט אויף קיין פאון קאלס, וויאזוי חלומ'סטו אז מענטשן זאלן דיך טרעפן?

אויב דו שרייבסט נישט אויף קרעמל, וויאזוי מיינסטו אז מענטשן וועלן דיך געדענקען?
 
אויב @מיימון שרייבט אפי' איין הודעה - ווי אזוי קענען מיר חלומן פון האבן צייט צו ליינן די איבריגע הודעות. ❤️
 
Back
Top