אומפאַלסיפיצירבאַר

האסטו געהערט וואס איז געשען מיט משה'ן?
ממש א נס!
א נס מן־השמים!
אין א געפערליכן עקסידענט איז ער געווען. א פולער קאר. ווייב מיט קינדער.
ארויס אָן א קראץ!
נסים!
נעבעך נישט איבערגליבן קיין זכר פונעם קאר. אפגעברענט ווי חמץ ערב פסח.
נו! זאל מען אפקומען מיט דעם.
נסים!
דארף מען דאנקען און לויבן פאר דעם!

האסטו געהערט וואס איז געשען מיט נחום'ן?
ממש א נס!
א נס מן־השמים!
אין א געפערליכן עקסידענט איז ער געווען. א פולער קאר. ווייב מיט קינדער.
צעבראכן הענט און פיס נעבעך.
אלע אין שפיטעלער.
אבער לעבן!
ממש אפענע ניסים!
די השגחה האט זיי אנגעהאלטן ממש ביי די הענט. זיי געראטעוועט דאס לעבן!
דארף מען דאנקען און לויבן פאר דעם!

האסטו געהערט וואס איז געשען מיט ברוך'ן?
ממש א נס!
א נס מן־השמים!
אין א געפערליכן עקסידענט איז ער געווען. א פולער קאר. ווייב מיט קינדער.
ס'כאפט א פחד!
די ווייב נעבעך נישטא. געכאפט אזא זעץ נעבעך. אוועק אויפן ארט.
גענומען וואס איז זיינס. ארויסגעשניטן זיין קרבן פאר אונזערע חטאים.
אבער ער מיט די קינדער? געראטעוועט ממש פון א זיכערן טויט!
טאקע צעקלאפט און צעזעצט. אבער מ'לעבט!
רחמים וחסדים! אפענע ניסים!
דארף מען דאנקען און לויבן פאר דעם!

האסטו געהערט וואס איז געשען מיט שלמה'ן?
ממש א נס!
א נס מן־השמים!
אין א געפערליכן עקסידענט איז ער געווען. א פולער קאר. ווייב מיט קינדער.
ס'כאפט א פחד!
דאס קליינטשיגע ארויס א לעבעדיגס!
געראטעוועט דאס קליינע קינד! ניסים!
נעבעך נישט געבליבן גארנישט פון די אנדערע. אויסגעהויכט אויפן ארט.
ממש א נס גלוי!
איין איינציג קדיש־זאגערל אפגעהיטן.
מ'זעט בחוש: רחמים וחסדים!
דארף מען דאנקען און לויבן פאר דעם!

האסטו געהערט וואס איז געשען מיט מרדכי'ן?
ממש א נס!
א נס מן־השמים!
אין א געפערליכן עקסידענט איז ער געווען. א פולער קאר. ווייב מיט קינדער.
ס'כאפט א פחד!
נעבעך נישט געבליבן גארנישט.
א גאנצע משפחה פארשניטן.
רחמים וחסדים, די פאליציי האט קיין פראבלעמען נישט געמאכט.
געקומען אלע צו קבר־ישראל נאך יענער נאכט.
ממש אפענע ניסים!
ווי די תפילות פון כלל־ישראל פועלן!
דארף מען דאנקען און לויבן פאר דעם!
 
לעצט רעדאגירט:
הערליך הערליך.
שלום עליכם ב.ד.וו. ס'זעט מיר אויס אז דו וועסט גאר אסאך צוגעבן צו קרעמל.

אזוי זעט מען אויס ווען אלעס ווערט א נס...
 
מיר האט אלעמאל געבאדערט אז מען באשולדיגט אינז מיט יעדע צרה, יענער האט באקומען קענסער ווייל דיין ווייב גייט מיט א לאנגע שייטל, א צווייטער האט געהאט א עקסידענט וועגן איך האב א סמארטפאן, ווייסט פארוואס עס איז דא ארעמעלייט וועגן זרע לבטלה אא״וו.
אבער פאר די טויזענטער קינדער וואס ווערן געבוירן, און מענטשן וואס פארן אויפן ראוד אן קיין עקסידענטס, און יעדער וואס מאכט שיין פרנסה, באקום איך נישט קיין קרעדיט. 😡😤🤬😖😠👿
 
זייער שיין. דיין סטיל איז פערפעקט. האסט אפילו געדענקט צו נוצן דעם פאסעסיוו 'ן (שלמה'ן נחום'ן).

כה לחי.
עס איז באמת נישט קיין פאסעסיוו, נאר דאַטיוו!
 
מיר האט אלעמאל געבאדערט אז מען באשולדיגט אינז מיט יעדע צרה, יענער האט באקומען קענסער ווייל דיין ווייב גייט מיט א לאנגע שייטל, א צווייטער האט געהאט א עקסידענט וועגן איך האב א סמארטפאן, ווייסט פארוואס עס איז דא ארעמעלייט וועגן זרע לבטלה אא״וו.
אבער פאר די טויזענטער קינדער וואס ווערן געבוירן, און מענטשן וואס פארן אויפן ראוד אן קיין עקסידענטס, און יעדער וואס מאכט שיין פרנסה, באקום איך נישט קיין קרעדיט. 😡😤🤬😖😠👿
מיטן אייבערשטן גייט דאס פארקערטע. ער באקומט קרעדיט פאר די 'ניסים', וואס צייגן שטענדיג וואס פאר א גוטער ער איז, אבער פאר די שוידערליכע טראגעדיעס און קאטאסטראפעס איז ער גארנישט שולדיג, נאר אונז מיט אונזערע חטאים...
 
לעצט רעדאגירט:
האסטו געהערט וואס איז געשען מיט משה'ן?
ממש א נס!
א נס מן־השמים!
אין א געפערליכן עקסידענט איז ער געווען. א פולער קאר. ווייב מיט קינדער.
ארויס אָן א קראץ!
נסים!
נעבעך נישט איבערגליבן קיין זכר פונעם קאר. אפגעברענט ווי חמץ ערב פסח.
נו! זאל מען אפקומען מיט דעם.
נסים!
דארף מען דאנקען און לויבן פאר דעם!

האסטו געהערט וואס איז געשען מיט נחום'ן?
ממש א נס!
א נס מן־השמים!
אין א געפערליכן עקסידענט איז ער געווען. א פולער קאר. ווייב מיט קינדער.
צעבראכן הענט און פיס נעבעך.
אלע אין שפיטעלער.
אבער לעבן!
ממש אפענע ניסים!
די השגחה האט זיי אנגעהאלטן ממש ביי די הענט. זיי געראטעוועט דאס לעבן!
דארף מען דאנקען און לויבן פאר דעם!

האסטו געהערט וואס איז געשען מיט ברוך'ן?
ממש א נס!
א נס מן־השמים!
אין א געפערליכן עקסידענט איז ער געווען. א פולער קאר. ווייב מיט קינדער.
ס'כאפט א פחד!
די ווייב נעבעך נישטא. געכאפט אזא זעץ נעבעך. אוועק אויפן ארט.
גענומען וואס איז זיינס. ארויסגעשניטן זיין קרבן פאר אונזערע חטאים.
אבער ער מיט די קינדער? געראטעוועט ממש פון א זיכערן טויט!
טאקע צעקלאפט און צעזעצט. אבער מ'לעבט!
רחמים וחסדים! אפענע ניסים!
דארף מען דאנקען און לויבן פאר דעם!

האסטו געהערט וואס איז געשען מיט שלמה'ן?
ממש א נס!
א נס מן־השמים!
אין א געפערליכן עקסידענט איז ער געווען. א פולער קאר. ווייב מיט קינדער.
ס'כאפט א פחד!
דאס קליינטשיגע ארויס א לעבעדיגס!
געראטעוועט דאס קליינע קינד! ניסים!
נעבעך נישט געבליבן גארנישט פון די אנדערע. אויסגעהויכט אויפן ארט.
ממש א נס גלוי!
איין איינציג קדיש־זאגערל אפגעהיטן.
מ'זעט בחוש: רחמים וחסדים!
דארף מען דאנקען און לויבן פאר דעם!

האסטו געהערט וואס איז געשען מיט מרדכי'ן?
ממש א נס!
א נס מן־השמים!
אין א געפערליכן עקסידענט איז ער געווען. א פולער קאר. ווייב מיט קינדער.
ס'כאפט א פחד!
נעבעך נישט געבליבן גארנישט.
א גאנצע משפחה פארשניטן.
רחמים וחסדים, די פאליציי האט קיין פראבלעמען נישט געמאכט.
געקומען אלע צו קבר־ישראל נאך יענער נאכט.
ממש אפענע ניסים!
ווי די תפילות פון כלל־ישראל פועלן!
דארף מען דאנקען און לויבן פאר דעם!
זייער שטארק און קלאר ארויסגעברענגט אן קיין איבעריגע ווערטער און א בחינה פון א בילד רעדט מער ווי טויזנט ווערטער


אבער וואס איז טאקע פשט פון די אלע וואס גלייבן אזוי
 
Back
Top