וועלכע ישוב איז געאייגנט פאר מיר

עולם הנשמות

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מאי 17, 2024
מעסעדזשעס
28
רעאקציע ראטע
152
פונקטן
33
איך וואוין אין א פלאץ ווי נאך אסאך פון מיין חסידות וואוינט.
נאכן זיך עפענען די אויגן אין קאווע שטיבל און נאכדעם קרעמל האט זיך מיר אינעווענדיג געטוישט מיין גאנצע value סיסטעם, מיינע קינדער ווערן נתחנך אויף זאכן וואס איז מאדנע ביי מיר וכו'.
איז זיך איך א ווארעמע קאמיוניטי ווי מען וועט מיך אויפנעמען as is ווי מיין ווייב קען זיך אביסל מאדערניזירן ווי איך קען מיך פילן וועלקאם (איך בין מער אויף די שטילע זייט) ס'קען זיין אין אמעריקע, און אפילו ארץ ישראל איז אויך גוט אויב סאיז מער אויף די אמעריקאנע נוסח
איך האב פרובירט צו מאכן אביסל ריסורטש אבער איך דארף הילף
איך זוך א פלאץ ווי מען רעדט עפעס אידיש איך וויל נישט אריינגיין אין א מאדערנע קהילה און פילן ווי א גר א גאנץ לעבן
קאסא גראנדא קוקט מיר אויס צו פרום (קען זיין כ'האב א טעות) און איך זיך נישט א פלאץ ווי ס'איז דא מחלוקת
מיאמי קוקט מיר נישט אויס ווי ס'דא מוסדות פאר חסידישע בעקגקאונדס
גלילות פון מאנסי איז צו קאלט פאר מיר ווינטער
עני איידיעס?
 
איך מיין אז מען קען נישט האבן אלעס.
גלילות פון מאנסי איז די פערפעקט פלאץ לויט דיין רעקווייערמענטס (אויסער די קעלט).
אין ארץ ישראל איז דא אמעריקאנע געשטימטע קאמיוניטיס אבער סע איז פאר שטייגערס וואס גייען אוועק נאך צוויי יאר, נישט וואס די זיכסט.
קאסא גראנדא איז בכלל נישט אויפגעקלערט.
טעמפא פלארידא וואלט אפשר גוט געווען פאר דיר אבער עס איז מער-ווייניגער צופאלן ווי ווייט איך ווייס. אפשר האבן מיר דא א איינער וואס קען זאגן צי טעמפא לעבט נאך?
 
@עולם הנשמות עס איז דא לעצטנס א טרענד ביי אסאך אזוי ווי דיר צו גיין אין אן עסטעבלישד אוט אף טאון מיקסד קהילה און זיך מאכן באקוועם.
לדוגמא שלומי זייענץ אין טעקסעס, אזוי איז דא אין לאס אנג׳עלעס שוין יארן, סקאטסדעיל אריזאנע, טשיקאגא אין נאך.
עס איז דא גענוג היימישע צו רעדן אידיש וכדו׳ און גענוג פון אלע אנדערע סארט צו הענג אוט וכדו׳
 
נארט מיאמי איז דא א שיין ביסל חסידים אין עקס חסידים, ס׳דא די קהל חסידים שוהל אין לעטלי נאך א שוהל וואס די פריערדיגע רב פון קהל חסידים האט געעפנט ספעציעל פאר לייט-דיפערענט-אין עקס חסידים, די חדר דארט קען מען נוצן חב״ד, אויך איז דא א חסידישע חדר דארטן וואס קענסט זיכער זיין אז מ׳וועט דיר נישט פארהערן בעפארן שיקן דארטן, וואסערע פאון די פארמאגסט אדער צו דיין ווייב דרייווט, נאר אפי׳ טעלעוויזשאן, מיט ווידעא געימ׳ס פאר די קינדער מיט א קיוט puppy 🐶 קענסטו פארמאגן אינדערהיים, אין נאכאלץ זיין באקוועם צו שיקן דארט דיינע קינדער.
 
Back
Top