וועלכע ישוב איז געאייגנט פאר מיר

עולם הנשמות

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מאי 17, 2024
מעסעדזשעס
30
רעאקציע ראטע
157
פונקטן
38
איך וואוין אין א פלאץ ווי נאך אסאך פון מיין חסידות וואוינט.
נאכן זיך עפענען די אויגן אין קאווע שטיבל און נאכדעם קרעמל האט זיך מיר אינעווענדיג געטוישט מיין גאנצע value סיסטעם, מיינע קינדער ווערן נתחנך אויף זאכן וואס איז מאדנע ביי מיר וכו'.
איז זיך איך א ווארעמע קאמיוניטי ווי מען וועט מיך אויפנעמען as is ווי מיין ווייב קען זיך אביסל מאדערניזירן ווי איך קען מיך פילן וועלקאם (איך בין מער אויף די שטילע זייט) ס'קען זיין אין אמעריקע, און אפילו ארץ ישראל איז אויך גוט אויב סאיז מער אויף די אמעריקאנע נוסח
איך האב פרובירט צו מאכן אביסל ריסורטש אבער איך דארף הילף
איך זוך א פלאץ ווי מען רעדט עפעס אידיש איך וויל נישט אריינגיין אין א מאדערנע קהילה און פילן ווי א גר א גאנץ לעבן
קאסא גראנדא קוקט מיר אויס צו פרום (קען זיין כ'האב א טעות) און איך זיך נישט א פלאץ ווי ס'איז דא מחלוקת
מיאמי קוקט מיר נישט אויס ווי ס'דא מוסדות פאר חסידישע בעקגקאונדס
גלילות פון מאנסי איז צו קאלט פאר מיר ווינטער
עני איידיעס?
 
איך מיין אז מען קען נישט האבן אלעס.
גלילות פון מאנסי איז די פערפעקט פלאץ לויט דיין רעקווייערמענטס (אויסער די קעלט).
אין ארץ ישראל איז דא אמעריקאנע געשטימטע קאמיוניטיס אבער סע איז פאר שטייגערס וואס גייען אוועק נאך צוויי יאר, נישט וואס די זיכסט.
קאסא גראנדא איז בכלל נישט אויפגעקלערט.
טעמפא פלארידא וואלט אפשר גוט געווען פאר דיר אבער עס איז מער-ווייניגער צופאלן ווי ווייט איך ווייס. אפשר האבן מיר דא א איינער וואס קען זאגן צי טעמפא לעבט נאך?
 
@עולם הנשמות עס איז דא לעצטנס א טרענד ביי אסאך אזוי ווי דיר צו גיין אין אן עסטעבלישד אוט אף טאון מיקסד קהילה און זיך מאכן באקוועם.
לדוגמא שלומי זייענץ אין טעקסעס, אזוי איז דא אין לאס אנג׳עלעס שוין יארן, סקאטסדעיל אריזאנע, טשיקאגא אין נאך.
עס איז דא גענוג היימישע צו רעדן אידיש וכדו׳ און גענוג פון אלע אנדערע סארט צו הענג אוט וכדו׳
 
נארט מיאמי איז דא א שיין ביסל חסידים אין עקס חסידים, ס׳דא די קהל חסידים שוהל אין לעטלי נאך א שוהל וואס די פריערדיגע רב פון קהל חסידים האט געעפנט ספעציעל פאר לייט-דיפערענט-אין עקס חסידים, די חדר דארט קען מען נוצן חב״ד, אויך איז דא א חסידישע חדר דארטן וואס קענסט זיכער זיין אז מ׳וועט דיר נישט פארהערן בעפארן שיקן דארטן, וואסערע פאון די פארמאגסט אדער צו דיין ווייב דרייווט, נאר אפי׳ טעלעוויזשאן, מיט ווידעא געימ׳ס פאר די קינדער מיט א קיוט puppy 🐶 קענסטו פארמאגן אינדערהיים, אין נאכאלץ זיין באקוועם צו שיקן דארט דיינע קינדער.
 
טנקיו @Reb Yid
איך וויל מער פארשטיין ווער איז די פריערדיקע רב און ווער איז די נייע רב
אויך וויל הערן מער וועגן די חסידישע חדר, וויאזוי הייסט די חדר ווער פירט עס
א היימישע יונגל וועט זיך פילן באקוועם דארטן? ווען האט זיך די חדר געעפנט?
וואס איז מיט א סקול פאר די מיידלעך?
 
כ'קען חסידישע אינגעלייט וואס האבן זיך געצויגן אהין עטליכע יאר צוריק און האלטן ווייטער אן זייער חסידישע סטאטוס
 
מיאמי און סאוט פלארידא בכלל האט א סך היימישע אויסגעשפרייט, פון מיד ביעטש, סורפסייד, נארד מיאמי, אבל האמת אגיד, ס׳האט אבער נישט קיין טעם. ס׳פעלט די אומפף. מ׳ווייסט ווי צו עסן סטעיק און רייכערן סיגארן, מ׳פלאפקלט וועגן הייזער, ״סעיפטי״, און דארט מער ווייניגער ענדיגט עס זיך. ס׳האט נישט קיין פלאו און נישט קיין גראונד, כ׳קען זאגן ס׳איז קולטוריעז באנקראט. כ׳ווייס נישט פארוואס ס׳איז אזוי, לויט איר אויסזעהן מיט די זאפטיגע גראז און פאלם בלעטער וואלט עס לכאורה געדארפט זיין א נעיסט פון חכמים וסופרים, טשילערס און הילערס, אפנקייט, פלעקסיביליטי, ווארעמקייט, א צענטרום פון קריעטיוויטי און רוח הקודש, אבער ס׳נישט.
אגב, הרב פעלבראנד איז דער געוועזענער קהל חסידים רב, ער איז כנראה א לייטישער אינגערמאן, קומט פון א גאר חשובער משפחה.
 
ס׳האט עמיצער געזאגט א קלוג ווארט. טאמער ווילסטו אוועק גיין פון דיין מאמע, גיי אוועק בשיעור סמוך ונראה, ווייל טאמער גייסטו צי ווייט וועסטו ווערן אליינס דיין מאמע…
לעניני, איך בין ארום געפארן אמעריקא לארכה ולרחבה, ווי ס׳שיינט מיר איז נישטא גארנישט ארויס פון די טריי סטעיט עריע. אלע קהילות אין יעהופיץ זענען אדער בארינג עס פאק אדער פאנדאמענטעליסטן מיט א שמיץ אריבער.
 
די נמשל פארשטיי איך, אבער די משל כאפ איך נישט. (פליז זיי עס נישט מסביר מיט א משל…)
 
מיאמי און סאוט פלארידא בכלל האט א סך היימישע אויסגעשפרייט, פון מיד ביעטש, סורפסייד, נארד מיאמי, אבל האמת אגיד, ס׳האט אבער נישט קיין טעם. ס׳פעלט די אומפף. מ׳ווייסט ווי צו עסן סטעיק און רייכערן סיגארן, מ׳פלאפקלט וועגן הייזער, ״סעיפטי״, און דארט מער ווייניגער ענדיגט עס זיך. ס׳האט נישט קיין פלאו און נישט קיין גראונד, כ׳קען זאגן ס׳איז קולטוריעז באנקראט. כ׳ווייס נישט פארוואס ס׳איז אזוי, לויט איר אויסזעהן מיט די זאפטיגע גראז און פאלם בלעטער וואלט עס לכאורה געדארפט זיין א נעיסט פון חכמים וסופרים, טשילערס און הילערס, אפנקייט, פלעקסיביליטי, ווארעמקייט, א צענטרום פון קריעטיוויטי און רוח הקודש, אבער ס׳נישט.
אגב, הרב פעלבראנד איז דער געוועזענער קהל חסידים רב, ער איז כנראה א לייטישער אינגערמאן, קומט פון א גאר חשובער משפחה.
איך רוף עס א ערי מקלט... איך רעדט פאר היימישע, נישט היימישע קען זיין איז אנדערש אביסעל
 
די נמשל פארשטיי איך, אבער די משל כאפ איך נישט. (פליז זיי עס נישט מסביר מיט א משל…)
דו אנטלויפסט פון דיין בצים דרוקער, ווערט אין דיר א חלל, ס׳נישטא די ענערגיע וואס מאכט דיך אוועקשטיין, ברויכסטו ערזעצן די ענערגיע מיט זיך אליינס, דו ווערסט דיין אייגענע בצים דרוקער. טאמער ביסטו נאך גענוג נאנט, ביסטו אויף די גאלדי לאקס זאנע, דער דרוקעריי איז נאך אויפן האריזאנט גענוג אז דער טעם פון חירות האט א כסדר׳דיגער הרגשה פון רעליף, און נישט צי ווייט אז ס׳שפירט סתם א חלל. מיט נאנט און ווייט מיין איך נישט נאר פיזיש.
 
איך רוף עס א ערי מקלט... איך רעדט פאר היימישע, נישט היימישע קען זיין איז אנדערש אביסעל
אן old Miami dude האט זיך אויסגעדרוקט, מיאמי איז א פארקינק לאט, גארנישט מער. היינט פארק איך, איך גיי פארקט א צווייטער.
 
טנקיו @Reb Yid
איך וויל מער פארשטיין ווער איז די פריערדיקע רב און ווער איז די נייע רב
אויך וויל הערן מער וועגן די חסידישע חדר, וויאזוי הייסט די חדר ווער פירט עס
א היימישע יונגל וועט זיך פילן באקוועם דארטן? ווען האט זיך די חדר געעפנט?
וואס איז מיט א סקול פאר די מיידלעך?
@עולם הנשמות דא האסטו תלמוד תורה נעימות התורה בראשות די געוועזענע רב פון קהל חסידים הרב פעלבערבוים

https://www.bechatzros.com/post/687425
 
סאיז אויך דא דארט א היימישע סופערמארקעט - איך דענק נישט אויף די מינוט די נאמען דערפון - ריזיג גרויס אין ספעיס כמעט די סייז פון Bingo אגב זיי פארקויפן אויכעט כשרע וויינען אין אלקאָהאָל, דארטן אין פלארידא איז גרינגער מיט לייסענסעס!
 
Back
Top