ווענס-רוביא הויפטקווארטיר

ציצית קניפער

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מערץ 9, 2026
מעסעדזשעס
25
רעאקציע ראטע
104
פונקטן
23
ימי הבחירות ממשמשים ובאין.

אט דערנעטערט זיך שוין די 2028 בחירות און מען הייבט שוין אן טראכטן ווער וועט זיין די קומענדיגער רעפאבליקאנער קאנדידאט.

ווענס
דשעמס דאנאלד באומאן המכינה דשזעי די ווענס, קומט פון א צובראכענע שטוב פון די הילבילי געמיינדע, זיין מאמע איז געווען א דשאנקי און ער איז אויפגעוואקסן ביי זיין באבע וואס פלעגט עם אנרייסן די ביינער. (ער קען קומען אויף א היימישע פאדקעסט).
למעשה האט ער זיך ארויס געזען פון זיין מעס, און ער האט גראדואירט א חשובע יוניווערסיטי.
זייער אינספייערינג.
למעשה אלץ קאנדידאט זעט ער מער אויס א שוואכער ער האט נישט כמעט קיין דעות, טראמפ האט עם נאר גענימען צי בארואיגן דער עולם, אז ווענס וועט עם האלטן און פלאץ ווייל ער דאך א דארכגעטראכטער, ווי מען רופט ביי אונז ״אן ערנסטן בעל בית״.
יעצט ביי די רעפאבליקאנער טיילונג צווישן די מעגא חברה ווס. די ווייסע ראסיסטן ווייסט ווענס נישט וועלכע זייט צי נעמען, מצד אחד האבן די ראסיסטן גערעכט טענות אז די מעגא פאליסי איז אקעגן מלחמה, ומצד שני מעגא פירט יעצט א מלחמה פאר פראקטישע סיבות און סע מאכט נישט קיין סענס נישט צי גיין אין מלחמה אויב פעלט עס טאקע אויס.
איז אנשטאט זיך וועלן א זייט און זיין א ליעדער איז ער ווי דער ישמח משה ביי די מחלוקת פון קרח vs. משה און טוט נישט גארנישט.
אזא מענטש איז נישט קיין פירער און און איז זייער א שוואכער קאנדידאט און אין מיין אפיניען האט ער נישט קיין פאטענטשעל. קיינער ווייסט נישט זיינע פאליסיס און ער מאכט די זעלבע טעות ווי העריס און ׳24.

רוביא
מארקא רוביא איז פונעם קובאנער גזע, און א אייניקעל פון א אומלעגאלער אימיגראנט. (#היפאקריט-אלערט)

רוביא האט יארן עקספיריענס אין פאליטיק, אבער זיין שטערקסטער מעלה איז זיין פיסק, ער האט אלעמאל א גוטע ענטפער און אויפן פלאץ.
למעשה ווען ער איז געלאפן קעגן טראמפ אין יארע ׳16 האט עם טראמפ צימאלן דארך נישט שפילן די פאליטיקלי-קארעקט-געים.
זייט דעמאלטס האט רוביא זיך מער ציגעריבען און זיך אויסגעלערנט צי אביסל ארומ-טראמפ-עווען, ובפרט אקעגן א אומכאריזמאטישער און בארינג קאנדידאט ווי דשזעי די האט ער זיכער א אויבערהאנט.
זיין פאליסי מאכט ער זייער קלאר און דייטלעך לכל מאן דבעי אינקלודינג פאר ווער עס וויל עס נישט הערן.

איך האלט אז רוביא וועט זיין דער רעפאבליקאנער קאנדידאט אין ׳28.
 
למעשה אלץ קאנדידאט זעט ער מער אויס א שוואכער ער האט נישט כמעט קיין דעות, טראמפ האט עם נאר גענימען צי בארואיגן דער עולם, אז ווענס וועט עם האלטן און פלאץ ווייל ער דאך א דארכגעטראכטער, ווי מען רופט ביי אונז ״אן ערנסטן בעל בית״.
אזא מענטש איז נישט קיין פירער און און איז זייער א שוואכער קאנדידאט און אין מיין אפיניען האט ער נישט קיין פאטענטשעל. קיינער ווייסט נישט זיינע פאליסיס און ער מאכט די זעלבע טעות ווי העריס און ׳24.
ובפרט אקעגן א אומכאריזמאטישער און בארינג קאנדידאט ווי דשזעי די האט ער זיכער א אויבערהאנט.
די רעדסט פון דזשעי די ווענס, די וויצע פרעזידענט? ס'זעט נישט אויס אזוי, דו מוזט לכאורה רעדען פון א צווייטן.

איך וועל מודה זיין אז רוביא איז לכאורה א שטערקערע און מער ערפארענע קאנדידאט. אבער דזשעי די איז בכלל נישט אזא מפיל קינד ווי די מאכסט אים. ער איז פיין אויסגעקאכט אין אלע טעמעס, ער נעמט גאר גיט אויס אויף אינטערוויוס אויף העסליכע נייעס קאנאלן. ס'קען זיין ער זעט אמאל אויס פארלוירן ביי גרעסערע אויפטריטן אדער ספעציעל ווען ער טרעפט זיך מיט עמך אמעריקאנע אין רעסטאראנען ווי ער ווייסט באמת נישט וויאזוי צו שפינען א שמועס, ער איז היפש ניי צום פאליטישע וועלט, ער איז נישט אזוי אויסגעשליפען מיט זיין פּרעסענס ווי לאנגיעריגע פאליטישענס, דעיס איז אן ענין פון הרגל און זמן, אבער זה הוא, ער איז א טויגליך בחור. וועסט מער אויפטוען מיט הייבען רוביא איבער אים ווי אים אראפלייגן אינטער רוביא. ער איז א שטארקע זאך, ער איז נאר נישט אזוי שטארק ווי רוביא. זיי ביידע שטעלן זיך גאנץ גיט אהער אלס פרעזידענטליך. עט דיס פוינט וואלט איך אויך געוואלט רוביא איבער אים, ער איז אבער אז גאר גיטע סעקאנד טשויס, אין מיין נישט אזוי האָמבל אפיניען.
 
זשעי די קוקט מיר אויס צו זיין הענדסאם און אהערגעשטעלט, אבער איך האב אים שוין נישט ליב וועגן זיין נאנטשאפט צו טאקער קארלאסאן, ער האט בעסער ליב די טונקעלע זייט פון די GOP

רוביאו קוקט מיר אויס מער גענויגט צו מדינת ישראל, און צו נארמאלקייט, אבער ער מאכט מיר נישט קיין גוטע רושם, ער געבט אזא פארלוירענע לוק.

און ווען ס'קומט צו די זאכן דארף מען זיין גוט אהערגעשטעלט.

סאו איך האב מורא אז רוביאו האט נישט די כוחות צו געווינען ספעציעל נאך 12 יאר פון טראמפ ווען אבי א קאנדידאט גייט האבן א שוואכע טשענס, ווען די פאלק גייט ציען מער צו די דעמאקראטן.
 
ימי הבחירות ממשמשים ובאין.

אט דערנעטערט זיך שוין די 2028 בחירות און מען הייבט שוין אן טראכטן ווער וועט זיין די קומענדיגער רעפאבליקאנער קאנדידאט.

ווענס
דשעמס דאנאלד באומאן המכינה דשזעי די ווענס, קומט פון א צובראכענע שטוב פון די הילבילי געמיינדע, זיין מאמע איז געווען א דשאנקי און ער איז אויפגעוואקסן ביי זיין באבע וואס פלעגט עם אנרייסן די ביינער. (ער קען קומען אויף א היימישע פאדקעסט).
למעשה האט ער זיך ארויס געזען פון זיין מעס, און ער האט גראדואירט א חשובע יוניווערסיטי.
זייער אינספייערינג.
למעשה אלץ קאנדידאט זעט ער מער אויס א שוואכער ער האט נישט כמעט קיין דעות, טראמפ האט עם נאר גענימען צי בארואיגן דער עולם, אז ווענס וועט עם האלטן און פלאץ ווייל ער דאך א דארכגעטראכטער, ווי מען רופט ביי אונז ״אן ערנסטן בעל בית״.
יעצט ביי די רעפאבליקאנער טיילונג צווישן די מעגא חברה ווס. די ווייסע ראסיסטן ווייסט ווענס נישט וועלכע זייט צי נעמען, מצד אחד האבן די ראסיסטן גערעכט טענות אז די מעגא פאליסי איז אקעגן מלחמה, ומצד שני מעגא פירט יעצט א מלחמה פאר פראקטישע סיבות און סע מאכט נישט קיין סענס נישט צי גיין אין מלחמה אויב פעלט עס טאקע אויס.
איז אנשטאט זיך וועלן א זייט און זיין א ליעדער איז ער ווי דער ישמח משה ביי די מחלוקת פון קרח vs. משה און טוט נישט גארנישט.
אזא מענטש איז נישט קיין פירער און און איז זייער א שוואכער קאנדידאט און אין מיין אפיניען האט ער נישט קיין פאטענטשעל. קיינער ווייסט נישט זיינע פאליסיס און ער
למעשה ווען ער איז געלאפן קעגן טראמפ אין יארע ׳16 האט עם טראמפ צימאלן דארך נישט שפילן די פאליטיקלי-קארעקט-געים.
זייט דעמאלטס האט רוביא זיך מער ציגעריבען און זיך אויסגעלערנט צי אביסל ארומ-טראמפ-עווען, ובפרט אקעגן א אומכאריזמאטישער און בארינג קאנדידאט ווי דשזעי די האט ער זיכער א אויבערהאנט.
זיין פאליסי מאכט ער זייער קלאר און דייטלעך לכל מאן דבעי אינקלודינג פאר ווער עס וויל עס נישט הערן.

איך האלט אז רוביא וועט זיין דער רעפאבליקאנער קאנדידאט אין ׳28.
דרך אגב רוביא האט אים פיין צוריקגעגעבן מיטן עדאפטן זיין מהלך. קליינע פינגערס..... נאך עפעס איז קליין 😃..... יוש דעיס געווען צייטן
 
Back
Top