ציצית קניפער
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- מערץ 9, 2026
- מעסעדזשעס
- 25
- רעאקציע ראטע
- 102
- פונקטן
- 13
ימי הבחירות ממשמשים ובאין.
אט דערנעטערט זיך שוין די 2028 בחירות און מען הייבט שוין אן טראכטן ווער וועט זיין די קומענדיגער רעפאבליקאנער קאנדידאט.
ווענס
דשעמס דאנאלד באומאן המכינה דשזעי די ווענס, קומט פון א צובראכענע שטוב פון די הילבילי געמיינדע, זיין מאמע איז געווען א דשאנקי און ער איז אויפגעוואקסן ביי זיין באבע וואס פלעגט עם אנרייסן די ביינער. (ער קען קומען אויף א היימישע פאדקעסט).
למעשה האט ער זיך ארויס געזען פון זיין מעס, און ער האט גראדואירט א חשובע יוניווערסיטי.
זייער אינספייערינג.
למעשה אלץ קאנדידאט זעט ער מער אויס א שוואכער ער האט נישט כמעט קיין דעות, טראמפ האט עם נאר גענימען צי בארואיגן דער עולם, אז ווענס וועט עם האלטן און פלאץ ווייל ער דאך א דארכגעטראכטער, ווי מען רופט ביי אונז ״אן ערנסטן בעל בית״.
יעצט ביי די רעפאבליקאנער טיילונג צווישן די מעגא חברה ווס. די ווייסע ראסיסטן ווייסט ווענס נישט וועלכע זייט צי נעמען, מצד אחד האבן די ראסיסטן גערעכט טענות אז די מעגא פאליסי איז אקעגן מלחמה, ומצד שני מעגא פירט יעצט א מלחמה פאר פראקטישע סיבות און סע מאכט נישט קיין סענס נישט צי גיין אין מלחמה אויב פעלט עס טאקע אויס.
איז אנשטאט זיך וועלן א זייט און זיין א ליעדער איז ער ווי דער ישמח משה ביי די מחלוקת פון קרח vs. משה און טוט נישט גארנישט.
אזא מענטש איז נישט קיין פירער און און איז זייער א שוואכער קאנדידאט און אין מיין אפיניען האט ער נישט קיין פאטענטשעל. קיינער ווייסט נישט זיינע פאליסיס און ער מאכט די זעלבע טעות ווי העריס און ׳24.
רוביא
מארקא רוביא איז פונעם קובאנער גזע, און א אייניקעל פון א אומלעגאלער אימיגראנט. (#היפאקריט-אלערט)
רוביא האט יארן עקספיריענס אין פאליטיק, אבער זיין שטערקסטער מעלה איז זיין פיסק, ער האט אלעמאל א גוטע ענטפער און אויפן פלאץ.
למעשה ווען ער איז געלאפן קעגן טראמפ אין יארע ׳16 האט עם טראמפ צימאלן דארך נישט שפילן די פאליטיקלי-קארעקט-געים.
זייט דעמאלטס האט רוביא זיך מער ציגעריבען און זיך אויסגעלערנט צי אביסל ארומ-טראמפ-עווען, ובפרט אקעגן א אומכאריזמאטישער און בארינג קאנדידאט ווי דשזעי די האט ער זיכער א אויבערהאנט.
זיין פאליסי מאכט ער זייער קלאר און דייטלעך לכל מאן דבעי אינקלודינג פאר ווער עס וויל עס נישט הערן.
איך האלט אז רוביא וועט זיין דער רעפאבליקאנער קאנדידאט אין ׳28.