ריבי
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 2,403
- רעאקציע ראטע
- 4,724
- פונקטן
- 683
אלץ א התחלה פון א תשובה צו דיין מאמר - וועלן מיריא, דער ספר איז עקסטרעם אין דעם, וואס ער ברענגט כמעט בלויז ארויס דעם צד כנגד לימוד הקבלה.
ער מאכט א שטארקן חילוק צווישן ספרי יסוד, ווי תנ"ך און חז"ל, וואס האבן א מסורה דור אחרי דור, משא"כ די קבלה ספרים.
אין זיין בוך ווייזט ער אויף אז לכתחילה האבן רוב גדולי ישראל זיך מתנגד געווען צו דער נייער רוח פון קבלה. ער הייבט שוין אן ביי ספרי ההיכלות און ביי דער רעאקציע פון די ראשונים צו די אזוי גערופענע אלטע/נייע "געפונענע" ספרים און חכמות.
פארוואס ביסטו געלאפן עטליכע הונדערט יאר אראפ ביז צום גאון?
אגב, וואו אין דעם מבוא האסטו געטראפן אז מסורתיים זענען אלץ געווען קעגן קבלה? נא לצטט.
דערנאך ברענגט ער ארויס די אלילות פונעם ספר הזוהר, און לדעתי האט ער מקצר געווען, ווייל עס זענען דא נאך מער מקומות וואו דער זוהר שטיפט אריין פרעמדע, פאגאנישע פירושים.
לא בחינם האט דער יעב"ץ ארויסגעגעבן דעם ספר המטפחת, און דער שו"ת מאהבה האט זיך צופייערט בדרך פון זיין רבי'ן, דער נודע ביהודה, און זיך אויסגעדריקט מיטן לשון "הריני נשבע בתורת ה' שבספר הזוהר יש קלקולים וזיופים."
יעדער קען ליינען און זוכן ענטפערס. ווי געזאגט, ברענגט ער בעיקר נאר ארויס דעם צד כנגד.
איך וואלט דאס זיכער נישט גערופן שקר. ער איז בעיקר עוסק אינעם שורש ווי עס האט זיך אנגעהויבן און וויאזוי עס האט זיך אריינגעווארצלט. ולכן ברענגט ער דעם תניא, וואס האט אויף זיין דרך אפגעטייטשט דעם אר''י און עס פארשפרייט ביים המון. אזוי אויך ברענגט ער דעם רמח"ל, וואס האט זיינע חידושים אנגעטאן אויפן אר"י.
און ביי ביידע ווייזט ער אויף אז דאס זענען געווען אייגענע חידושים און מהלכים, ולא היה זה כלל כוונת האר"י.
אבער דער גאון קומט דא נישט אריין. ער האט נישט קיין חלק אינעם פארשפרייטן קבלה ביים המון.
און זיין דעת איז בטל לגבי די ראשונים וואס האבן זיך מתנגד געווען. און אפילו בעד קבלה גיט עס נישט צו, ווייל מיר האבן שוין דעם רמב"ן, וואס "הרבה יותר מדאי תקע עצמו להאמין בעניין הקבלה", כדברי הר"ן צום ריב"ש. אזוי אויך דער שו''ע ברענגט שוין פון זוהר ולכן דארף מען נישט דעם גאון, לא לכאן ולא לכאן.
איך מיין אז ער ברענגט כמעט נישט פון די אחרונים, נאר איינער ר' י' קאפח מיטן ספר מלחמות ה'. ווייל דאס ווייזט אז אפילו נאך וואס א שיבוש האט זיך אריינגעכאפט, קען מען עס נאך מתקן זיין.
איך טראכט לגבי דער בוך אין אלגעמיין, אז אין א וועלט וואו דער זוהר און קבלה זענען ביי יעדן פארהייליגט ווי תורה מסיני, איז לדעתי זייער וויכטיג, דייקא למען האמת און כדי צו זיין אביעקטיוו, צו ליינען איין בוך וואס שרייבט נאר אנטקעגן אן צוברעכט דער טאבו, אהן צו זיין פאליטיש גערעכט און אהן קיין חשבונות.
וואס יא, עס איז אביסל א שאד אז ווען ער שטויסט זיך אן אין חרדים אדער היינטיגע רבנים, הייבט ער אן שרייבן מיט א געפערליכן זלזול. אזוי אויך שרייבט ער אביסל גראפיש ווען עס קומט צו יחוד קוב"ה ושכינתיה.
אויף די צווייטע נקודה קען איך אים נישט אינגאנצן באשולדיגן, ווייל די חכמי הקבלה האבן זיך פונקט אזוי מיאוס אויסגעדריקט אויף גאט. דער נושא איז דאך די ענין פון אלילות וואס מען טרעפט ביי די מקובלים, וואס איז בבחינת “ויקומו העם לצחק”. ער איז ע''פ רוב מצטט די מקובלים'ס אייגענע פאנטאזיעס (כלשונו) נאר לייגט עס אראפ אויף א מער גרעבערע שפראך.
די צוויי זאכן זענען לדעתי אביסל צו ווייט געגאנגען אין דעם בוך. און קען מונע זיין פון מענטשן צו לערנען די גוטע זאכן. וזה חבל. אבער ווי ר"מ האט שוין געזאגט איבער זיין רבי'ן, קליפתו זרק ותוכו אכל, האפן מיר אז דער בעלי דעת וועלן קענען מבדיל זיין, ובפרט אז עס זענען דא אזעלכע וואס וועלן קויפן דער בוך דווקא מצד די קליפות, וד"ל.
ה' הטוב יכפר.
אהנצייכענען פרק אין דורשין בעריות בשלושה -ולא ביחיד במעשה מרכבה -דאס זענען ווערטער מימות התנאים - און דאס איז די לעצמו, צו רענדערן דעם מחבר
וואס מאכט אינגאנצען אוועק די מסורה פון קבלה, אלץ אן עקטרעמיסט וואס איז נישט א מבקש את האמת .
ועוד נחזור בפרוטרוט צו דיין תגובה אייטעם ביי אייטעם
דבר דבר על אפנו .