שפן הסופר
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2025
- מעסעדזשעס
- 52
- רעאקציע ראטע
- 284
- פונקטן
- 53
שוין. געלויבט גאט אז די דעפינישן פון קטנות הדעת האבן מיר שוין...כמבואר בכל השרשרת, דאס ציען מסקנות פון שאלות וואס ווערן געפרעגט הונדרעטער יארן שפעטער, איז דרכן של ההיסטאריקערס, וואס צוליעב דעם זענן זיי נישט באגלויבט. יא, מיר ווייסן נישט די תירוצים צו שפן'ס שאלות. אלזא, וואס? מיר האבן נישט קיין בלאסן אהנונג וואס האט זיך אפגעטון אין יענער צייטן, קיין שום קראנטע אינפארמאציע האבן מיר נישט, זאלן מיר דען ציען מסקנות פון די מדשתיק'ס?!
איך קוק אן די מהלך אלס ממש קטנות הדעת און א מוח דחוק.
אצינד לאמיר אריבערגיין צו וואס דאס איז גדלות הדעת.
גדלות הדעת איז אנצונעמען אז אויב איז עפעס א לעגענדע פון אמאל, דארף עס בפשטות זיין אמת.
מאכט יא סענס, מאכט נישט סענס, ס'איז דאך אבער פון אמאל!!! אונז האמיר דאך נישט קיין סאך אינפארמאציע פון יענע צייט!!!
די היסטאריקער מיט זייער מח דחוק, זיי זענען טאקע נערנים פארן נישט אננעמען אלע לעגענדעס פון אמאל, מיר ווייסן דאך אבער יא דעם אמת אז די גאנצע זאך פון ארויסגעבן ספרים אויף א צווייטנס נאמען, דאס איז דאך א זאך וואס איז געבוירן געווארן אין יארע 1985!
דאס אז מען האט אנגעלייגט די ספרים Mathew אדער Luke פונעם ברית החדשה אויף די תלמידי ישו, דאס איז דאך עפעס וואס איז געשעהן ממש פאר די דאט קאם באבל.
און דאס אז מען האט אנגעלייגט דעם ספר חנוך, אויף חנוך בן ירד (נח'ס זיידע), דאס איז דאך ווייטער עפעס וואס איז געשעהן אונטער בוש דעם צווייטן!
דאס אנלייגן דעם ספר היצירה אויף אברהם אבינו, אדער דעם ספר רזיאל המלאך אויף אדם הראשון, דאס איז אלעס געטוהן געווארן דורך די נערישע ישיבה יוניווערסיטי אין די צייטן פון קאוויד-19...
בלויז היינט קענען אזעלכע זאכן פאסירן. און טאקע וועגן די היינטיגע נערישע מוחות זענען פאראן מענטשן וואס גלייבן אין די אלע זאכן...
אבער אמאל איז מען דאך קלוגער געווען דערפון, קיינער האט דאן נישט קיין ליגנט געזאגט, און אלע ספרים פון יענער צייט ווייסט מען קלאר ווער ס'איז געווען דער מחבר, בפרט אויב איז עס געווען א כתב יד וואס מען האט באהאלטענערהייט אפגעהיטן פאר איבער טויזנט יאר...
אז ר' משה די ליאון האט געזאגט אז ער האט א כתב יד וואס גייט צוריק צו ר' שמעון, האט ער טאקע געהאט אזא כתב יד!
איי, קיינער פון אמוראים, סבוראים און גאונים האבן עפעס נישט גערעדט דערפון? דאס איז דאך אלס א חלק פונעם הסתר פנים!
איי, מיר זעהן נישט אפילו איין אנגענומענער ראשון אין די צייטן פון רמד"ל וואס רייסט זיך אויף פאר פרייד אז אזא הייליגע ספר איז אנדעקט געווארן, און לויפט קושן די פיס פונעם רמד"ל?
איי, מיר ווייסן דאך אז ס'זענען געווען מערערים אויף רמד"ל'ס קלעימס תיכף ומיד, נאך אין יענעם דור?
נעה... וואס האבן דען די יעניגע פארשטאנען? די מערערים זענען דאך אלע געווען פון די נערישע היסטאריקער מיט זייער מח דחוק.
-----
ס'איז ווערד צוצולייגן אז ס'איז אפילו נישטא קיין שטארקע פרוף אז ר' משה די ליאון זעלבסט זאל האבן געטענה'ט אז דער כתב יד גייט צוריק דירעקט צו ר' שמעון (עכ"פ איך האב אזא זאך נישט געקענט טרעפן).
גאנץ מעגליך אז משה די ליאון אליינס האט אויך מסכים געווען אז דער כתב יד איז א שפעטערדיגע ארבעט, נאר ער האט בלויז פרובירט צו טענה'ן אז די אינהאלט גייט סאמהאו צוריק צו ר' שמעון...
וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין, איז קלאר אז די ראיות אז ס'זאל האבן סיי וואס פארא שייכות מיט ר' שמעון, איז ממש נול.
נאך מער. אפילו אין די לאגער פון די מאמינים בספר הזוהר (די וואס נעמען אן אז ס'האט יא א שייכות מיט ר' שמעון), זענען פאראן אסאך וואס זענען מודה אז כאטש לשיטתם האט עס יא עפעס א שייכות מיט ר' שמעון, מיט דעם אלעם זענען זיי מסכים אז ס'האט אויך אריינגעמישט שפעטערדיגע זאכן.
----
סוף פסוק פון מיין זייט:
ווילסט גלייבן אז די ספר קומט דירעקט פון ר' שמעון? הרשות בידך!
ווילסט מאכן אנדערע זאלן דערין גלייבן? ברענג זיי עפעס פראוו. אז דו האסט נישט, נעם א שלונג וואסער.
שרייען מח דחוק וועט דיר העלפן אין כיתה ט'.