- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 1, 2025
- מעסעדזשעס
- 310
- רעאקציע ראטע
- 1,050
- פונקטן
- 213
נאך א מורא'דיגן שטיקל.
דא זעט מען, אז דער "משה האחרון" איז נישט קיין משל אויף משה רבינו און נישט אויף א משה אין דער צוקונפט, נאר אויף משה די ליאון, וואס רעדט פונעם "דא און איצט".
דער רמד"ל טייטש איבער אלע צרות פון זיין דור – דער ארעמער דור וואס איז געווען געדריקט אונטער שווערע שטייערן, וואס די פאראנטווארטליכע דערויף אין דעם הויף פונעם קעניג פרננדו פון קסטיליה זענען געווען דווקא יידן, און ער רופט זיי אן "ערב רב". זיי זענען קעגן די מצריים וואס האבן געפייניקט משה הראשון, און די יידן זענען ביי זיי ווי אין מצרים.
באקאנטע פערזענלעכקייטן ווי דון יהודה אברבנאל, וואס האט געדינט אלס גזבר און אלס הויפט מוכס אין סביליה און איז געווען פון די רייכסטע אינעם קעניגרייך, ער האט געדינט אלס פערזענליכער באנקיר פאר די קינדער פון דער מלוכה שוין אונטער דער הערשאפט פון סנצ'ו דער פערטער, און האט ממשיך געווען אין דעם אמט אויך אונטער זיין זון, פרדיננד דער פערטער. אויך שמואל דה בלוראדו, וואס איז באשטימט געווארן אלס הויפט גזבר פונעם פרינץ פרדיננד נאך אין זיין קינדהייט. זיי זענען געווען צענטראלע מענטשן אין פירן די קעניגליכע הכנסות, פארזיכערן באדייטנדע הלואות און צושטעלן פאר דער מדינה, ספעציעל אין צייטן פון מלחמה.
"ואין מצרים בכאן אלא ערב רב שהם צוררים ליהודים בכובד המס ובכובד המלאכה".
און דאס איז מבואר אין תיקוני זוהר: "כאן הראה לקין שעתידים ישראל להיות בדחק בגלות, עני ורכב על חמור, שיהיו כחמור, שמשאו על כתפו מעל המס בגלות ומכבד המלאכה, וזהו רבץ תחת משאו - בגלות. ובני קין שהיו עשירים וחזקים כמלכים בחזק רב, ומשום זה אמר אם תיטיב שאת, הלא אם תיטיב להיות שאת לעניי ישראל, שהם כבדים במשא כבד (יכבדו ממני), אני אסבל את בניך בעולם ומאריך עליהם, ואם לא - לפתח חטאת רבץ, לשער הגיהנם נפתחה, לטל נקמה ממך ומבניך".
"אמר רבי שמעון: ברוך בני לעתיק הימים, שהרי רוח הקדש התעוררה אליך לגלות כאן חדושים שלא נודעו עד עתה. אמר: ודאי זהו קול דמי אחיך צעקים אלי, אותם דמים של ישראל, שעתידים לגזל אותם בני קין, ערב רב, החיבים הרשעים בגלות, וזהו כי מלאה הארץ חמס מפניהם, וזהו ההרג של קין אל הבל, שעני חשוב כמת". (תקונא ס"ט, קי'ג ע''א)