וואס גייט פאר אין קאווע שטיבל?

אוי געוואלד. מ'האט אים געהעקט?
 
עס איז שוין צוריק ארויף ב״ה!
קאווע שטיבל - הויפט זייט

א גרויסן דאנק פאר דעם מנהל און/אדער די אנדערע אחראים פארן זיכער מאכן אז די ארכיוון בלייבן שיין אנליין בכבוד הראוי צוטריטלעך פאר יעדן, יישר כחכם!!
 
אקעי חברה, ס'קומט פאָן. א נײע ניק װאס האט זיך אײנגעשריבן סוף יולי לעצטע יאר, מיט א ס"ה פון 3 מעסידזשעס THUS FAR..
 
אה גארנישט. כ'האב דיר סתם געװאלט העלפן אפפוצן די "ברױנע" שטױב פון דײן אװעטאר. א יאר איז א לאנגע צײט פאר אזא "טױגליכער" װי דיר צו זײן אומאקטיװ.
 
יישר כח פאר דיין אומאנגענעמליכע אויפנאמע, איך ווייס נישט what the hell דו האסטעך אנגעטשעפעט אין מיר, און וואס דו ווילסט פון מיין לעבן האבן.

איך האב געפרעגט דאכט זיך זייער א נארמאלע פראגע, איז קאווע שטיבל נאכאמאל דאון, אדער נאר פאר מיר אדער יעצט ארבעט עס נישט?

איך ווייס באמת נישט וואס האט דיר געטריגערט.
 
גארנישט, נעקסטײם אז דו װילסט אָױפװעקן א שמועס װעגן די NAMELESS ניקס אױף קאװעשטיבל װעלכע מען האט געליסטעד דא אױף ”קרעמל„, און דו װילסט דיך מסביר זײן פארװאס דו האסט גענומען ק"ש אָף לײן, קום ארײן מיט דײן געװענליכע ניק און מען קען האבן אַן עדאָלט דיסקאָשְן.
 
לעצט רעדאגירט:
ר’ איד, איך האב עפעס געשריבן וועגן Nameless ניקס? איך האב נישט קיין אהנונג וואס דו זאגסט מען האט געליסטעד דא אויף קרעמל, אדער וואס דו ווילסט דא.

קאווע שטיבל איז דאון יעצט! עט ליעסט פאר מיר. האב איך אפירגעזיכט די קאווע שטיבל אשכול דא אויף קרעמל צו פרעגן א פשוטע שאלה, איז ק”ש נאכאמאל דאון?

אנטשולדיגט פארן זיך טרעפן! באמת נישט שיין וואס דו טוסט דא.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20250917_002715_Chrome.webp
    Screenshot_20250917_002715_Chrome.webp
    62.6 KB · געזען: 33
זײ האלטן אינמיטן @מאכן זיכער אז מען װײסט נישט אײן הודעה פון צװײטן @ממי_שאמרו. לאז זײ רוהיג ארבעטן.
גארנישט, נעקסטײם אז דו װילסט אָױפװעקן א שמועס װעגן די NAMELESS ניקס אױף קאװעשטיבל װעלכע מען האט געליסטעד דא אױף ”קרעמל„, און דו װילסט דיך מסביר זײן פארװאס דו האסט גענומען ק"ש אָף לײן, קום ארײן מיט דײן געװענליכע ניק און מען קען האבן אַן עדאָלט דיסקאָשְן.
אה, און די לעצטע מאל איך האב באקומען א רעאקציע פון @אורות איז געװען אין מאי דאכצעך סאָו שכוח אין תתחדש. שױן כ'האב אײך געזאגט ס'קומט פאָן.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
יעצט ברויך איך מיר פריש פארענטפערן פאר דיר אז איך בין נישט @אורות, @מאכן זיכער, אדער @ממי שאומרו? פארשטיי איך גוט?

הערסט נישט אויף מאכן assumption אויף מיין חשבון, גג על גג, און איך דארף דא שטיין און זיך פארענטפערן פאר דיר? ווייל איך האב געמאכט א טעות און אריינגעקומען אין דעם אשכול פרעגן א נארמאלע קשיא?

איך האב נישט מער וואס דיר צוצולייגן, אדער דען פליז קריך אראפ פון מיר, יישר כח.
 
לעצט רעדאגירט:
סארי טױגליך, איך רעד נישט מער פון דיר.

נאר אז דו קענסט יא צוריקרעדן, קום ארײן מער אפטער. דא אױף קרעמל מײן איך, נישט נאר אױף ק"ש. ק"ש איז שױן נישט אקטיװ.
 
לעצט רעדאגירט:
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דער סײט דא האט אָהן א שיעור עדװענטעדזשעס איבער די אלטע בלױע phpBB פארומען. פון קענען אפלױדן װידעאוס און הײ רעזעלוּשען בילדער ביז'ן האבן דרעפטס סעיװד אױטאמאטיש, און די פאַוּערפול 'סױרטש' אדער 'רעקאמענדעישן' פאָנקשענאַליטיס, צװישן א רײע אנדערע מעלות.

אװדאי פון א קוק-װינקל פון תוכן און קװאליטי שטײגט ק"ש נאך אלס איבער קרעמל אבער ס'װעט נאך נעמען אפאר יאר און א נײע דור פון עלטערע און באזעסענע, נאָלעדזשְבְּל און תורה-געלערנטע שרײבערס, און קרעמל װעט אױך האבן װאס צו אָפֿערן.

נאך א זאך מיט װאס קאװע שטיבל איז אנדערש איז, אז פון די מינוט װאס זי האט זיך געעפנט, ביז פאר א לאנגע תקופה נאכדעם, האט זי געהאט א דעדיקעיטעד טיעם פון גוטע שרײבער װאס האבן געשריבן מיט אַן אגענדע. אװדאי האבן זײ געשריבן כדי צו פארברענגען די צײט אבער אױך מיט א געװיסע אגענדע. א משימה װי מען זאגט. און װען מען האט א טרײב-קראפט, א מלחמה לה' אין די שװארצע יושבי חושך (קר' @שיטה מקובצת) װי זײ פלעגן די אײװעלטיסטן רופן, ארבעט מען אָװערטײם און מען קומט אָן װײט. איך זאג דאס נישט אלס אינסײדער; איך זאג דאס אלס עמיצער װאס האט אָנגעקוקט די זאך פונדרױסן, ממש פון די ערשטע טעג פון איר גרינדונג (איך האב מיך אײנגעשריבן תיכף בײם אָנהױב. מען האט מיך געהאט גע'זרק'עט פון אײװעלט קורץ פריער). אזױ האט עס אױסגעקוקט.

איך װעל דיר געבן א משל. װען מענטשן קענען זיך אין ריעל לײף אבער זענען מחליט אנשטאטס דעם צו שרײבן אָנלײן כדי צו ריטשן א גרעסערע אױדיענץ, הײסט דאס געשריבן מיט אַן אגענדע.

נאך אײן משל. אָנפאנג אין די ערשטע חדשים, צו אפי' יאר אױב נישט מער, פלעגט זײן א ניק װאס האט זיך גערופן @ ידען. ער האט אבער די מערסטע קשיות געפרעגט. ער פלעגט עפענען יעדן טאג נאך א אשכול װאס האט זיך אנגעפאנגען בערך אזױ: "װען אונז זענען אױפגעװאקסן האט מען געזאגט אז מטה אפרים איז דער בעסטער ספר צו נוצן צוצוגרײטן זיך צום יום-הדין, איז דאס אמת אדער סתם געהאקט אין קאפ?" און פונדעם האט זיך געצױגן א לאנגע אשכול, ארױף, אראפ. @קאװע טרינקער לאכט אפ און @פרײנדליך מאכט זיך תמװאטע. דער ספר, יענער ספר. ס'האט פיהל מאל אױסגעקוקט װי א העתקה פון א שמועס װאס די חברה האבן געהאט א שלש סעודות פריער בײ עמיצן אינדערהײם. אזא מין 'שבת בלעטל' 2.0. בקיצור יוּ געט די פױנט.

דא אין קרעמל האבן װײניגער מענטשן אַן אגענדע, תיכף פון אָנהױב אָן. כ'זאג נישט, ס'געװען א ריעקשן צו ק"ש'ס סטאַגנײשְן און קאָנסערװאַטיװער טוירן אבער די שרײבער דא האבן נישט געהאט קײן ספעציפישע סקים אדער מאטיװ. סתם מען פּעניעט די צײט און מען שמועסט אױס די לעצטיגע לשון הרע'ס. אמאל רעדט מען פון א גירושין פולמוס אדער א הלכה'דיגע שערוריה, אבער דאס זענען יחידים. דער עיקר איז מען ביזי װעגן תתיר צרורה בדס"מ און 'מאחרים לבוא' - װעגן אזעלכע דרינגנד װיכטיגע נושאים װי סעקשואַל עֶדזשינג און די לײַק. פארװאס תתיר צרורה? פארװאס נישט. אדער װי יענער האט געזאגט "נקדישך טאנצט מען אין אײװעלט און קְדֵישה אין פאליש," (װען ”פאליש„ איז נאך געװען אָפן), אדער עפעס אזױ. איך קען נישט יעצט סױרטשן װײל קאװעשטיבל איז דאַון.

און ממילא, צוליב די סיבות און נאך, װעט עס נאך נעמען א לענגערע צײט ביז מיר װעלן קאמפיטן סײ מיט די אינהאלט סײ מיט די מענטשן-קראפט װאס קאװעשטיבל האט אין אירע שענסטע און בעסטע צײטן דיספּלעיד. ויהי רצון מלפני אבינו וכו'.
 
לעצט רעדאגירט:
בד"וו קץ דוחק דיינע נקודות קריכן אויף די נערווען
ווען דו מאכסט כאטש קלאר: אז דיר קריכט עס אויף די נערוון איז איין זאך. אבער מאכן כאילו ס׳איז א כלל וואס יעדער עגריט איז אוממענטשליך (בפרט ווען ס׳איז א ליגנט: נישט יעדער עגריט מיט דיר. הטעם והריח… דו האסט א רעכט צו האבן דיין עפיניען אבער פּליז מאך זיכער ארויסצושרייבן אז דאס איז דיין עפיניען און אפשר אויך תרמב׳ס)
 
Back
Top