דער סײט דא האט אָהן א שיעור עדװענטעדזשעס איבער די אלטע בלױע phpBB פארומען. פון קענען אפלױדן װידעאוס און הײ רעזעלוּשען בילדער ביז'ן האבן דרעפטס סעיװד אױטאמאטיש, און די פאַוּערפול 'סױרטש' אדער 'רעקאמענדעישן' פאָנקשענאַליטיס, צװישן א רײע אנדערע מעלות.
אװדאי פון א קוק-װינקל פון תוכן און קװאליטי שטײגט ק"ש נאך אלס איבער קרעמל אבער ס'װעט נאך נעמען אפאר יאר און א נײע דור פון עלטערע און באזעסענע, נאָלעדזשְבְּל און תורה-געלערנטע שרײבערס, און קרעמל װעט אױך האבן װאס צו אָפֿערן.
נאך א זאך מיט װאס קאװע שטיבל איז אנדערש איז, אז פון די מינוט װאס זי האט זיך געעפנט, ביז פאר א לאנגע תקופה נאכדעם, האט זי געהאט א דעדיקעיטעד טיעם פון גוטע שרײבער װאס האבן געשריבן מיט אַן אגענדע. אװדאי האבן זײ געשריבן כדי צו פארברענגען די צײט אבער אױך מיט א געװיסע אגענדע. א משימה װי מען זאגט. און װען מען האט א טרײב-קראפט, א מלחמה לה' אין די שװארצע יושבי חושך (קר' @שיטה מקובצת) װי זײ פלעגן די אײװעלטיסטן רופן, ארבעט מען אָװערטײם און מען קומט אָן װײט. איך זאג דאס נישט אלס אינסײדער; איך זאג דאס אלס עמיצער װאס האט אָנגעקוקט די זאך פונדרױסן, ממש פון די ערשטע טעג פון איר גרינדונג (איך האב מיך אײנגעשריבן תיכף בײם אָנהױב. מען האט מיך געהאט גע'זרק'עט פון אײװעלט קורץ פריער). אזױ האט עס אױסגעקוקט.
איך װעל דיר געבן א משל. װען מענטשן קענען זיך אין ריעל לײף אבער זענען מחליט אנשטאטס דעם צו שרײבן אָנלײן כדי צו ריטשן א גרעסערע אױדיענץ, הײסט דאס געשריבן מיט אַן אגענדע.
נאך אײן משל. אָנפאנג אין די ערשטע חדשים, צו אפי' יאר אױב נישט מער, פלעגט זײן א ניק װאס האט זיך גערופן @ ידען. ער האט אבער די מערסטע קשיות געפרעגט. ער פלעגט עפענען יעדן טאג נאך א אשכול װאס האט זיך אנגעפאנגען בערך אזױ: "װען אונז זענען אױפגעװאקסן האט מען געזאגט אז מטה אפרים איז דער בעסטער ספר צו נוצן צוצוגרײטן זיך צום יום-הדין, איז דאס אמת אדער סתם געהאקט אין קאפ?" און פונדעם האט זיך געצױגן א לאנגע אשכול, ארױף, אראפ. @קאװע טרינקער לאכט אפ און @פרײנדליך מאכט זיך תמװאטע. דער ספר, יענער ספר. ס'האט פיהל מאל אױסגעקוקט װי א העתקה פון א שמועס װאס די חברה האבן געהאט א שלש סעודות פריער בײ עמיצן אינדערהײם. אזא מין 'שבת בלעטל' 2.0. בקיצור יוּ געט די פױנט.
דא אין קרעמל האבן װײניגער מענטשן אַן אגענדע, תיכף פון אָנהױב אָן. כ'זאג נישט, ס'געװען א ריעקשן צו ק"ש'ס סטאַגנײשְן און קאָנסערװאַטיװער טוירן אבער די שרײבער דא האבן נישט געהאט קײן ספעציפישע סקים אדער מאטיװ. סתם מען פּעניעט די צײט און מען שמועסט אױס די לעצטיגע לשון הרע'ס. אמאל רעדט מען פון א גירושין פולמוס אדער א הלכה'דיגע שערוריה, אבער דאס זענען יחידים. דער עיקר איז מען ביזי װעגן תתיר צרורה בדס"מ און 'מאחרים לבוא' - װעגן אזעלכע דרינגנד װיכטיגע נושאים װי סעקשואַל עֶדזשינג און די לײַק. פארװאס תתיר צרורה? פארװאס נישט. אדער װי יענער האט געזאגט "נקדישך טאנצט מען אין אײװעלט און קְדֵישה אין פאליש," (װען ”פאליש„ איז נאך געװען אָפן), אדער עפעס אזױ. איך קען נישט יעצט סױרטשן װײל קאװעשטיבל איז דאַון.
און ממילא, צוליב די סיבות און נאך, װעט עס נאך נעמען א לענגערע צײט ביז מיר װעלן קאמפיטן סײ מיט די אינהאלט סײ מיט די מענטשן-קראפט װאס קאװעשטיבל האט אין אירע שענסטע און בעסטע צײטן דיספּלעיד. ויהי רצון מלפני אבינו וכו'.