וואס גייט פאר אין קאווע שטיבל?

גארנישט, נעקסטײם אז דו װילסט אָױפװעקן א שמועס װעגן די NAMELESS ניקס אױף קאװעשטיבל װעלכע מען האט געליסטעד דא אױף ”קרעמל„, און דו װילסט דיך מסביר זײן פארװאס דו האסט גענומען ק"ש אָף לײן, קום ארײן מיט דײן געװענליכע ניק און מען קען האבן אַן עדאָלט דיסקאָשְן.
@קץ דוחק,

ערשטענס, די שמועס װעגן די NAMELESS ניקס איז אין א אנדערע שנירל,

צווייטענס, וואס האט דיר @טויגליך שלעכט געטאן?
 
איך האב נישט גארנישט קעגן אים אבער פארװאס האט ער געמוזט ארױסגרובן זײן שפאגל אלטע ניק ספעציעל פאר דײ הודעה? האב איך דערפאר גערעכנט אז ער איז מסתמא אפֿיליאײטעד מיט דער ק"ש מנהל און ער זוכט צו מישן א קעסל.

קאװעשטיבל האט מינװֿײַהל דערהײנטיקט זײער מעסידזש אױפ'ן סײט. א ײשר כח פאר'ן קלארשטעלן און נישט װארטן אױף קײנע שערוריות:
The future of KS ARCHIVES depends on all active forums sharing responsibility for protecting writers’ privacy with the greatest care.
מיר טראגן אחריות נישט אױפצודעקן די אידענטיטעט פון אמאליגע ניקס אױף ק"ש. דאס איז נישט דער פראבלעם דא. אבער מיר װעלן נישט טאלערירן אָנריזנעבְּל פארלאנגען װי 'אױסמעקן די נעמען פון די ניקס װעלכע זענען געגאנגען נײמלעס' נאר װײל יענע ניקס האבן זיך נישט אפגעהיטן פאר װעמען זײ האבן זײערע עכטע נעמען ארױסגעגיבן.

סײװי סײ, העלפט אונז נישט קײן סאך דאס װיסן זײערע נעמען װײל מען קען מער נישט זוכן אין ק"ש פאר הודעות געשריבן דורך סײ װעלכע פון די נײמלעס ניקס.

איך װינטש אים, דער ק"ש מנהל גרױס הצלחה, אבער װי ס'קוקט דערװײל אױס װעט ”קרעמל„ זיך נישט אונטערגעבן צו אזעלכע סארט שאַנטאַזש. און װעט נישט טאלערירן דאס װאַנדאלאזירונג פון דאטא װאס געהערט צו די פובליק בשעת װען ס'נישטא קײן דזשאָסטיפײד סיבה אז מען זאל די נײמלעס ניקס װאס מען האט אױסגערעכנט דא, פארמעקן.

דא הערשט פרידאם אָף ספיטש און לדעתי איז בעסער א װעלט אָהן קאװעשטיבל װי אײדער א ”קרעמל„ װעלכע װערט גערוּלט על פי די שיקאַנירונגען פון א יחיד װאס פארפיגט אױף א פרעמדע סײט און האט מיט אונזער סײט גארנישט, און אפשר אױך ע"פ די פּאַראַנױע פון א סעלעקטעד גרופע פון אַנאָנימעס ניקס.

ער װיל נישט עפענען די סײט?, פײן, האָג דיך מיט דײן גניזה און מיר װעלן זיך אָפּבּלאָזן די נאז, אריבערמישן די בלעטל און מאָװן אָן.

איך האב א רעכט דאס צוזאגן װײל איך האב אױך א געװאלד געשריבן אױף קאװעשטיבל כאטש טאקע אַרגיוּבְּלי פון א שװאכערע קאליבער.
 
לעצט רעדאגירט:
בד"וו קץ דוחק דיינע נקודות קריכן אויף די נערווען
עס קוקט אויס ווי ער שרייבט זיינע תגובות אויף ענגליש און עפעס א עי.איי. טייטשט עס איבער אויף אידיש... ריכטיג?
 
נײן נײן, איך לערן מיך צוביסלעך אױס צושרײבן אין א ײִװא ײדיש און צושרײבן מיט נקודות. די מעלה דערפון איז אז מ'קען זיך בעסער עקספּרעסְן און אױך מאכן די רוּלס מער סענס. איך האף באמת צושרײבן בקרוב װעגן די ײװא רולס.
 
לעצט רעדאגירט:
@קץ דוחק, איך האב דווקא יא ליב דיינע פּינטלען די ווערטער, ס'העלפט ארויס די ליינען.
 
עקְטזעקְטלי. שכוח! ס'איז קלאר אז ס'העלפט ארױס לײענען. װען איך פּינטְל װען נישט, װאלט איך נישט געשריבן אזױפיהל ענגלישע װערטער װײל ס'װאלט צו-שװער געװען זײ צו לײענען. איך פארלאז מיך גאר שטארק אױף די נקודות.
 
לעצט רעדאגירט:
אויב איך מעג זאגן,
מיך קריכט עס אויך אויף די נערווען, די פינטלעך
(אפי' ווען איך שמועס מיט עי איי, הייס איך אים ער זאל בשום אופן נישט אריין לייגן קיין שום פינטלעך אדער ליינס העכער אונטער אדער אין אותיות)

איך פארשטיי אז מסתמא די עכטע אידיש קומט אזוי...

אבער די וועג וויאזוי מ'שרייבט היינט אידיש (עכ''פ אין אמעריקע) איז אהן דעם
 
אויב איך מעג זאגן,
מיך קריכט עס אויך אויף די נערווען, די פינטלעך
(אפי' ווען איך שמועס מיט עי איי, הייס איך אים ער זאל בשום אופן נישט אריין לייגן קיין שום פינטלעך אדער ליינס העכער אונטער אדער אין אותיות)

איך פארשטיי אז מסתמא די עכטע אידיש קומט אזוי...

אבער די וועג וויאזוי מ'שרייבט היינט אידיש (עכ''פ אין אמעריקע) איז אהן דעם
איך מיין טאקע אז וועגן דעם קריכט עס אויף די נערווען ווייל סגעט אזא יודישיסטע אויס קיק פון אן ארטיקל סהאט עפעס נישט די היימישקייט.
 
ווען אן עי.איי. שרייבט עס מאכט מיר עס אויך נערוועז, אבער ווען @קץ דוחק שרייבט עס, ווייסט ער וואו יא צו לייגן און וואו נישט. אזוי אז ס'פילט נישט איבערגעטריבן.
 
איך האב נישט גארנישט קעגן אים אבער פארװאס האט ער געמוזט ארױסגרובן זײן שפאגל אלטע ניק ספעציעל פאר דײ הודעה? האב איך דערפאר גערעכנט אז ער איז מסתמא אפֿיליאײטעד מיט דער ק"ש מנהל און ער זוכט צו מישן א קעסל.
ס'זעט מיר אויס ווי א קאנספיראציע טעאריע. מיר קוקט אויס ווי דו האסט זיך סתם גענומען אויף די ביינער פון א ניק וואס איז ווייניג אקטיוו און איז סתם אריינגעקומען פרעגן א אינעסענט שאלה.
 
Back
Top