וואס גייט פאר אין קאווע שטיבל?

נארישקײטן. אפשר מאכט מען א נײע רוּל: אײנער װאס איז שױן מגולה געװארן אײן מאל איז נישטא מער בײ אים דין גילוי..?

דו װילסט אראפשטעלן װי כאילו עמיצער װאס איז נישט א חלק פון די קהילה פארשטײט נישט די הארבקײט פון גילוי. דאס איז שקר מוחלט. אױב בין איך אמאל געװען פּאַרט פון די קהילה, ספעציעל אױב האב איך געליטן די אלע קאנסעקװענצן פון גילוי, פארשטײ איך עס שױן גאר גוט.

דא טענהט מען זיך נישט צו איך פארשטײ יא צו נישט. מען טענהט זיך 3 זאכן.

צו אױב א מענטש האט זיך נישט געהיטן אױף זײן ניק און זיך מגלה געװען פאר מענטשן. דערנאך האט ער געװאלט קאמפענסײטן דערױף דורכ'ן אױסרײסן זײן ניק און דורכדעם פארשװערן פאר די לײענער:

1. צו אױב אָנװײזן אױף א ספעציפישע נײמלעס הודעה און זאגן, דאס האט דער ניק װאס האט אמאל געהײסן כך וכך געשריבן, צו דאס הײסט גילוי? אם תמצא לומר דאס הײסט גילוי,

2. צו מגלה זײן דער פאקט בכלל אז פלוני ופלוני האט אמאל געהאט א ניק װאס האט געהײסן כך וכך אהן מגלה זײן װער ס'איז דער עכטער מענטש דערונטער, און אָהן אָנװײזן אױף א ספעציפישע הודעה, צו דאס הײסט אױך גילוי?

3. צו מענטשן פון א אנדערע סײט זענען מחויב דאס אײנצוהאלטן?

שױן איך זע, מען האט מיר שױן אינ-װיזיבעל געמאכט יענע הודעות צוזאמען מיט גאר אַן עלאבערירענדע און אנאליזירנדע הודעה אין דער אשכול װעגן די 16 NAMELESS ק"ש ניקס. מען איז לכאורה דַן אצינדער װעגן זײ אין די בעקענד. װער עס װיל װיסן גענױ 16 פון די נײמלעס ניקס אין קאװעשטיבל, װער זײער ניק-נאמען איז געװען, קען מיך אישי'ען און איך װעל זײ גערן ארױסגעבן.

 
3. צו מענטשן פון א אנדערע סײט זענען מחויב דאס אײנצוהאלטן?
לויט די שטאטוטן איז נישט ערלויבט צו מגלה זיין ניקים פון אנדערע פארום'ס, וואס איז אסור פאר ניקס פון קרעמל איז אסור איבעראל
 
פײן, אױב איז עס פאררעכנט גילוי בײ אונז. אבער דא רעדט מען דאך פון עפעס א נײע מין בריה, װאס לױט AI, װען איך האב אים געבעטן צומאכן סטײלאָמעטרי און מחבר-אַטריבּיוּשן אױף די 16 ניקס און אױף די 'נײמלעס קאָרפּוּס', רעדט מען דא פון אונטער 10 ניקס װאס אױב טאקע האט יעדערער פון זײ געבעטן מען זאל זײ מאכן נײמלעס, װאס אפילו דאס װײסן מיר נאכנישט אױב אזױ איז געװען די קײס - ק"ש הנהלה האט זיך נישט דורכגערעדט מיט קײנעם - שטעלט זיך די פראגע, װי-אזױ מעגן 10 ניקס קומען ארױפצװינגען א נײע מין דעפינישן פון גילוי אױף די מערהײט אנדערע ק"ש ניקס, װאס לײדן דורכדעם דערפאר װײל דאס פארשװערט זײ דאס לײענען, מהיום והלאה, אפילו פון זײערע אײגענע װערק?
 
און יעצט כאפ איך מיר, די סיבה פארװאס זײ האבן אראפגענומען אלע װעקערס פון אמאזאן און פון די אינטערנעט איז אױך נאר פארדעם מסתמא כדי אז מענטשן זאלן נישט קענען אנאלאזירן די טעקסט און אױסגעפינען די נײמלעס ניקס. װען פאראנױע מאכט װען קאמוניסטיש..
 
3. צו מענטשן פון א אנדערע סײט זענען מחויב דאס אײנצוהאלטן?
לויט די שטאטוטן איז נישט ערלויבט צו מגלה זיין ניקים פון אנדערע פארום'ס, וואס איז אסור פאר ניקס פון קרעמל איז אסור איבעראל
נאך א נקודה װאס מאכט דײן טענה שװאכער, בנוסף צודעם װאס איך האב גע-אַרגיוּט, איז אַז אפילו די ניקס אױף אונזער סײט זענען דאך ע"פ רוב ס"ה נאר "ניקס" און ממילא װײסט מען נישט אױב ענק זענען באמת אױך אסאָשיאײטעד מיט ק"ש און אפשר גאר אַטײל פון די 10 אױבן-דערמאנטע ניקס?! משא"כ מײן אײדענטעטי איז באקאנט און װעריפֿײד.
 
לויט די שטאטוטן איז נישט ערלויבט צו מגלה זיין ניקים פון אנדערע פארום'ס, וואס איז אסור פאר ניקס פון קרעמל איז אסור איבעראל
דאכטס זיך אז די שטאטוטן רעדט פון מגלה זיין די עכטע מענטש ביהיינד א ניק,

@קץ דוחק רעדט פון דזשאסט מגלה זיין די ניק נאמען ביהיינד "NAMELESS",

ניין?
 
@קץ דוחק רעדט פון דזשאסט מגלה זיין די ניק נאמען ביהיינד "NAMELESS",
יא, אבער ער קומט זאגן, לו יצוײר די מאָדס װעלן באשטימען דאס הײסט אױך גילוי װעט מען דאס אױך נישט מעגן מגלה זײן, אפי' אױב די רעלעװענט שרײבער זענען פון א אנדערע װעבסײט.
 
אלע הודעות איבער ניקים פון קאווע שטיבל זענען צייטווייליג געווארן אומבאשטעטיגט (ווייל איינער האט באריכטעט און מיר נעמען דאס גאר ערנסט) ביז די גדרים וואס איז יא אדער נישט ערלויבט וועלן ווערן אויסגעקלארט.


עדיט: רוב זענען שוין צוריק.
 
נאך א נקודה װאס מאכט דײן טענה שװאכער, בנוסף צודעם װאס איך האב גע-אַרגיוּט, איז אַז אפילו די ניקס אױף אונזער סײט זענען דאך ע"פ רוב ס"ה נאר "ניקס" און ממילא װײסט מען נישט אױב ענק זענען באמת אױך אסאָשיאײטעד מיט ק"ש און אפשר גאר אַטײל פון די 10 אױבן-דערמאנטע ניקס?! משא"כ מײן אײדענטעטי איז באקאנט און װעריפֿײד.
סאו וואט? די צען ניקס מעגן נישט האבן קיין ווארט? נאר איינער וואס גילוי באזארגט אים בכלל נישט?

אפגעזעהן אויב דאס איז א פארלעצונג פון גילוי אדער נישט, איז דאס זייער נישט מענטשליך סיי פאר די נעימלעס ניקס וואס האבן גוטע סיבות צו זיין נעימלעס (מענטשן האבן שוין פארלוירן זייערע פרנסות פארדעם), און נאכמער פאר אלע ליינער וואס קאווע שטיבל איז יעצט פארשפארט לכבודך.
 
Back
Top