איך בעהט דיר ברחמים, טו דאס נישט!
דו שרייבסט מלא תוכן אבער דיין שפראך מאכט עס זייער שווער צו ליינען, עד כדי כך, אז געוויסע תגובות, בפרט לענגערע, וועל איך פשוט אויסלאזן, ווייל די ציינער פאלן מיר ארויס.
עס איז בכלל נישט קיין אידיש אדער יידיש. עס איז ענגלישע ווערטער, אפילו נישט ריכטיג ארויסגעשריבן, און צוגעלייגט אידישע נקודות דערצו, א מין ליצנות'דיגע פאראדקס...
בפרט אז יעדע סגול שרייבסטו מיט א צירי (פארקערט ווי סקווירא לאל), זייט ווען שרייבט מען נעימלעסס "ניימלעסס"?
דא האסטו אראפ פאררוקטע ווערטער וואס דו האסט געשריבן בלויז אין דעם אשכול:
- אװײלעבּל
- ריפלײסד
- אַרגיוּבְּלי
- נײמלעס
- ביהײװיער
- קלאָסטערן
- סטײלאָמעטריק אַטריבּיוּשְן טײבל
- נײמלעס קאָרפּוּס
- קאמפענסײטן
- אפֿיליאײטעד
- מינװֿײַהל
פארװאס נישט ריכטיג ארױסגעשריבן? װײז מיר אײן װארט דא װאס איך האב ארױסגעשריבן אנדערש װי-אזױ מען פראָנאַוּנסד עס אין ענגליש? איך פארשטײ נישט פארװאס ס'איז א ליצנות? דו מײנסט אז װאס איז ײדיש הײנט אדער װאס איז ענגליש הײנט איז אלעמאל געװען? כך היא דרכה של עולם, שפראכן אנטװיקלען זיך כסדר. בארגן אײנע פון די צװײטע װערטער און פאר די לענגװיטש צו װאקסן אדער שרינקען.
לאמיר דיר עפעס מסביר זײן. איך שרײב נישט אזױ װײל איך זוך צו
פיקסן די װעלט. איך שרײב אזױ װײל דאס זענען די װערטער װאס קומען מיר אין קאפ תיכף, בײם שרײבן, און פאר מיר, גײן אפיר זוכן זײערע אידישע, עבריתישע אדער גרמנישע סעמאַנטיק עקװֿיװילענטס װעט געדױערן צולאנג פאר די צײט אין װעלכע איך זוך צו שיקן דעם הודעה.
איך פלעג אױכעט פײנט האבן אמאל צולײענען געפינטלטע ײדיש אבער דאס אז איך האב מיך צוגעװױנט און האב עס נאך מער ליב הײנט װי אָהן, האט מיך אױסגעלערנט אז אנדערע קענען זיך אױכעט טױשן.
נאך עפעס, עס זענען דא
צװײ הױפט קאטעגאריעס פון ענגלישע װערטער װאס איך נוץ:
1.
װערטער װאס האבן א טראנסילײשְן אין ײדיש אבער זײערע טראַנסעלײשְנס אין ײדיש
נוצט אלס װארט פאר גאר אסאך סינאָנימס (אין ענגליש: פּאָליסעמי - נאַוּן אדער פּאליסאָמעס - אַדזשעקטיװ), דהײנו עס האט גאר א לױזע מײנונג אדער װערט גאר אסאך באנוצט און קען האבן פארשידענע אדער נאנט-רילײטעד באדײטונגען, למשל 'פארבונדן' (אפיליאײטעד), 'פארהאנען' (אװײלעבְּל) אדער 'געהעריק' (אַפּראָפריעט). אזעלכע װערטער זענען אדער נישט גענוג ספעסיפיק פאר מיר אדער איז נישטא אין זײ קײן חידוש. ואין מדרש בלא חידוש. בּאָרינג!, װי אײנער זאגט.
נאכדעם זענען דא װערטער װאס אין ײדיש זענען זײ באמת
כמעט די זעלבע װי די ענגלישע עקיװילענט נאר עטװאס געטױשט, צוגעלײגט אדער סלײטלי געטױשט א סאָפיקס וכדומה, למשל 'עקיװילענט', ספעציפיש און 'קאַמפּענסירן' (קאמפענסײטן).
אױך איז דא װערטער װאס
זײערע טראַנסילײשְן אין ײדיש איז אזױ אָקװֿערד און איז די לעצטע מאל געשריבן געװארן אין א פאָרװערד ארטיקל - אױף װאס ארױף ר' סנדר דײטש האט אױפגעהעצט דעם רעבין זי"ע צומאכן א הפגנה אין מאַנהעטן - אזױ אז דער ענגלישע [אדער העברײאישער] עקיװילענט דערפון האט שױן מער פאַרשטײַער - און װערט אָפטער באנוצט - װי יענע אײנשענט ײדישע װארט. משלים פון אזעלכע װערטער זענען, 'טענה'לעך' פאר די ענגלישע װארט אַרגיוּבְּלי, 'צושרײבונג' פאר די װארט אַטריבּיוּשְן. און 'טאַבלאַ' פאר די װארט טײבּל.
2. די צװײטע קאטעגאריע זענען װערטער
װאס האבן בכלל נישט קײן עקיװילענט אין ײדיש אדער, װען כדי ארױסצוברענגען דער זעלבער סימאַנטישער באדײט פון דער װארט,
פֿײלט זיך אױס צו שרײבן 3 צו 5 אנדערע װערטער. דאַן טשוּז איך ענדישער צו נוצן אײן ענגליש [אדער היברו] װארט װי אײדער 5 ײדישע װערטער װײל חכמים דברו בלשון קצרה. װערטער פון מײן פריעדיגע פּאָוסט װעלכע גײן ארײן אין די קאטעגאריע זענען:
- נײמלעס
- קלאָסטערן
- סטײלאָמעטריק
- קאָרפּוּס
פינטלעך
און געװענטליך פינטל איך די ענגלישע [אדער העברײאישע] װערטער אבער דאס װענד זיך שױן אין װי שװער עס איז צו-לײענען די װארט און אין װי פארשפרײט איך בין משער, די װארט איז שױן הײנט צװישן ײדיש רעדנדע.
װאַװּֿעלס
פײנעלי איז דא דער ענײן פון װאועלס\תנועות\װאקאלן:
אײן געװיסע װאקאל זעה איך באדערט אסאך אירע און דאס איז
דער ליטװישער צירי. באמת איז דא נישט די פלאץ דערפאר אבער אז דו דריקסט מיך װעל איך שױן זאגן הגם איך קען נישט די אקעדעמישע הסברים פאר די אלע זאכן אבער טרײַען מעג איך דאך.
באמת רוב צירֵיס אין ײדיש זעהט מיר אױס צוזײן ליטװישע ציריס (
'א
ײ' אזױ װי דער
אַלֶף פון דער חסידישער וְאֶת־הָ
אֶ֜לֶף אדער װי די
ey אין gr
ey). ד.ה. דער צירי װאס די סקװערע אין װיזניצע חסידים נוצן צוזאגן "אײ אײ אײ לעומתם משבחים ואומרים". ס'איז מסתבר אז דערפאר האט נישט ײװא געמאכט מען זאל
זײ דארפן אָנצײכענען (אױך פאליסעמעס, לאמיר נוצן אינדיקײטְן) װײל דאס איז דער דיפֿאָוּלט. פארקערט, די פױלישע צירי, 'ה
י' װי אין דער חסידישער 'אלוהינו' מוז מען מיט א פתח אונטערלײַנען - אלוהײַנו. (ביטע נישט ארײנברענגען דײן סעלפאָון אין טױלעט װײל ס'איז א שאלה פון שֵמות.)
יעצט אז אײנער טראכט ארײן, די װעג װי חסידים (איך זאג חסידים װײל געװענטליך חסידים, חוץ די ליובאַװיטשער, רעדן כמעט אלע אין ײדיש) שרײבן די ליטװישע צירי,
'עי', די סיבה פארװאס דאס איז אזױ, שטאמט לכאורה פון די לשה"ק'דיקע װערטער װאס װערן גענוצט אסאך אין ײדיש, אװאו מען האט געזוכט צו פרעזערװירן די ארױסזאָגונג פון די װערטער.
אבער אז מען טראכט ארײן, פארװאס זאל עי מאכן אײ? פארװאס זאל דער 'יוד' פארלענגערן דעם ע סאַוּנד? נאר מ'קען זאגן אז דאס איז װײל דער ע אין ײדיש נוצט אלס e, סײ אלס װאקאל און סײ אלס קאָנסענענט, און דער י איז אין ײדיש איז דער קאנסענענט y, ממילא איז לכאורה דער
נימוק, צו די חסידיש-אידיש װעג פון עס שרײבן, אז ס'מאכט סענס דאס אז דער ע פאַלױד בײ א יוד זאל מאכן דער סאַוּנד פון
ey אין gr
ey.
אבער
דער ײװא נימוק פארװאס ענדישער צו נוצן יי, לױט װי איך פארשטײ, איז מולטי-פֿאַסעטעד:
קודם צוליב װאס עי שאפט א פראבלעם און א ספק אין פראָנאַונסיאײשְנס. עי קען טראַדישענלי, אין לשה"ק, האבן מאָלטיפּעל פראנאוּנסיאײשְנס. עס קען ארױסגעזאגט װערן אזױ װי '
עין' עז אין אױג (בײדע קאנסענענטס), '
עיקר' עז אין בּײסיק (די ע אַ קאנסענעט) און '
רעיון' עז אין געדאנק (די י אַ קאנסענענט). ולכן, פאר א מענטש װאס האט נישט געלערנט אין א טראדישענעל חדר און האט נישט באגעגנט די היברו װערטער װאס געפינען זיך אין אידיש און ער װײסט נישט זײער אױסלײג, פאר אים איז שװער צו װיסן װען אזױ און װען אזױ.
אין פּאַרטיקיוּלער, װי-אזױ װעט אײנער װיסן, װען ער באגעגנט עי אין א װארט, אױב זי צו לײענען אלס סינגְל װאַקאַל, צװײ קאנסענענטס, אדער אײנע א װאקאל און אײנע א קאנסענענט?
דערפאר האט ײִװא געזוכט צוזײן פֿאָנעמיק (לײגן א דגוש אױף װי-אזױ װערטער סאַוּנדען און נישט װי-אזױ די לשהק'דישדיקע װארט איז אמאליגע צײטן געספּעלט געװארן), און זי האט געזוכט צומאכן קלארע רוּלס און דעזיגנירן באזונדערע װאקאלן פאר יעדע דיפערענץ אין פראנאַוּנסיאײשְן אזױ אז מ'זאל זיך נישט צומישן.
דער יוד אין ײדיש סערװירט אױך צו דינען די
קורצע װאקאל i אין ענגליש (e אין ענגליש קען אױך צומאל דינען די קורצע i סאַוּנד כאטשיג װײניג), און אין ענגליש, װען מען שרײבט למשל א דײטשע װארט װאס האט ערגעצװאו אין די װארט דער סאַוּנד פון די
פױלישע צירי שרײבט מען עס ei. במילא טראכט איך מאכט סענס אז פאר די פױלישע צירי זאל מען נוצן אױך
צװײ ײדן נאר לײגן א פּאַס פון הינטן עס צו דיסטינגװישְן פון די ליטװישע צירי.
דאס איז חוץ פון װאס צװײ ײדן אין היברו נוצט אױך אלס פױלישע צירי, װי למשל
נײר. און אז די ליטװישע זאגן ey, פארקערט װי די פױלישע װאס זאגן ei, איז פשט אז די צװײ זענען 2 װעריענטס פון דער זעלבער װאקאל און דעפאר פאסט דאס אז בײדע ציריס מאכט מען מיט צװײ ײדן נאר די ei סאונד אינדיקײט מען מיט א פאס פון אונטן. ובדרך צחות קען מען זאגן אז דאס אז צװײ יודן מאכן א צירי איז א רמז צו צו די צירי װעלכע איז צװײ פינטלעך.
לסיכום
פון די אלע ענגלישע װערטער װאס איך האב גענוצט אין מײן דעמאנטער הודעה
קענסטו, אױף דרײ װערטער, האבן א טענה אז איך האב נישט גענוג צײט געספּענט (פארברענגט -> אױך פּאָליסעמעס) זײ נאכצוקוקן אין א טהעסאָרעס ('טעזאַרוס', סיריעסלי?
. עס סאַוּנד װי דער ספאנישער אינקװיזיטאָר'ס נאמען אױף אײנע פון די באקאנטע ײדישע פּלײס):
- ביהײװיער -> אױפפירונג (בּאָרינג)
- מינװֿײַהל -> דערװײל (בארינג און פאליסעמעס - so far)
- ריפּלײסד -> ערזעצט (בארינג און פאליסעמעס)
איז אמת אז איך נוץ אמאל צופיהל ענגלישע װערטער אבער דו דארפסט געדענקען אז כאטשיג איך רעד מיט זײ אױפ'ן טעלעפאן אסאך, דרײ איך מיך נישט מער צװישן מענטשן װאס רעדן אידיש, ממילא איז דא װערטער װאס צוליב װאס איך נוץ זײ אזױ סאך אין דײלי געשפרעכן, נוץ איך זײ דערפאר אױך אסאך אין מײן שרײבן. און ס'איז נישט װי כאילו אײנער צאלט מיך פאר'ן שרײבן דא אז איך זאל מיך נעמען די מיה נאכצוקוקן טעזאַרעסער און װערטער-בוכער..
עס איז באקאנט אז די גאנצע וועלט נוצט היינט די מעטריק סיסטעם (קילאמעטער, ליטער, צעלסיוס, אא"וו) וואס איז פיל מער פארשטענדליך און גרינגער צו פארשטיין ווי די אמעריקאנע "אימפעריעל" סיסטעם (אינטשעס, פוס, מייל, גאלאן, פונט, פערנהייט וכדו'). נאר אמעריקע איז סטאק אינעם אלטמאדישן סיסטעם, פארוואס? פאר איין סיבה, עס איז שווער צו טוישן.
ס'איז נישט ממש דומה װײל שפראך איז פיהל מער פלעקסיבְּל און און בעצם איז עס אין די נאטור פון שפראך אז זי זאל זיך כסדר טױשן און מעטאַמאָרפֿײזען, װײל זי דילט מיט מענטשן און נישט מיט מאשינען, משא"כ הארטע נומערן און טוּלס װעלכע האבן א גוט-דעפינירטן סטאנדארט און ציהל. אבער אײ געט יוּר פױנט. דערפאר הײס איך דאך דוחק קץ.. איך האב אין מײן לעבן געטוהן אסאך זאכן װאס פאלגט נישט נאך די קראַוּד.