וואס גייט פאר אין קאווע שטיבל?

גארנישט, נעקסטײם אז דו װילסט אָױפװעקן א שמועס װעגן די NAMELESS ניקס אױף קאװעשטיבל װעלכע מען האט געליסטעד דא אױף ”קרעמל„, און דו װילסט דיך מסביר זײן פארװאס דו האסט גענומען ק"ש אָף לײן, קום ארײן מיט דײן געװענליכע ניק און מען קען האבן אַן עדאָלט דיסקאָשְן.
@קץ דוחק,

ערשטענס, די שמועס װעגן די NAMELESS ניקס איז אין א אנדערע שנירל,

צווייטענס, וואס האט דיר @טויגליך שלעכט געטאן?
 
איך האב נישט גארנישט קעגן אים אבער פארװאס האט ער געמוזט ארױסגרובן זײן שפאגל אלטע ניק ספעציעל פאר דײ הודעה? האב איך דערפאר גערעכנט אז ער איז מסתמא אפֿיליאײטעד מיט דער ק"ש מנהל און ער זוכט צו מישן א קעסל.

קאװעשטיבל האט מינװֿײַהל דערהײנטיקט זײער מעסידזש אױפ'ן סײט. א ײשר כח פאר'ן קלארשטעלן און נישט װארטן אױף קײנע שערוריות:
The future of KS ARCHIVES depends on all active forums sharing responsibility for protecting writers’ privacy with the greatest care.
מיר טראגן אחריות נישט אױפצודעקן די אידענטיטעט פון אמאליגע ניקס אױף ק"ש. דאס איז נישט דער פראבלעם דא. אבער מיר װעלן נישט טאלערירן אָנריזנעבְּל פארלאנגען װי 'אױסמעקן די נעמען פון די ניקס װעלכע זענען געגאנגען נײמלעס' נאר װײל יענע ניקס האבן זיך נישט אפגעהיטן פאר װעמען זײ האבן זײערע עכטע נעמען ארױסגעגיבן.

סײװי סײ, העלפט אונז נישט קײן סאך דאס װיסן זײערע נעמען װײל מען קען מער נישט זוכן אין ק"ש פאר הודעות געשריבן דורך סײ װעלכע פון די נײמלעס ניקס.

איך װינטש אים, דער ק"ש מנהל גרױס הצלחה, אבער װי ס'קוקט דערװײל אױס װעט ”קרעמל„ זיך נישט אונטערגעבן צו אזעלכע סארט שאַנטאַזש. און װעט נישט טאלערירן דאס װאַנדאלאזירונג פון דאטא װאס געהערט צו די פובליק בשעת װען ס'נישטא קײן דזשאָסטיפײד סיבה אז מען זאל די נײמלעס ניקס װאס מען האט אױסגערעכנט דא, פארמעקן.

דא הערשט פרידאם אָף ספיטש און לדעתי איז בעסער א װעלט אָהן קאװעשטיבל װי אײדער א ”קרעמל„ װעלכע װערט גערוּלט על פי די שיקאַנירונגען פון א יחיד װאס פארפיגט אױף א פרעמדע סײט און האט מיט אונזער סײט גארנישט, און אפשר אױך ע"פ די פּאַראַנױע פון א סעלעקטעד גרופע פון אַנאָנימעס ניקס.

ער װיל נישט עפענען די סײט?, פײן, האָג דיך מיט דײן גניזה און מיר װעלן זיך אָפּבּלאָזן די נאז, אריבערמישן די בלעטל און מאָװן אָן.

איך האב א רעכט דאס צוזאגן װײל איך האב אױך א געװאלד געשריבן אױף קאװעשטיבל כאטש טאקע אַרגיוּבְּלי פון א שװאכערע קאליבער.
 
לעצט רעדאגירט:
בד"וו קץ דוחק דיינע נקודות קריכן אויף די נערווען
עס קוקט אויס ווי ער שרייבט זיינע תגובות אויף ענגליש און עפעס א עי.איי. טייטשט עס איבער אויף אידיש... ריכטיג?
 
נײן נײן, איך לערן מיך צוביסלעך אױס צושרײבן אין א ײִװא ײדיש און צושרײבן מיט נקודות. די מעלה דערפון איז אז מ'קען זיך בעסער עקספּרעסְן און אױך מאכן די רוּלס מער סענס. איך האף באמת צושרײבן בקרוב װעגן די ײװא רולס.
 
לעצט רעדאגירט:
עקְטזעקְטלי. שכוח! ס'איז קלאר אז ס'העלפט ארױס לײענען. װען איך פּינטְל װען נישט, װאלט איך נישט געשריבן אזױפיהל ענגלישע װערטער װײל ס'װאלט צו-שװער געװען זײ צו לײענען. איך פארלאז מיך גאר שטארק אױף די נקודות.
 
לעצט רעדאגירט:
אויב איך מעג זאגן,
מיך קריכט עס אויך אויף די נערווען, די פינטלעך
(אפי' ווען איך שמועס מיט עי איי, הייס איך אים ער זאל בשום אופן נישט אריין לייגן קיין שום פינטלעך אדער ליינס העכער אונטער אדער אין אותיות)

איך פארשטיי אז מסתמא די עכטע אידיש קומט אזוי...

אבער די וועג וויאזוי מ'שרייבט היינט אידיש (עכ''פ אין אמעריקע) איז אהן דעם
 
איך מיין טאקע אז וועגן דעם קריכט עס אויף די נערווען ווייל סגעט אזא יודישיסטע אויס קיק פון אן ארטיקל סהאט עפעס נישט די היימישקייט.
 
ווען אן עי.איי. שרייבט עס מאכט מיר עס אויך נערוועז, אבער ווען @קץ דוחק שרייבט עס, ווייסט ער וואו יא צו לייגן און וואו נישט. אזוי אז ס'פילט נישט איבערגעטריבן.
 
איך האב נישט גארנישט קעגן אים אבער פארװאס האט ער געמוזט ארױסגרובן זײן שפאגל אלטע ניק ספעציעל פאר דײ הודעה? האב איך דערפאר גערעכנט אז ער איז מסתמא אפֿיליאײטעד מיט דער ק"ש מנהל און ער זוכט צו מישן א קעסל.
ס'זעט מיר אויס ווי א קאנספיראציע טעאריע. מיר קוקט אויס ווי דו האסט זיך סתם גענומען אויף די ביינער פון א ניק וואס איז ווייניג אקטיוו און איז סתם אריינגעקומען פרעגן א אינעסענט שאלה.
 
אויב איך מעג זאגן,
מיך קריכט עס אויך אויף די נערווען, די פינטלעך
(אפי' ווען איך שמועס מיט עי איי, הייס איך אים ער זאל בשום אופן נישט אריין לייגן קיין שום פינטלעך אדער ליינס העכער אונטער אדער אין אותיות)

איך פארשטיי אז מסתמא די עכטע אידיש קומט אזוי...

אבער די וועג וויאזוי מ'שרייבט היינט אידיש (עכ''פ אין אמעריקע) איז אהן דעם
איין הערה בעלמא
די וועג וויאזוי פרומע שרייבן היינט אידיש, ייוו"א איז אין אמעריקע כיום הזה

אגב, דאס מיינט נישט אז מיר נערווירט עס נישט, מיר שטערט עס אויך זייער שטארק, איך האב עס אויך גזעגט פאר @קץ'ל אליין ווען מיר האבן זיך געטראפן אין ג'ערוזאלעם סי טי, אבער יעדער זאל שרייבן ווי אזוי ער וויל.
 
איך האב געפרעגט קאָפײלעט ער זאל מיר זאגן װער זענען די מערסט אינפֿלוּענטשְל, װיסענשאפטליכע און פאפולערע ניקס אױף קאװעשטיבל:
Rich (BB code):
Who are, according to your analysis of kaveshtiebel, the most influential users on that site?

דאס איז געװען זײן אױבן-אױפֿיגע ענטפער (ער האלט נאך אינמיטן טוהן א מער "טיפע ריסױרטש" אנאליסיס). נישט שלעכט (די אנדערע זענען דאך NAMELESS 😆 ):
1758193674669.webp

1758193686997.webp

נאכדעם האב איך געפרעגט טשעטדזשיפיטי ער זאל מיר זאגן, האט ער מיר קודם געענפערט אױבן אױף:

1758195013217.webp

שפעטער האב איך אים געשטעלט א מער-דעטאלירטע פראגע װעגן װער עס זענען די מערסט אינפֿלוּענטשְל, װיסענשאפטליכע און פאפולערע ניקס אױף קאװעשטיבל:

Rich (BB code):
Go to website at kaveshtiebel.com and find me which users there are - according to your best, deepest and most thorough analysis of the site - the most influential, popular and knowledgeable users on that site? 

Please include in your analysis every possible variable or criteria you can think of including the quality and content of their posts, as well as also taking in consideration their compatibility (or agreement/adequateness) with all external sources (external to kaveshtiebel.com) and data to which you have access, both Jewish and secular material. 

Sources may and should include such as Wikipedia; he.wikipedia.org; britannica.com; khanacademy.org; Scholarpedia; sefaria.org; otzar.org; forums.bhol.co.il, judaism.stackexchange.com; alhatorah.org; mgketer.org; books.google.co.uk; he.wikisource.org; kraimel.community.forum and more. Please put your results in a table and describe the criteria and verifications that you've used.

ער האט מיר דאס געענטפערט. איך האב הײלײטעד די חלקים װעלכע זענען נאָטיץ-װערטליך:

1758194053013.webp

1758194626583.webp

1758194751748.webp

1758194807150.webp

איך פערסאָנעלי גלײך מער די ערשטע, אױבן-אױפיגע ענטפער װאס דזשיפיטי האט מיר געגעבן.

אבער נאכדעם האב איך אים געבעטן אַ פארברײטערטער טאָפּ-10 ליסט. דא איז ער שױן ארײנגעקומען בעסער הגם לעקװאד האט מיך למשל סורפרײזד. װערי ראָנגע דארט אבער ס'קען זײן ער געפינט שװער צו פֿאלױען לײקװאד'ס יוניק סטײל פון שרײבן. אדער איז עס װעגן װײניג האבן אים פארשטאנען; א בחינה פון @מי אני. אױך איז אינטרעסאנט צוזעהן אז דאס געבן לײקס איז אױך א װיכטיגע װעריעבְּל װײל ס'װײזט פאר די מאשין װעלכע אנדערע הודעות דער שרײבער האט געזעהן. אױך, צוזעהן שמואל הלוי איז געװען א סופרײז. ער איז טאקע געװען א פאפולערע ניק.

און קוק נאר װער ס'האט עס געמאכט אױף די ליסטע. אונזער טײערע און באליבטע @שעפטאל!

(ער זאגט ער קען מיך געבן נאך א מער גרונטליכערע רעזאלץ אױב אײנער איז אינטרעסירט)

1758196090809.webp

1758195780070.webp
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 1758195840739.webp
    1758195840739.webp
    136.9 KB · געזען: 3
איך בלאש!
איך בין מבטיח אז איך האב נישט גע'חלומ'ט בשעת'ן שרייבן די אלע תגובות אויף ק"ש אז עס גייט זיין אזא זאך ווי טשעט גפ"ט וואס וועט מיר אמאל אזוי אנאליזירן...
איך וואונדער זיך אויב ער רעכנט אויך מאחורי. בכלליות האב איך געהאט מער לייקס (איבער 20 טויזענט, אויב געדענק איך גוט) און א גרויסע חלק איז פארלוירן געגאנגען בשעת נעילת החג.
 
איך האב געפרעגט קאָפײלעט ער זאל מיר זאגן װער זענען די מערסט אינפֿלוּענטשְל, װיסענשאפטליכע און פאפולערע ניקס אױף קאװעשטיבל:
Rich (BB code):
Who are, according to your analysis of kaveshtiebel, the most influential users on that site?

דאס איז געװען זײן אױבן-אױפֿיגע ענטפער (ער האלט נאך אינמיטן טוהן א מער "טיפע ריסױרטש" אנאליסיס). נישט שלעכט (די אנדערע זענען דאך NAMELESS 😆 ):
View attachment 9199
View attachment 9200

נאכדעם האב איך געפרעגט טשעטדזשיפיטי ער זאל מיר זאגן, האט ער מיר קודם געענפערט אױבן אױף:

View attachment 9206

שפעטער האב איך אים געשטעלט א מער-דעטאלירטע פראגע װעגן װער עס זענען די מערסט אינפֿלוּענטשְל, װיסענשאפטליכע און פאפולערע ניקס אױף קאװעשטיבל:

Rich (BB code):
Go to website at kaveshtiebel.com and find me which users there are - according to your best, deepest and most thorough analysis of the site - the most influential, popular and knowledgeable users on that site? 

Please include in your analysis every possible variable or criteria you can think of including the quality and content of their posts, as well as also taking in consideration their compatibility (or agreement/adequateness) with all external sources (external to kaveshtiebel.com) and data to which you have access, both Jewish and secular material. 

Sources may and should include such as Wikipedia; he.wikipedia.org; britannica.com; khanacademy.org; Scholarpedia; sefaria.org; otzar.org; forums.bhol.co.il, judaism.stackexchange.com; alhatorah.org; mgketer.org; books.google.co.uk; he.wikisource.org; kraimel.community.forum and more. Please put your results in a table and describe the criteria and verifications that you've used.

ער האט מיר דאס געענטפערט. איך האב הײלײטעד די חלקים װעלכע זענען נאָטיץ-װערטליך:

View attachment 9201
View attachment 9203
View attachment 9204
View attachment 9205

איך פערסאָנעלי גלײך מער די ערשטע, אױבן-אױפיגע ענטפער װאס דזשיפיטי האט מיר געגעבן.

אבער נאכדעם האב איך אים געבעטן אַ פארברײטערטער טאָפּ-10 ליסט. דא איז ער שױן ארײנגעקומען בעסער הגם לעקװאד האט מיך למשל סורפרײזד. װערי ראָנגע דארט אבער ס'קען זײן ער געפינט שװער צו פֿאלױען לײקװאד'ס יוניק סטײל פון שרײבן. אדער איז עס װעגן װײניג האבן אים פארשטאנען; א בחינה פון @מי אני. אױך איז אינטרעסאנט צוזעהן אז דאס געבן לײקס איז אױך א װיכטיגע װעריעבְּל װײל ס'װײזט פאר די מאשין װעלכע אנדערע הודעות דער שרײבער האט געזעהן. אױך, צוזעהן שמואל הלוי איז געװען א סופרײז. ער איז טאקע געװען א פאפולערע ניק.

און קוק נאר װער ס'האט עס געמאכט אױף די ליסטע. אונזער טײערע און באליבטע @שעפטאל!

(ער זאגט ער קען מיך געבן נאך א מער גרונטליכערע רעזאלץ אױב אײנער איז אינטרעסירט)

View attachment 9209

View attachment 9207
🤣 ער רעדט פון א צווייטער שעפטל
 
🤣 ער רעדט פון א צווייטער שעפטל
יא, גערעכט! ער רעדט פון שעפטל אנעם אלף וואס פלעגט בשעתו אריינקומען מיט א זיסקייט שיינע זאכן, דברים העומדים על הפרק!

ער איז מער נישט געווען אקטיוו אין די צייטן וואס כ'האב געשריבן אבער כ'האב איינמאל באקומען א לייק פון אים כ'געדענק נאך ווי כ'האב געטריפט אויף דעם אויב כ'זאל טוישן מיין ניק לכבודו.

כ'האב געהאט געשריבן אויף ק"ש אז היות מיין ניק איז דער צווייטער שעפטאל קען מען עס טוישן צו 'מנהל'... און כ'בין געווארן אויסגעשפארט פאר אפאר טעג... 😂😂😂
 
Back
Top