נאר צען צו פופצן פראצענט הודעות זענען צוריק. סתם חוזק געמאכט. די שטיבל איז אויסגעפלינדערט!
איך שטעל אהער אן ענטפער קאפי פעיסט וואס די מנהל פון קאווע שטיבל האט מיר געשריבן אין אימעיל:
ק״ש באשטייט פון 16,448 אשכולות. פון דעם זענען בערך 1000 פארמעקט געווארן אין לויף פון די יארן וואס ק״ש איז געוועהן אפען און אויך ווען ס׳איז פארמאכט געווארן. בנוסף צו דעם זענען 793 אשכולות פארמאכט אין מאחורי און 175 אין שבת אחים. שלום עליכם איז אויך נישט אפען וואס איז נאך 178 אשכולות פון טעכנישע זאכען וואס דארפען נישט בלייבען לדורות.
אויך זענען דא תגובות וואס זענען אויסגעמעקט געווארן, וואס זענען נישט אסאך. ווייל מ׳האט אנגעהויבן מעקן און נאכדעם האט מען מחליט געוועהן אז מ׳מעקט נישט נאר מ׳מאכט nameless. אמווייניגסטענס 75% פון ק״ש איז עוועילעבל פאר די פאבליק און לכאורה איז עס אסאך מער פון דעם.
פון אלעס וואס איז פארמעקט איז עס נאר אין 5 קאטעגאריס:
1) אשכול וואס מ׳האט אויסגעמעקט אין די 12 יאהר וואס ק״ש איז נאך אנגעגאנגען און ס׳האט נישט געשטימט מיט די סטאנדארטען
2) אשכולות וואס די מחברים פון די אשכולות האבן געבעטען אז מ׳זאל פארמעקן זייער אשכול
3) תגובות וואס די מחבר האט געוואלט מ׳זאל פארמעקן
4) אשכולות אין מאחורי הפרגוד (וואס נאכ׳ן פאשפארן ק״ש האבן אונז געגעבן אפאר וואכן פאר יעדעם צו קענען בעטן זייערע ארטיקלען און אונז האמיר עס זיי געשיקט.)
5) אשכולות אין שבת אחים וואס זענען לכתחילה געשריבען געווארן אז ס׳זאל נישט זיין פאר די פאבליק.
חוץ מזה איז לפי ידיעתינו גארנישט פארמעקט, און אלע וואס זאגען פארקערט זענען שקרנים. אונז האמיר שוין תיכף נאכ׳ן פארשפארן געבעטען אז ווער עס ווייסט פון א אשכול ואוס איז בטעות פארמעקט שלא ברצון המחבר (און נישט פון די 5 קאטעגאריס) זאל אונז לאזן וויסן. ס׳איז נישטא אזא זאך.
אין לויף פון די 12 יאהר וואס ק״ש איז אנגעגאנגען האט מען געהאלטען איין זאך פאר די אויגן, צו זיין א תועלת פאר׳ן ציבור און פאר די שרייבער׳ס. און די זעלבע זאך האבן אונז געהאט פאר די אויגן ביים צושפארן.
נ״ב: דאס איז א איינמאליגע ענטפער צו די שקרים וואס ווערט נאכאנאנד איבערגע-חזרט, און מ׳קען זיך נישט כסדר אפגעבן מיט שקרנים און העיטערס, וואס וועלן אוודאי אפיר קומען מיט פרישע שקרים און בלבולים. ווער זיי זענען ווייסן אונז נישט, אבער מסתמא אזעלכע וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו ק״ש׳ס תקנות און מ׳האט זיי געמוזט מעקן אדער אויסשפארען, (אדער אפשר צוליב א מענטשליכע טעות מצד ק״ש), און זענען פארווייטאגט ביז היינט. האלט איין זאך פאר די אויגן, אז מ׳שרייט מ׳האט פארמעקט!! פרעג "וואס פינקליך האט מען פארמעקט"?