וואס גייט פאר אין קאווע שטיבל?

א חרפה און א בושה!! מיר זענען נעבעך געפאלן פאר זיינע שטיק צום מיליאנסטן מאל!!

ס'זענען בלויז דא דארט ציווישן צען און פופצן פראצענט פון קאווע שטיבל הודעות!! דעטס איצט!!
איך האב א בליק געטון אין שטיבל, איך זע עס פעלט טאקע זייער אסאך, אבער עט ליסט האמיר דאס צוריק באקומען, ס'איז נאכאלץ אן אוצר מלא פון טויזנטע אינהאלטסרייכע אשכולות.

פון וואו נעמסטו דיינע נומערן אז ס'איז אינטער 15 פראצענט?
 
ס'איז גערעכנט געווארן באזירט אויף געוויסע ציפערן. ידידים אין אישי האבן מיר אויפמערקזאם געמאכט אז ס'קען זיין איך האב זיך שטארק פארעכנט און אז מ'דארף רעכענען אנדערש. מ'קוקט יעצט מיט א טיעפערע בליק. בל''נ מ'וועט לאזן וויסן רעזולטאטן.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך זעה אז שעפטאל האט 130 הודעות
כ'מיין אז כ'האב געהאט ארום טויזנט

קען זיין אז אלע איבריגע זענען געווען אינעם שלום עליכם פארום, שבת אחים, מאחורי, וכדו'.
 
דו ביזט דאס?
1764692671279.webp
 
עס איז וויכטיג צו אנמערקן אז (לכאורה צוליב טעכנישע סיבות) עס זענען דא אסאך אשכולות וואס מ'קען נאר אריינגיין דערין אויב מ'איז נישט אריינגעסיינט
 
שכוח @Thanks
וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור באמונה הקב"ה ישלם שכרם! די זכות זאל דיר ביי שטיין
שכוח מנהל פון ק"ש פארן עפענען

ס'פיהלט זיך גוט צוריק צו קוקן און זעהן אוצרות פון טאלאנטן און עקספרעשאן'ס מיט הומער און די זייט!

כ'זעה א אשכול וואס כ'האב געשריבן וואס כ'קען נישט אריינגיין דערין. (ס'איז מן הסתם אין שבת אחים)
תאוה בוער עד לב השמים
דאס איז געווען מיין בקשה צו ווערן א שריפטשטעלער.
כ'געדענק נאך די שרעק און דרייסטקייט וואס כ'בין אריבער ביים ארויפלייגן מיין ווילן. (מיין טשיילדהוד טראומא פון טאקע געוואר ווערן אז יעדער האלט מיר פאר א פשוטער משוגענער 🙈 OMG. און די שמחה פון זעהן די רעספאנסעס אז דער עולם האט הנאה. שטייצעך כ'האב באקומען די בצים דורכן טרינקן...)

כ'וויל עס קענען ליינן.

מ'קען עס ריקן צום קאווע שטיבל אפטיילונג אדער שיקן אין אימעיל?
אפעציעל איז געווען א דעדליין ביז ווען מען האט געקענט בעטן ארטיקלען וואס מען האט געשריבן. איך האב אים געשיקט אן אימעיל בשעת ס'איז געווען פארשפארט בעטנדיג אן ארטיקל און ער האט עס מיר געשיקט. ס'איז אבער געווען פון די אפענע ארטיקלען, ווייסעך נישט צו ער וואלט אויך געשיקט א שבת אחים ארטיקל.
 
דאס איז די רעספאנס אימעיל פון ק"ש:

א דאנק פאר'ן שרייבן צו קאווע שטיבל - די ערליכע פארומס פאר'ן פרייהייט פון ווארט על דרך התורה.

די קאווע שטיבל פארומ'ס זענען מער נישט אקטיוו.

די דעדליין פאר סיי וואס-פארא הילף אויף די סייט איז געוועהן זונטיג פרשת וישב תשפ"ה - דעסעמבער 15, 2024.

איר קענט פראבירען אנדערע אקטיווע היימישע פארומ'ס, צ.ב.ש.:
אייוועלט - ivelt.com
קרעמל - kraimel.community.forum
אידטיש - forum.yidtish.com
(מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות אדער עהרליכקייט פון די סייט'ס)

הצלחה רבה.
 
דאס איז די אוטו ריפליי, שפעטער איז ער אריינגעקומען און געהעריג געפירט א געשפרעך מיט מיר.
 
דאס איז די רעספאנס אימעיל פון ק"ש:

א דאנק פאר'ן שרייבן צו קאווע שטיבל - די ערליכע פארומס פאר'ן פרייהייט פון ווארט על דרך התורה.

די קאווע שטיבל פארומ'ס זענען מער נישט אקטיוו.

די דעדליין פאר סיי וואס-פארא הילף אויף די סייט איז געוועהן זונטיג פרשת וישב תשפ"ה - דעסעמבער 15, 2024.

איר קענט פראבירען אנדערע אקטיווע היימישע פארומ'ס, צ.ב.ש.:
אייוועלט - ivelt.com
קרעמל - kraimel.community.forum
אידטיש - forum.yidtish.com
(מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות אדער עהרליכקייט פון די סייט'ס)

הצלחה רבה.
ס'געפעלט מיר װי יעדער מאכט זיך אפ אלײנס װאס פרײהײט פון װארט איז...
 
נאר צען צו פופצן פראצענט הודעות זענען צוריק. סתם חוזק געמאכט. די שטיבל איז אויסגעפלינדערט!

איך שטעל אהער אן ענטפער קאפי פעיסט וואס די מנהל פון קאווע שטיבל האט מיר געשריבן אין אימעיל:

ק״ש באשטייט פון 16,448 אשכולות. פון דעם זענען בערך 1000 פארמעקט געווארן אין לויף פון די יארן וואס ק״ש איז געוועהן אפען און אויך ווען ס׳איז פארמאכט געווארן. בנוסף צו דעם זענען 793 אשכולות פארמאכט אין מאחורי און 175 אין שבת אחים. שלום עליכם איז אויך נישט אפען וואס איז נאך 178 אשכולות פון טעכנישע זאכען וואס דארפען נישט בלייבען לדורות.

אויך זענען דא תגובות וואס זענען אויסגעמעקט געווארן, וואס זענען נישט אסאך. ווייל מ׳האט אנגעהויבן מעקן און נאכדעם האט מען מחליט געוועהן אז מ׳מעקט נישט נאר מ׳מאכט nameless. אמווייניגסטענס 75% פון ק״ש איז עוועילעבל פאר די פאבליק און לכאורה איז עס אסאך מער פון דעם.

פון אלעס וואס איז פארמעקט איז עס נאר אין 5 קאטעגאריס:

1) אשכול וואס מ׳האט אויסגעמעקט אין די 12 יאהר וואס ק״ש איז נאך אנגעגאנגען און ס׳האט נישט געשטימט מיט די סטאנדארטען

2) אשכולות וואס די מחברים פון די אשכולות האבן געבעטען אז מ׳זאל פארמעקן זייער אשכול

3) תגובות וואס די מחבר האט געוואלט מ׳זאל פארמעקן

4) אשכולות אין מאחורי הפרגוד (וואס נאכ׳ן פאשפארן ק״ש האבן אונז געגעבן אפאר וואכן פאר יעדעם צו קענען בעטן זייערע ארטיקלען און אונז האמיר עס זיי געשיקט.)

5) אשכולות אין שבת אחים וואס זענען לכתחילה געשריבען געווארן אז ס׳זאל נישט זיין פאר די פאבליק.

חוץ מזה איז לפי ידיעתינו גארנישט פארמעקט, און אלע וואס זאגען פארקערט זענען שקרנים. אונז האמיר שוין תיכף נאכ׳ן פארשפארן געבעטען אז ווער עס ווייסט פון א אשכול ואוס איז בטעות פארמעקט שלא ברצון המחבר (און נישט פון די 5 קאטעגאריס) זאל אונז לאזן וויסן. ס׳איז נישטא אזא זאך.

אין לויף פון די 12 יאהר וואס ק״ש איז אנגעגאנגען האט מען געהאלטען איין זאך פאר די אויגן, צו זיין א תועלת פאר׳ן ציבור און פאר די שרייבער׳ס. און די זעלבע זאך האבן אונז געהאט פאר די אויגן ביים צושפארן.

נ״ב: דאס איז א איינמאליגע ענטפער צו די שקרים וואס ווערט נאכאנאנד איבערגע-חזרט, און מ׳קען זיך נישט כסדר אפגעבן מיט שקרנים און העיטערס, וואס וועלן אוודאי אפיר קומען מיט פרישע שקרים און בלבולים. ווער זיי זענען ווייסן אונז נישט, אבער מסתמא אזעלכע וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו ק״ש׳ס תקנות און מ׳האט זיי געמוזט מעקן אדער אויסשפארען, (אדער אפשר צוליב א מענטשליכע טעות מצד ק״ש), און זענען פארווייטאגט ביז היינט. האלט איין זאך פאר די אויגן, אז מ׳שרייט מ׳האט פארמעקט!! פרעג "וואס פינקליך האט מען פארמעקט"?
 
איך האב הײנט געטשעקט און ס'פעהלט מיר ארום 1100 תגובות. ס'קען זײן ס'איז אין אײנע פון דײ פארשפארטע סוב פארומען װי מאחורי אדער שבת אחים וכו'.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך האב הײנט געטשעקט און ס'פעהלט מיר ארום 1100 תגובות. ס'קען זײן ס'איז אין אײנע פון דײ פארשפארטע סוב פארומען װי מאחורי אדער שבת אחים וכו'.
קץ, לויט ווי איך געדענק פלעגסטו זיין זייער אקטיוו מאחורי.
 
איך שטעל אהער אן ענטפער קאפי פעיסט וואס די מנהל פון קאווע שטיבל האט מיר געשריבן אין אימעיל:

ק״ש באשטייט פון 16,448 אשכולות. פון דעם זענען בערך 1000 פארמעקט געווארן אין לויף פון די יארן וואס ק״ש איז געוועהן אפען און אויך ווען ס׳איז פארמאכט געווארן. בנוסף צו דעם זענען 793 אשכולות פארמאכט אין מאחורי און 175 אין שבת אחים. שלום עליכם איז אויך נישט אפען וואס איז נאך 178 אשכולות פון טעכנישע זאכען וואס דארפען נישט בלייבען לדורות.

אויך זענען דא תגובות וואס זענען אויסגעמעקט געווארן, וואס זענען נישט אסאך. ווייל מ׳האט אנגעהויבן מעקן און נאכדעם האט מען מחליט געוועהן אז מ׳מעקט נישט נאר מ׳מאכט nameless. אמווייניגסטענס 75% פון ק״ש איז עוועילעבל פאר די פאבליק און לכאורה איז עס אסאך מער פון דעם.

פון אלעס וואס איז פארמעקט איז עס נאר אין 5 קאטעגאריס:

1) אשכול וואס מ׳האט אויסגעמעקט אין די 12 יאהר וואס ק״ש איז נאך אנגעגאנגען און ס׳האט נישט געשטימט מיט די סטאנדארטען

2) אשכולות וואס די מחברים פון די אשכולות האבן געבעטען אז מ׳זאל פארמעקן זייער אשכול

3) תגובות וואס די מחבר האט געוואלט מ׳זאל פארמעקן

4) אשכולות אין מאחורי הפרגוד (וואס נאכ׳ן פאשפארן ק״ש האבן אונז געגעבן אפאר וואכן פאר יעדעם צו קענען בעטן זייערע ארטיקלען און אונז האמיר עס זיי געשיקט.)

5) אשכולות אין שבת אחים וואס זענען לכתחילה געשריבען געווארן אז ס׳זאל נישט זיין פאר די פאבליק.

חוץ מזה איז לפי ידיעתינו גארנישט פארמעקט, און אלע וואס זאגען פארקערט זענען שקרנים. אונז האמיר שוין תיכף נאכ׳ן פארשפארן געבעטען אז ווער עס ווייסט פון א אשכול ואוס איז בטעות פארמעקט שלא ברצון המחבר (און נישט פון די 5 קאטעגאריס) זאל אונז לאזן וויסן. ס׳איז נישטא אזא זאך.

אין לויף פון די 12 יאהר וואס ק״ש איז אנגעגאנגען האט מען געהאלטען איין זאך פאר די אויגן, צו זיין א תועלת פאר׳ן ציבור און פאר די שרייבער׳ס. און די זעלבע זאך האבן אונז געהאט פאר די אויגן ביים צושפארן.

נ״ב: דאס איז א איינמאליגע ענטפער צו די שקרים וואס ווערט נאכאנאנד איבערגע-חזרט, און מ׳קען זיך נישט כסדר אפגעבן מיט שקרנים און העיטערס, וואס וועלן אוודאי אפיר קומען מיט פרישע שקרים און בלבולים. ווער זיי זענען ווייסן אונז נישט, אבער מסתמא אזעלכע וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו ק״ש׳ס תקנות און מ׳האט זיי געמוזט מעקן אדער אויסשפארען, (אדער אפשר צוליב א מענטשליכע טעות מצד ק״ש), און זענען פארווייטאגט ביז היינט. האלט איין זאך פאר די אויגן, אז מ׳שרייט מ׳האט פארמעקט!! פרעג "וואס פינקליך האט מען פארמעקט"?
זייער גערעכט

אבער איין זאך וואס באדערט מיך שטארק, איז אז אלע עטעטשמענס זענען פארמעקט, אלע בילדער - טויזנטע, וואס איז געווען אזא אוצר, איז שוין נישט דא.

חוץ וואס ס'איז געווען גוטע סחורה, קען מען יעצט נישט פארשטיין אסאך שמועסן, אזוי אויך קען מען ווערן גאר נייגעריג וואס פארא בילד איז דא געווען וכו'
 
Back
Top