וואס האלסטו זאל אמעריקע טון לגבי איראן?

וואס האלסטו זאל אמעריקע טון לגבי איראן? (נישט פון א אידישע פרעספעקטיוו)

  • אריין גיין

    Votes: 14 24.6%
  • נישט אריינגיין

    Votes: 13 22.8%
  • מסדר זיין דער נוקלעארע וואפנס און אהיים גיין

    Votes: 30 52.6%

  • Total voters
    57

מדריגה

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מערץ 25, 2025
מעסעדזשעס
326
רעאקציע ראטע
1,326
פונקטן
213
אלס איד גלייב איך וויל יעדער צו רוב אז אמעריקע זאל זיך אריינמישן און דער מלחמה, דער שאלה איז פון א נישט אידישע פרעספעקטיוו וואס האלסטו דארף טראמפ טון?
 
איך האב געוואוט פאר אפציע 3, אבער כבין זיכער אז סאיז נישט ריאליסטיש..

אויב אמעריקע הייבט אן, קומט אטאקע'ס אויף באזעס און בלאקירען די הארמוז.

עא"כ, בין איך נישט זיכער אז סאיז א גוטע מהלך.
 
איך האלט אז ארץ ישראל קען זיך אן עצה געבן אן אמעריקא (זיי האבן טאקע נישט קיין בונקער באמבאדירערס, אבער זיי קענען מאכן א קאמאנדאו אקציע) און פאר דעים זאל אמעריקא זיך נישט אריינמישן. ארץ ישראל דארף זיך אויסלערנען צי ווערן אינדיפענדענט און נישט קומען וויינען צי מאמי יעדע מאל עפעס געשעט.
 
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען דעי סטראשע.. ווי אזוי בלאקן זיי עס? פארוואס קענען מען נישט באמבאדירן די געבלאקאכטס?
מען קען יא אבער עס מיינט א פול סקעיל מלחמה
זיי גייען עס אבער נישט בלאקן, ווייל כמעט זייער גאנצע עקאנאמי (אויל) ווענד זיך אינדעים.
 
ווען די אמעריקאנע גויאישע קעפ זאלן ווען האבן יידישע קעפ, האבן מיר א פשוטע וועג ארויס.

מ'איז מקנה די B52 פליגער במתנה ע"מ להחזיר, מ'געט בירגערשאפט פאר די פילאטן ביז איבער פסח, און מדינ"י באמבארדירט אליינס וואס זיי ברויכן ושלום על ישראל!
 
פארוואס מאכט נישט איראן קיין קאמאנדא אקציע אין דימונה?

ס'קאמאנדא אקציע'ט נישט אזוי שמיר נישט דיר נישט אין הארץ פון א מערסט אפגעהיטענע פלאץ
גערעכט, אבער די מדינה שוואכט זיי יעצט גוט אפ און אין א וואך צוויי ארום קענען זיי עס טון, קיינער זאגט נישט אז עס איז גרינג. (אזוי טענהט די מדינה אז זיי קענען עס באמבעדירן אן די אמעריקאנער מאמע-באמבע, נאר עס גייט נעמען לאנג, זיין טייער, הויעך ריזיקע וכו׳ וכו׳)
זאג איך אז מיט דעים אלעם לוינט זיך עס אליינס צי טין, כדי צי זיין באמת א אינדיפענדעט לאנד, אז נישט ביסטו סתם אן אמעריקאנער פראקסי.
 
מען קען יא אבער עס מיינט א פול סקעיל מלחמה
יא אבער @מתתיהו אין אנדערע זאגן, אז אויב אימעריקע באמבאדירט אירן... קענען זיי פארשפארען די הארמוז!
אמער... די באבמעס האבן מורא פון די הארמוז? מרעדט דאך שוין נאכדעים וואס אמעריקע האט געדזשאונט די קריג
 
בלאקירען מיינט זינקען אפאר אויל שיפען מיט מיסילס. סגייט טאקע שאטן איראן אויך. און זיי וועלן עס נאר טוהן ווען סאיז כולי כל הקונצען. אבער די פרייז פון אויל גייט זיך טריפלען.. טראכט פון אינפלעשיען!

@איש מבקש וויאזוי בלאקירט מיסילס? מהאט פראבירט אין תימן, און נישט מצליח געווען..
 
פארוואס מאכט נישט איראן קיין קאמאנדא אקציע אין דימונה?

ס'קאמאנדא אקציע'ט נישט אזוי שמיר נישט דיר נישט אין הארץ פון א מערסט אפגעהיטענע פלאץ
אין סיריע ממש לעצטנס איז נישט געווען קיין קאמאנדא אקציע אריין אין די טונעלן/בונקערס?
 
קען זיין איינער זאגט עס שוין דא, כהאב נאר געליינט די קעפּל
איך האלט אז אמעריקע דארף נישט ווערן אינגאנצען פארמישט אבער זיי זאלן זיי העלפן מיט זאכן וואס די מדינה קען זיך נישט אליינס א עצה געבן, למשל זיי קענען מאכן איין אפּעראציע מיט די בונקער-באסטערס וואס איזריעל האט נישט אין זייער ארסאנעל. די “גוטע סחורה” איז דאך באגראבן טיעף טיעף אינטער דער ערד אין פלאץ וואס האט נאך קיינמאל נישט געזעהן די שיין פון די זון און די לבנה. אזא שנעלע מיסיע, א טובל און ארויס. די רעשט קען איזריעל טוהן אליינס אָן קיינעמס הילף מיט די בעקינג און שטיצע פון אמעריקע און די מערב לענדער.

בד״וו דייטשלאנד העלפט די מערסטע ארויס מדינת ישראל מיט די יעצטיגע מלחמה, זיי ברענגען אויל און גאז פאר די שיפן און די מיליטער, מ׳נוצט זייער סובמארין וואס זיי האבן געשענקט פאר די מדינה אפאר יאהר צוריק וואס איז ווערט אין די ביליאנען…
אבער…וויפל געלט זיי וועלן נאר געבן פאר די אידן וועלן זיי נאכאלץ בלייבן שולדיג!!!
איך זאג נישט אז די היינטיגע דור זענען עפעס שולדיג פאר עפעס וואס איז געשעהן 80 יאהר צוריק, איך האלט זיי זענען גארנישט שולדיג און ס׳איז שיין פון זיי אז זיי געבן אזוי סאך געלט און שטיצע פאר די מדינה, אבער לויט ווי עס קוקט אויס ווילן זיי באצאלן און מיט דעם אָפווישן זייערע אלטע זינד, און אויב דאס איז טאקע די קעיס, דאן זאג איך אז ס׳איז נישטא די געלט אין די וועלט צובאצלן וואס זייערע עלטערן האבן געטוהן!

איך האלט גראדע זייער שטארק פון די היינטיגע דייטשען, לויט זייערע געזעצן דארפן זיי יעדן טאג לערנען אין יעדע קלאס בערך 15 מינוט פון די האליקאוסט, אין אלע זייערע שטעט קען מען זעהן פיל מיט אייזענע טאָוולעך וואס שטייט דא האט געוואוינט פינקעלשטיין, האראוויץ, שפירא, ראזענבערג, מ׳האט זיי ארויסגעטריבן פון זייערע הייזער אין די און די דאטום.

ענק קענען זיך פארשטעלן וואס אמעריקע וואלט געדארפט שריייבן אויב זיי ווילן אפּ-ווישן זייערע אלטע חובות?

״ דא האבן אמאל געוואוינט 100 מיליאן נאטיוו-אמעריקאנער - אונזערע עלטערן מיט די “בלויע אויגן” זענען געקומען דא פון אייראפע און אויסגערצחט 99 פראצענט פון זיי, דערנאך האבן אונז באגאנבעט מעקסיקא האלב פון זייער לאנד, און אונז האבן פארשקלאפט שווארצע פאר הונדרעטער יאהרן און זיי נישט געגעבן קיין רעכטן, און פרויען האבן נאר געהאט אביסל רעכטן נישט צי סאך ח״ו

יא, דזאורזש קארלין זאגט עס די בעסטע!
“This country was founded by slaveowners who wanted to be free… They stole the land from the Native Americans and built the economy on the backs of slaves — but they wrote about liberty and justice for all.”

סארי, כהאב פארדרייט די שמועס.
 
לעצט רעדאגירט:
מיין חשש איז: אמעריקע מישט זיך אריין, אמעריקאנער סאלדאטן שטארבן/ די עקאנאמי ווערט עפעקטעד, מד"י ווערט באשולדיגט אין אריינשלעפן (נאכאמאל) אמעריקע אין מלחמה, אלע פריערדיגע קאנספיראציעס באקומען לעגיטימאציע, אנטיסעמיטיזם עקספלאדירט, אין 28' גייט ארויף אויפן בענקל א תומעס מעסי-רענד פאול אין גוטן פאל אדער א קענדיס אויענס-טאקער פאר וואס לויפן אויפן טיקעט פון אפהאקן יעדער מינדעסטע קשר מיט מד"י.

אויב איך בין נישט קיין איד, עווענגעליסט אדער טראמפ פאנאטיקער איז שווער צו מסביר זיין פארוואס איך זאל שטיצן אמעריקע זיך אריינמישן אין א מלחמה מיט אן אנדערע לאנד אין די מיטל מזרח אין צייט וואס די לאנד פלאגט זיך מיט די אייגענע פראבלעמען. אויב גייט עס ברענגען די מינדעסטע אומגליק גייען די אידן כאפן
 
אויב איך בין איראן וואלט איך יעצט מער ווי אלעמאל געצילט צו מאכן אז נוקלעארע באמבע.
וועגן דעם דארף ווערן זיכער געמאכט אז זיי פארלירן אלע מעגליכקייטן!! און אויב מיינט דאס אז אמעריקע זאל ווערן אריינגעמישט. זאל זיין!
 
מיין חשש איז: אמעריקע מישט זיך אריין, אמעריקאנער סאלדאטן שטארבן/ די עקאנאמי ווערט עפעקטעד, מד"י ווערט באשולדיגט אין אריינשלעפן (נאכאמאל) אמעריקע אין מלחמה, אלע פריערדיגע קאנספיראציעס באקומען לעגיטימאציע, אנטיסעמיטיזם עקספלאדירט, אין 28' גייט ארויף אויפן בענקל א תומעס מעסי-רענד פאול אין גוטן פאל אדער א קענדיס אויענס-טאקער פאר וואס לויפן אויפן טיקעט פון אפהאקן יעדער מינדעסטע קשר מיט מד"י.

אויב איך בין נישט קיין איד, עווענגעליסט אדער טראמפ פאנאטיקער איז שווער צו מסביר זיין פארוואס איך זאל שטיצן אמעריקע זיך אריינמישן אין א מלחמה מיט אן אנדערע לאנד אין די מיטל מזרח אין צייט וואס די לאנד פלאגט זיך מיט די אייגענע פראבלעמען. אויב גייט עס ברענגען די מינדעסטע אומגליק גייען די אידן כאפן
איך קען דיר אינטערשרייבן אז אמעריקע מישט זיך נישט אריין אפשר וועלן זיי געבן באמבעס פאר ארץ ישראל אזוי ווי ביז יעצט
 
קען מיר איינער מסביר זיין וואס דא גייט פאר
די אמעריקאנער אינטעליגענץ זאגן אז עס איז נישט דא קיין פרופ פון מאכן נוקלעארע וואפן
גייט מען אריין אין איראן און מען הרגעט אויס וויפיל עס לאזט זיך און מען שרייט אז איראן האט אנגעהויבן און די וועלט דארף נאך זעהן גוטס אויף ד י מדינה וואס גייט דא פאר? בין איך משוגע
 
Back
Top