- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 136
- רעאקציע ראטע
- 1,155
- פונקטן
- 213
מיט מוזיק מיין איך דעם דזשאנרע מוזיקא חסידית. מיט ״היינטיגע״ מוזיק מיין איך די פאוסט מוזיקא חסידית אין וואס איך זעה בלויז איבערגעקייטע תנועות אדער אומבאלימפערטע פראוון צו ברענגען עפעס ארגינעל צום טיש. ביי מיר איז די מוזיקא חסידית פון די מ׳ נ׳ און ס׳ יארן, די ״פאן״ צייטן פון מוזיק. האב איך נישט געקענט עלטערע ניגונים פון אביש מאיר, ראוונער, באקאן, יאסעלע, מאדזשיץ וכו? יא! נאר מוזיקא חסידית איז געווען די שטיק אין מיינע בחורישע יארן, ס'ביי מיר אלזא געווארן א בחינה פון א קלאב, איך האב מיך גייסטיש צו דעם קלאב צוגעטשעפעט ערגעץ אין מיינע בחור'ישע יארן, און עס איז ביי מיר געבליבן א רעאליטעט, א דבר של ממש. איך קען דאס משבר אוזן זיין צו די צדיק׳שאפט ״ווער איז גרעסער״ אלימפיקס, כ'האב דעם שבת געטראפן א איד אין די זעכציגער, א היימישער וואס איז פארוואגלט געווארן דא אין די רוחות וואו איך דריי זיך, אוי האט ער אויפגעלעבט אז איך האב אויפגעברענגט די נושא פון סאטמאר רב כלפי בעלזער רב, קלויזנבורגער רב, און וואס ר' איציקל פשעווארסקער האט געהאלטן, ס'אנשטאנען תחיית המתים מיט דעם איד! פון דא זעה איך אז א לעבעדיגער נושא וואס א מענטש האט אין זיך איינגעבאקן פון די בחורי'שע יארן פארנעמט א ספעציעלער מקום ביים מענטש, דער נושא איז זיין קלאב.
איז דאס די מעשה מיט מוזיק אויכעט? מען זעהט דאך קלאר אז די פריערדיגער דור, די בני י' און פריע כ' יארן, האבן גע'טענה'ט אז מונה, מרדכי, איז אבק מוזיק, קטנות, מעשי קונדוס, די אמת'ע מוזיק איז פון בן ציון שענקער און ארויף ביז'ן אבובו של משה. א דור פריער איז די מוזיק אויף די פאדיומען געווען חזנות, כ'האב אליינס געהערט פון א איד אז אזוי שפעט ווי די ל' יארן האט א בחור וואס הערט יאסעלע געהייסן נדפס בשובבות (באמישקייט). בין איך דער זעלבער נאר א בן נ' יארן?
אדער ניין, אפשר וועט מען מוזן זאגן די סברא וואס כ'האב דאכט זיך געהערט פון יואלי הורוויץ ראש מקהלת שירה, אז אמאליגע ניגונים מיינט מען די גוטע וואס זענען געבליבן, די נארישע זענען פארגעסן געווארן, אזוי אויך נייע גוטע ניגונים וועלן זיך עלטערן מיט כבוד און ווערן אמאליג.
נגינה, ווי מיר קענען היינט, איז לכאורה נישט עלטער ווי דריי פיר הונדערט יאר צוריק. איך קען נישט פונקטליך די היסטאריע, אבער קוקנדיג אין אלטע ספרים מימי הראשונים, זעהן מיר נישט צופיל וועגן מעלאדיעס, ס׳געווען נוסחאות דאס יא, פריער איז געווען קורצע פרייזן, אזויווי די ספרדישע ענני, ווייל א פייטן איז דאן געווען עקוויוואלענט צו א מלחין היינט, מיט פייטנית האט מען געוויזן די פאווע פעדערן, און פאר דעם איז געווען טעמים.
הייסט עס די גאנצע דזשאנרע פון ניגונים און מעלאדיעס עקזיסטירט בערך דריי פיר הונדערט יאר, היבש ניי. כ'בין טאקע נייגעריג וואס עס האבן געזאגט די בני ש׳ יארן צו די בני ת׳ און ת"ק דורות מיט זייער נייער המצאה פון מעלאדיעס, אזעלעכע צוקערלעך וואס זיי האבן אדאפטירט פון ווייסעך-וואו, אנשטאט נוסחאות און חיתוך הדיבור. און וואס וואלטן געזאגט די פייטנים צו די שפעטעריגע בעלי נוסחאות.
דער אמת איז, מיר אלץ שול אידן האבן אלעס פון ביידע זייטן. מיר ווייסן וואס א גוטער נוסח ביים דאווענען איז, מיר קענען הערן דעם ווילדסטן מרדכי שאפירא טראנס, אפילו שוין מחוץ למחננו, מייקל דזשעקסן צו דזשאזטאן וויווער צו ווייס וועלכע יאר, די טיפסטע מעמקים פון א די.דזשעי וואס ס'נאך אפילו נישט געבוירן געווארן, באשאפן געווארן דורך די שבעת סריסי עי.איי. אליינס, אפילו דאס לאמיר זאגן האט מען שוין געהערט און זיך געזינקען אין די מ"ט שערי די.דזשעי. פונדעסטוועגן איז אונזער אויער נישט פארשטאפט פון צו דערהערן א גוטער במוצאי יום מנוחה, ונתנה תוקף, אונזער הארץ וועט נישט זיין פארשטיינערט פון צו כאפן א סקרוך פון דעם סקארבאוון והכוהנים וואס דער יסוד פון דעם נוסח גייט צוריק ביז תקופת הראשונים ויש אומרים אפילו ווייטער צוריק. אונזער פיס וועט נישט זיין געלעמט פון צו טאנצן אויף ניגונים פון צוויי הונדערט יאר צוריק ביי די הקפות אן קיין מוזיק, אונזערע הענט וועלן נישט זיין פאראליזירט פון צו קלאטשן אויף א לא תבושי פון הונדערט פופציג יאר צוריק, אונזערע אויגן וועלן נישט בלייבן גלייכגילטיג פון צו טרערן אויף א אהבה רבה ניגון פון צוויי הונדערט יאר צוריק, אונזערע גלידער וועט נישט בלייבן קאלטע לינג און לעבער פון זיך צו פלאמען פון א קה רבון פארפאסט דורך די בעל שם'ס חבריא.
איז וויאזוי פארענטפערט דאס אז צוואנציג יאר שפעטער הערשט כאילו אן אנדער טעיסט, אז איך פארשטיי גארנישט וואס די ״יונגע״ ווילן דא? צו האט דאס מיט דעם אז וואס א דור שפעטער פארברייטערט זיך די מאגן צו קענען טאלערירן וואס פריערדיגע האבן נישט געקענט? אדער פשוט ס'איז אן ענין פון קלאב, רעלעוואנטישקייט, א באזונדער "אינסייד" טעיסט וואס יעדער דור פארמאגט, אזא מוזיקאלישער sense of belonging גלייך ווי כ'האב אויבן דערמאנט מיטן קלויזנבורגער, סאטמאר רב און בעלזער רב…
תיקו!
עד כאן וואס מיין פעדער האט געלאזט גיסן, נישט איבערגעקוקט, ואין מוקדם ומאוחר בענין
שכח פאר אויסהערן

לעצט רעדאגירט: