וואס איז א קולט?

פרנס החודש

פרישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
12
רעאקציע ראטע
56
אויך דארף מען געוואר ווערען די ליניע וויאזוי א מענטש קען אליינס וויסען ווען ער איז אין א קולט אדער עס איז אידישקייט.
אין א צווייטע אשכול האט איינער געפרעגט וואס איז די חילוק צווישן א קולט און א ״נארמאלע״ חסידות.

אין סאציאלאגיע די דעפיניציע פון א קולט איז: א גרופע מענטשן וואס זענען עקסטרעם איבערגעגעבן צו א פערזאן, געדאנק, אדער פילאזאפיע.

פארשטייט זיך אז לא הרי זה כהרי זה, און עז זענען פארהאן פארשינע מדריגות אין עקטרעמיזם. נישט יעדע קולט וועט זיין אזוי עקסטרעם ווי לב טהור. נאר איך פרוביר אוועקצושטעלן א ליניע צווישן געזונטע און קראנקע סיסטעמען.
די פראגע איז וואס הייסט עקסטרעם? אין אלגעמיין וואלט איך געזאגט אז אויב איינער שטעלט די קולט איבער די פאמיליע וכו׳, אבער מענטשן וואס זענען אין א קולט ווילן אייביג זאגן: די קולט שטעלט מיך צו א פרנסה, מוסד פאר די קינדער, וכו׳. (לב טהור שטעלט אויך צו די אלע זאכן, אפילו שידוכים פאר די קינדער!!).


ממילא האב איך אהערגעשטעלט זייער א פשוטע פאבי צו זען אויב איינער איז אין א קולט.
די ליניע איז זייער פשוט:
האסטו געוויסע פרינציפן וואס דו רוקסט זיך נישט אוועק, רעליגיע אדער נישט?
אדער ״די תורה זאגט מיר וואס איז מאראליש, אמת, און גוט״?

דאס ערשטע איז א געזונטע צוגאנג, די צווייטע מהלך איך נישט געזונט.
אויב איז נישט דא קיין פונדומענטאלע ווערדן העכער רעליגיע, איז די גאנצע רעליגיע ״איך בין בעסער פון דיר ווייל מיין בוך זאגט אזוי״.

ביי וועלכע סטאנדאנט איז דיין רעליגיע ״אמת״, ריכטיג, און גוט, אויב די מיינונג פון די ווערטער קען זיך טוישן לויט ווי דיין גאט/רבי פילט נאכ׳ן טשאלנט. וכבר אמרו חכמים יכולים לטהר את השרץ בק״נ טעמים.
ביי וועלכער סטאנדארט איז דיין חסידות/ספר/מוסד/משפיע/דיין מער אויסגעהאלטן ווי די אלגעמיינע וועלט?

פראגע איז: אויב טרעף איך מיין רבי מיט א גראבע ליגן אדער שמוץ, וועל איך אויפהערן גלייבן אדער ״תלמיד חכם שעבר עבירה אל תהרהר אחריו״?
געווענליך פאסירט עס אינמיטן א שמועס מיט די מערסט ראציאנאל פון מיינע חבירים, און איך ווארף אריין א קליינע שטיקל קריטיק אויף רב שך. יענער גיט זיך א שטעל אפ און בורטשעט ארויס: ביז אהער! פרעג איך אים: וואס האט פאסירט? מען מעג נישט קריטיקירן דיין רב?

ביי וועלכער לאגיק איז רב שך העכער קריטיק?
״רב שך איז דער וואס האט אוועקגעשטעלט די ישיבה'שע עולם התורה נאכ׳ן קריג אין ארץ ישראל!״
איז ער העכער קריטיק? קען איך אנווייזן צום ביישפיל אז ער איז געווען בעד אוועקגעבן עזה צו די אראבער, וואס האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט צו זיין א שרעקליכע קאטאסטראפע וואס האט געקאסט טויזענטער נפשות? ניין? גוט מארגן, דו ביסט אין א קולט!

אדער ווען איך עפן א שולחן ערוך און ווייז אפען אז א געוויסע בית דין אדער רב פסק׳ענט געגן הלכה, און די ענטפער איז: ״אין לך אלא חכמים שבימך״, ״אם אומרים לך על שמאל ימין, ועל ימין שמאל וכו׳
אויב ווען איינער קריטיקירט דיין רב אדער רבי און די האסט א פראבלעם דערמיט, ביסטו אין א קולט.
 
אוי זאגסטו דאך אזוי גוט! דו קומסט אריין ווי א ר' חיים אין א רמב"ם, ווי א חזון איש וואס קומט אריין אין א פארפלאנטעטע סוגיה און ווארפט אריין א ווארט און אלע קנייטשן ווערן אויסגעגלאט!

לאמיר איבער'חזר'ן, די ווארט איז וואו בורטשעט זיך ארויס דעם "ביז אהער!" פונעם ליטוואק? דארט ליגט טיעף באהאלטן דיין פערזענליכע עבודה זרה.

ברוך אלוהינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים, פארוואס זאגט מען תועים און נישט טועים? ווייל די סטרא אחרא מאכט קיינמאל נישט קיין טעות, זיי זענען אייביג גערעכט. טועים זענען זיי טאקע נישט אבער זיי זענען תועה בגדול. ואלוהינו שבשמים האט נישט קיין פראבלעם צו מאכן טעותים. מ'מאכט א טעות, און מ'ווישט זיך אפ דאס נאז און מ'גייט ווייטער צום נעקסטן פראיעקט. כי נחמתי כי עשיתים, און תוך כדי דיבור נעמט מען זיך צו א פרישן פראיעקט, ונח מצא חן בעיני הוי"ה.
 
איי ריספעקטפולי דיסעגרי.
דער ארוני לדוגמא האט צוויי אמת׳ן איינס גאט צוויי ר׳ אהרן ברך משה. איי זיי זענען געגאנגען אין קאורט און זיך אויסגעלאכט פון בי”ד צווישן אנדערע מעשים טובים? עס מוז זיין אז דו ווייסט נישט אלעס! ווען דו וואלסט געוואוסט וואלטן פארשטאנען פארוואס!
דער גורער האלט אויך אז די תורה איז אבסאלוט נאר דער רבי האט מען אים אינדאקטארינירט, וואס ער זאגט דאס גופא איז תורה! ד”ה שו”ע איז עפ”י אידישקייט נישט נוגע ווען עס קומט צום רעבין. מיט רב ש"ך איז עס אביסל טריקי אבער די דזאסטיפיקעישן גייט בערך אזוי, אויב דו ווייסט האט ער דאך זיכער געוואוסט? אלא מאי ער האט עס אויסגעארבעט עפ”י הלכה!
ד”ה ער לייגט נישט תורה אין א זייט קאנשיעסלי. ער עסקעיפט.
 
למעשה פרנס, לויט דיין הגדרה האסטו אביסל פארלייכטערט די שעדליכעקייט און געפערליכע סטיגמע וואס א קולט טראגט מיט זיך.

כמעט יעדע מענטש האט א געוויסע אטאריטעט וואס ער האט ביי אים דעם "עד כאן". ביי איינער איז עס טראמפ, ביי אן אנדערע איז עס זיין ראש ישיבה, סענעטאר, אדער גאר זיין טאטע.

אז איינער האלט אז זיין טאטע איז אלעמאל ערליך און אפילו ער זעט אים טון אן עוולה פארענטפערט ער עס מיט כל מיני תירוצים איז פשט אז ער איז אין א קולט?

דאס איז זיכער אז ס'איז איינע פון די סימנים פון א קולט. דאס אז די פירער איז אלעמאל גערעכט און ער האט די עקסקלוסיווער אמת העכער סיי וועמען איז זיכער איינע פון די שטארקע שליסלעך וואס א קולט פארמאגט, אבער דאס איז נישט אלעס.

צו הייסן א קולט פארלאנג זיך אויך אז די פירער זאל האבן אן אבסאלוטן אטאריטעט, אן קיין געהעריגע איבערזיכט, און אן אומגעזינטן לעיאליטעט פון די קולט מעמבערס צום קולט פירער.

אז איינער איז א פייערדיגן חסיד פון רב שך און פארענטפערט אלע זיינע עבירות, אבער למעשה ווען עס קומט צו זיין פערזענליכע לעבן פייפט ער זיך אן אויף רב שך, איז ער לכאורה נישט אין קיין קולט.
 
פון אן אקאדעמישע פערספעקטיוו איז זייער שווער צו מסביר זיין וואס א קולט איז.

געווענליך איז עס קלאסיפיצירט דורך פארשער אונטער בערך די גדרים וואס מ'רעדט דא. אבסעלוט אויטאריטעט, אפהאקן די דרויסענדע קאמיוניקאציע, און אביוז אויף די נאכפאלגער...

לויט די APA איז די הגדרה:
a religious or quasi-religious group characterized by unusual or atypical beliefs, seclusion from the outside world, and an authoritarian structure. Cults tend to be highly cohesive, well organized, secretive, and hostile to nonmembers.

די פראבלעם איז אז א גרויסע חלק פון דעם אליין איז שווער מגדיר צו זיין.

1. ס'איז נישט דווקא קלאר וויאזוי מגדיר צו זיין רעליגיע. (א שמועס פאר זיך)

2. ס'איז נישט קלאר וואס מיינט unusual beliefs. ס'קען מיינען ביי יעדעם עפעס אנדערש. פאר אן אטעיסט איז יעדע רעליגיע אין דעם קאַטעגאָריע.

3. Authoritarian איז אויף א ספעקטרום. ס'איז שווער צו זאגן ביי וועלכע פונקט פונעם ספעקטרום ווערט עס א קולט.

לסיכום. עס איז נישט קלאר וואס א קולט איז, פונקט ווי ס'איז נישט עכט קלאר וואס א רעליגיע איז.

יעדער האלט אז וואס ער גלייבט איז ראציאנאל און וואס יענער גלייבט איז נאריש.

דא איז א גוטע ווידעא אויפן נושא.
View: https://youtu.be/6Pn2enNmtFI?si=obNzNgFhB6JrSXdJ


איך דערמאן מיר יעצט אז אלס בחור האב איך באגעגנט א בוך אין ספרים געשעפט פון יהושע העכט, (א ליובאוויטשער עסקן וואס טוט אין דיפראגראמען און ארויסראטעווען קולט מעמבערס).
די גאנצע הקדמה פונעם בוך געדענק איך איז ער ביזי מגדיר זיין וואס א קולט מיינט צו מאכן זיכער אז חבד איז נישט אריינגענומען. (אויב איך געדענק גוט ברענגט ער שטארק ארויס דאס ענין אז אין חבד געט מען encouragement צו פרעגן סיי וואס, און צווישן די שורות לאזט ער פארשטיין די אנדערע חסידישע הויפן אלס מעגליכע קולט). מ'קען נישט זיין מער בייעסד פון דעם. אויב געדענק איך גוט איז אפי' דער וואס שרייבט איהם א שטיקל פארווארד (א באקאנטע גוי'אישע קולט דעפראגראמער) זיך מחולק מיט זיינע דעפעניציעס.

דאס בוך
 
לעצט רעדאגירט:
יישר כח פאר עפענען דאס שנירל, צו ענפערען מיין פראגע.

איך שטרעב אז די תורה זאל מיר זאגען וואס איז מאראליש, אמת, און גוט, און איך זאל עס קענען נאכגיין אינגאנצען, דאס מיינט אז איך בין אין א קולט?
 
אפשר א טייט לאוו קישור בין איש ואישה וואס איינער קענען נישט הערן קריטיק אויף זייערע ליבע וועט אויך הייסען א קולט??!?!
נאר כרגע קען מען מחלק זיין די סיבה פארוואס ער קען נישט הערן קיין קריטיק,
צו איז עס מחמת אהבה אדער מחמת פחד פון פארלירען דעם גאנצכן הווית האדם דהייני אלס וואס ער האט וועט צאמפאלען,
אבער לכאורה איז עס נישט א ריכטיגען הגדרה נאר ענדערש א חלוקה שיכולה ליהות אמת…
 
ואלוהינו שבשמים האט נישט קיין פראבלעם צו מאכן טעותים. מ'מאכט א טעות, און מ'ווישט זיך אפ דאס נאז און מ'גייט ווייטער צום נעקסטן פראיעקט
זאגסט דאך אזוי גוט!
לויט דעם פאלט מיר איין א נייע פשט אין 'ימין ושמאול', אויף וואס מען דרשנ'ט אז אפילו אומר לך על ימין שהוא שמאל וכו'.
דאס מיינט נישט אז ווען די חכמים זאגן אז רעכטס איז לינקס, דאן זענען זיי גערעכט מיט דעם. נאר פשוט אז אפילו נאכ'ן מאכן אזא מיאוסע גרייז, קענען מיר זיי נאך אלס נאכפאלגן!
 
לכאורה איז טאקע נישט פארהאן קיין פונקטליכע, איינצלנע דעפינישן פון קולט, אבער עס זענען יא פארהאן עטליכע סימנים און כללים, און וועלכע גרופע עס פאלט אריין אין צופיל פון די כללים דערפון, גייט אריין אין דעם גדר.

די סימנים, לויט מיין אבזערוואציע, זענען:
1. דער פירער איז אבסאלוט, אומאפפרעגבאר, און זיין ווארט איז תורה מן השמים ממש.
2. קאמיוניקאציע מיט דער דרויסנדיגער וועלט איז פארבאטן אדער שטארק באגרעניצט.
3. מען נוצט פסיכאלאגישע מיטלען פון גילט און שעים צו האלטן מענטשן אין די גרופע.
4. מען פארלאנגט אסאך געלט, צייט אדער גרויסע ענדערונגען אין לעבן.
5. א שווארץ און ווייסע מהלך המחשבה וואס זאגט אז בלויז מיר פארמאגן דעם אמת און אלע דרויסנדיגע זענען א רחמנות.
6. נישטא קיין אפציע פון ארויסגיין פון די גרופע פרידליך. ווער עס גייט ארויס ווערט פארשווארצט און דערנידערט.

און יעצט קען מען צולייגן אז הגם כמעט יעדע חסידות קען רואיג אריינפאלן אין כמעט אלע כללים, פארמאגט עס אבער נישט קיין שייכות מיט אידישקייט בעצם, וועלכע איז בכלל נישט אזוי אויסגעשטעלט.
 
אבער די דזאסטיפיקעישן גייט בערך אזוי, אויב דו ווייסט האט ער דאך זיכער געוואוסט? אלא מאי ער האט עס אויסגעארבעט עפ”י הלכה!
ד”ה ער לייגט נישט תורה אין א זייט קאנשיעסלי. ער עסקעיפט.
It’s tricky business
ווייל בעצם איז דא א שטארקע מעלה אין דעם אז א מענטש האלט זיך נישט ווי אן אלעס-ווייסער

However
ווען דו טוסט פארראטן דיין אייגענע מאראל
and you override your inner knowing
ווייל איינער - וועם דו ריגארדסט ווי אן אויטאריטעט- האט אזוי געהייסן
דארט איז די גרעניץ ביי מיר ווי אמת׳ע קולט פארקנעכטונג קומט אריין
 
עקסטרעים גלייבן אין עפעס/איינעם מיינט נאכנישט קיין קולט.
דער עיקר סימן פון א קולט איז אז מען האט נישט קיין וועג צו פארלאזן די פלאץ
 
עקסטרעים גלייבן אין עפעס/איינעם מיינט נאכנישט קיין קולט.
דער עיקר סימן פון א קולט איז אז מען האט נישט קיין וועג צו פארלאזן די פלאץ
פון יעדע קולט זענען מענטשען אוועק געגאנגען. אין פון רעליגיע קען מען אויך נישט אוועק גיין.
 
זעה איך אין די רעספאנסעס די מערהייט זענען פארנומען מיט די דעפיניציע פון א קולט. איך האב סך הכל פרובירט צו שטעלן א פראבע ווי איינער קען זען אויב ער איז אין א קולט אדער נישט. ווייל אין אלגעמיין ווערן מענטשן זייער דעפענסיוו און וועלן פארלייקענען אז זייער קולט קומט נאך די סימנים.
״מיר האלטן צוריק קשר מיט די דרויסענדיקע וועלט? נא, מיר ווילן נאר נישט אז אונזערע קינדער זאלן האבן קשר מיט שלעכטע השפעות״ וכו׳. געווענליך וועלן מענטשן פארלייקענען זייער פארמאכטקייט, אביוז, אדער נישט לאזן אנדערע פארלאזן די קולט, אויב וועט איינער פרעגן לב טהור צו מען קען פארלאזן לב טהור, וועלן זיי זאגן ״זיכער!!!״ און דיר געבן א לאנגע ליסטע פון מענטשן וואס האבן איבערגעלאזט וכו׳. ממילא האב איך געטראפן א שטיקל טריק, דאס די מענטשן וועלן פריער מודה זיין אז זיי זענען אין א קולט, ווי מודה זיין אז זייער געדאנק קען זיין פארגרייזט, ממילא קען איך זיי דארט כאפן…
 
פרינציפן קענען אויך זיין א חלק פון די רעליגיע, דאס הייסט צום ביישפיל איך קען האבן פרינציפן ווי אמת, צדק, אדער משפט אלץ א חלק פון די רעליגיע. אבער עס מוז זיין העכער די אלגעמיינע מצוות פון די רעליגיע. זיך האלטן צו די פרינציפן און ווערדן פון אידישקייט מוז זיין העכער ווי אכילת מצה, עס מוז זיין ווי א חוק יסוד (קאנסטיטוציע) פון אידישקייט. אין דאס איז וואס ישעיה הנביא זאגט ״חגיכם ומועדיכם שנאה נפשי, מי בקש זאת מידכם?״. אז עסן מצה און מקריב זיין קרבנות איז נישט ווערט קיין סענט אויב האלט מען זיך נישט צו די פונדומענטאלע פרינציפן פון צדק ומשפט. א געזונטע רעליגיע איז א רעליגיע פון פרינציפן, פרינציפן וואס זענען העכער היערארכיע, אלגעמיינע מצות, און די פירער פון די רעליגיע. א רעליגיע וואס שטעלט די פירער העכער די פרינציפן, איז א קולט.
 
האב איך אמאל געטראפן אין א בוך פון עפעס אן אור-אלטע פאגאנישע רעליגיע שטיין עפעס ענליכס, דרך ארץ קדמה לתורה, גיי פארשטיי פארצייטישע מושגים.
 
Back
Top