אין הכי טאקע
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 36
- רעאקציע ראטע
- 210
״אפריקי״ ווערט א סך מאל דערמאנט אין פארשידענע מקומות אין חז״ל און אין די תרגומים, און צווישן זיי ווערט אפריקי דערמאנט אין באציג צו מקומות פלאים, דארט זענען געגאנגען טייל פון די עשרת השבטים, כדי איר צו גרייכן מוז מען אריבערשפרייזן די הרי חושך, דארט געפונט זיך א פאלק פון בלויז ווייבער, דארטן איז אפילו דא א טייך פון תחית המתים, און די טויערן צום גן עדן. אפריקי איז סינאנענעם צו די טיפישע ארצות פלאים פון די אמאליגע לעגענדעס בקצוות תבל, וואס האט כמעט נישט זיינס גלייכן אין גמרא.
דערפאר לאמיר פראבירן צו דערגרינטעווען, וואס איז דאס אפריקי, און וואו איז זי.
מען קען זאגן צוויי כנראה׳דיגע פשטים. איינס,
עס מיינט דער באקאנטער רוימישער פראווינץ בשם אפריקא אויפן מיטלענדישער בארטן וואס איז היינט ארום טונעסיע, וואס האט איידער די רוימישע איינעמונג געהייסן ״קרטיגני״, און אין געוויסע תקופות כולל געווען ברייטערע שטחים אויף די היינט באקאנטע צפון-אפריקאנע האפענעס מערב פון ליביע וואס איז איידער די פאל פון די פּיניקיער געווען די הארץ פונעם פיניקיער אימפעריע.
צוויי, ס׳איז אן אנדער אפריקא אינגאנצן, גארנישט צו טאן מיט דעם אפריקא הידוע לנו. נאך מער, יתכן ס׳מיינט א כינוי מופשט פאר יעדער ארץ פלאית, גלייך ווי שפעטער אינדיע, און אנדערע ווערטער, אן ארט ביי די עקן וועלט, יתכן צוליב וואס דער ארגינעלער אפריקאנער פראווינץ האט גע׳שם׳ט אלץ די רייכסטע רוימישער פראווינץ, איז זי יתכן געווארן א צונאמען פאר ארצות פלאות, גלייך ווי אינדיע איז בימי הפרסיים געווען די רייכסטע פערסישער פראווינץ, און געווארן דער משל לכל ארצות הפלאות, ווייל מקומות פון שפע האט שטענדיג גערייצט דעם דמיון פון מענטשן.
מ׳קען ברענגען ראיות פאר ביידע. לאמיר אנהייבן מיטן ערשטן.
פאר אפריקא הידוע כפשוטו:
ס׳האט דאך די נאמען, פשוט און גראד, פארשידענע פרטים ארום די אזכורים פון אפריקא אין גמרא פארשטערקעט די באווייז אז מען רעדט טאקע פון דעם רוימישן אפריקא וואס איז די ברעגעס פונעם מערב׳דיגן ים התיכון ארום טונעזיע:
א) אלכסנדרוס מוקדון גייט מאחורי הרי חושך, לויט די גמרא הייסט דער לאנד אפריקי, אבער לויט טייל מדרשים הייסט די לאנד קארטיגני וואס איז די אלטע נאמען פון דעם אפריקא הידוע, איז דאך לכאורה דאס א בפירוש׳ע ראיה אז אפריקי מיינט מען טאקע דער אפריקא הידוע.
ב) אויף דעם ארויף וואס רבשקה זאגט די בני יהודה אז סנחרב וועט זיי געבן אן ״ארץ כארצכם״ זאגט די גמרא אז דאס מיינט מען אפריקא. און קלימאטיש גערעדט איז קלאר אז טונעסיע פארמאגט אן ענדליך געאגראפישער קלימאט ווי ארץ יהודה. אויף דעם קו ברענגען חז״ל אז יהושע איידערן כובש זיין האט די פעלקער געגעבן די ברירה צו פארלאזן דאס לאנד זיי צוזאגענדיג אן ארץ כארצכם, און די בני גרגשי זענען טאקע געגאנגען און געקרוגן אן ארץ כארצם אין אפריקא.
ג) דער תרגום יונתן על הנביאים טייטשט שטענדיג אויפן תרשיש - אפריקא. הגם כלפי תרשיש אליינס איז נישט קלאר וואו זי געפונט זיך, איז אבער בכל אופן מסתבר אז דאס איז א האפן אויפן ים הגדול פון וואו מען ברענגט פארשידענע סארט מעטאלן און נישט עפעס העק פארווארפן, וואס שטימט שטארק מיט די מערב מיעלענדישע בארטענעס הנכלל אינעם רוימישן אפריקא הידוע.
ד) אויף די פראגע אינעם סיפור ידוע מיט הלל וואס דער טשעפנאק האט געפרעגט הלל פארוואס די בני אפריקא פארמאגן ברייטע פיס פלאכן האט הלל געענטפערט דאס איז דערפאר ווייל זיי וואוינען ביי ים זימפן, ווידער משמע אז אפריקא האט עפעס מיט ים.
למעשה אז מען קוקט אין אנדערע מקורות שטעלט זיך א שטיקל סתירא מיט דער אפריקא פון מערב ים התיכון הידוע.
נעמט למשל תרגום ירושלמי על התורה, דארטן ווערט גומר פארטייטשט אלץ אפריקא, (כמו״כ בבב"ר פרשה ל"ז איתא בני יפת גומר א"ר שמואל בר אמי זו אפריקא) בעת די איבעריגע ברידער - מגוג תובל משך תוגרמה, ווערן אלע פארטייטשט אלץ לענדער וואס קוקט אויס צו זיין צפון׳דיגע לענדער, אזויווי ארום דעם שווארצן ים און צפון אייראפא.
אדער נעמט די גמרא בשם מר זוטרא וואס זאגט אז די עשרת השבטים זענען פארטריבן געווארן קיין אפריקא. כידוע האט אשור נישט שולט געווען אויף די שטחים פון מערב ים התיכון, איז ווי קומט זי צו פארטרייבן די בני ישראל צו אן ארט וואס זיי האבן נישט שולט געווען?
אויך די מעשה מיט גביהה בן פסיסה ווען די בני כנען פון אפריקא זענען געקומען זיך פסק׳ענען קעגן די אידן פאר אלכסנדרוס איז קשה, ווייל ס׳נישט ידוע אז אלכסנדר זאל האבן שולט געווען אויף דעם מערב אטלאנטישן קאסמאפאליטין, בעת אויף די אנדערע פעלקער פון דעם סיפור, מצרים און ישמעאל האט ער יא שולט געווען, איז וואס א געשעפטן האבן מיט אים די איינוואוינער פון אפריקא דהיינו מערב ים התיכון ברעגעס?.
אויך אין די אויבן דערמאנטע ראיות לטובת א מערב ים תיכונישער אפריקא גופא איז דא לעכער. א) למשל טאקע די מעשה מיט אלכסנדר וואס איז געגאנגען קיין אפריקי - קרטיגני, שטייט דאך אין די מעשה קלאר אז דער לאנד איז נישט געווען צוטריטליך, ווייל די הרי החושך האקן אפ? און אויך היסטאריש שטימט עס נישט, ווייל ווי אויבן דערמאנט איז נישט ידוע אז אלכסנדר זאל האבן געגרייכט די מערב ברעגעס פון דעם ים התיכון. ב) די הרי החושך, טאמער איז דער אפריקי דער חוף הים, ווי קומט דארט אריין די הרי החושך? מען פארט דארט אהין מיט א שיף און פערטיג?!…ג) די ראיה פון הלל מיט אפריקא ביים ים, איז לאו דוקא, ווייל וואסערן זענען פאראן אימעטום, זאת ועוד, פון די מעשה מיט הלל איז משמע אפריקא איז אין א מקום פון זומפן, בּיצוֹת, נישט ים.
א גאר אנדער אפריקא
און ווירקליך דער מהר״ל אין נצח ישראל זאגט שוין קלאר ביי די מעשה פון אלכסנדרוס מיט די הרי החושך אז דאס קען נישט זיין דער אפריקא הידוע לנו, ווייל אפריקי פון אלכסנדר איז ״פסקי הרי החושך״. שפעטערע מפרשים פון די אויפגעקלערטע תקופה, האבן פראבירט צו צייגן אנדערע פארשלאגן פאר אן אפריקי. די מערסט באקאנטער פארשלאג איז אז דאס זאל זיין ״פריגיע״, וואס געפונט זיך היינט אין הארץ פון טערקיי (איר האט געהערט פון א מוזיק גוסט (סקעיל) ״פרעיגיש״? דאס איז על שם פריגיע).
צו וועט דער שיטה שטימען מיט די אנדערע אפריקא׳ס פון גמרא? איז קודם כל מוז דאך נישט זיין אז כל אפריקא שבגמרא רעדט זיך פון איין ארט, יתכן אז אמאל רעדט מען פון א בארגיגער אפריקא אין מזרח און אמאל טאקע פון דעם אפריקא של מערב ים תיכונית הידוע, און יתכן אז אפריקי מיט אפריקא איז נישט היינו הך. צווייטנס, מיר קענען נישט די מציאות פון זמן הגמרא צו וויסן צו עס שטימט יא צו נישט, ווייל צ.ב.ש. איז יתכן אז דער מקום הנקרא קילקיע, (וועמענס הויפט שטאט איז דער האפן שטאט הידוע ״טארסוס״) וואס גרעניצט זיך דרום פון ארץ פריגיע, איז אמאל בפי אנשים פאררעכנט געווארן אלץ טייל פון פריגיע, אזוי אז תרשיש אלץ אפריקא קען ארויף גיין אויף דעם תארסוס אשר על גבול פריגיע. אויך איז יתכן אז אויך אין יענעם געגנט ארום פריגיע איז געווען א שטאט וואס האט געטראגן דעם נאמען קארטיגני, ווייל צידונים די פיניקער האבן גגרינדעט האנדלס צענטרומען אימעטום אויפן ים הגדול, נאר איז היינט פארשווינדן פון די מאפע. נאר וואס דען, קיין שטארקער אלטערנאטיווע קאנדידאט פאר אפריקא/אפריקי פון גמרא איז פריגיע בכל אופן נישט. זי האט זיך פונקט אזוי זיינע פראבלעמען.
איבעריקא
דא קומט אריין אן אנדער שיטא וואס כנראה איז דאס יא א שטארקער אלטערנאטיווע, געברענגט שוין אינעם געאגראפישן ספר שבע חכמות פון די סוף ר׳ יארן, אז יתכן דער אור אלטער בארגיגער מדינה ביים מזרח שווארצן ים, ידוע מיטן נאמען, איבעריע (אין קעגנזאץ צום מערב׳דיגן איבעריע פון שפאניע), אדער איבעריקא, וואס איז דער היינטיגער מזרח גרוזיע, איז דער אפריקי פון אלכסנדרוס, און אפריקי זאל זיין א טעות סופר פון ״איבריקא״, ווייל כידוע האבן שפעטעריגע מגיהים מגיע געווען ווערטער לויט ווי ס׳האט זיך זיי געקלינגען היימיש, דוגמאות לזה זענען דא לרוב, למשל מען זעהט ווי דער שטאט ״אפמיא״ אין צפון ארץ ישראל ווערט אין טייל די דרוקערייען - אספמיה, פון רום ווערט אמאל ארם, פון קרמניא ווערט גרמניא, וכהנה וכהנה.
ובאשר דעם ״קרטיגני״ וואס איז צוגענאגלט צום אפריקא, איז אזוי, שוין פון גמרא איז משמע אז יתכן ס׳איז געווען אין יענע יארן ידוע אן אנדער קרטיגני ערגעץ אין מזרח פון צור, עפעס א סארט אידישער ארט, דאס זעהט מען פון אן אינטרעסאנטע מאמר וואס באציט צור מיט קרטיגני, וואס לכאורה במשכל ראשון וואלט זיך עס געדארפט האנדלען פון די צוויי באקאנטע מחותנים, היות קרטיגני איז דער צור׳ישער קאלאניע אויפן מערב ים התיכון, וואס איז ביני הרומים געווען ידוע אלץ אפריקא ווי שוין דערמאנט. נאר דוקא די גמרא׳ס באציג צווישן ביידע לויט די אנגענומענע גרסאות ווייזט אז ס׳קען נישט זיין דער זעלבער קרטיגני, ווייל דער מאמר הגמרא לויטעט:
״פון מערב צור און ווייטער ווייסן מענטשן נישט פון אידן מיט גאט, און פון מזרח קרטיגני און ווייטער ווייסט מען ווידער נישט פון אידן מיט גאט!.
יעדער וואס קוקט אויף א מאפע ווינדערט זיך אויף דעם געאגראפישן אילוסטראציע, ווייל מערב צור, און מזרח קרטיגני זענען ביידע דער ים התיכון, איז וואס א סארט ״מן-עד״ גרעניצן שטעלט עס מיט זיך פאר?
טייל וועלן דערפאר טאקע שטיפן צו א גירסא פון - מחלפת השיטא, נעמליך ס׳פשוט א טעות סופר און ס׳דארף שטיין להיפוך - מזרח פון צור און מערב פון קרטיגני. נאר ס׳שטימט ווייטער נישט מציאות׳דיג, ווייל מילא מערב קרטיגני ווייסט קיינער נישט פון גאט, ס׳איז דארט טאקע שוין דער ווייטער פארווארפענער מערב, אבער מזרח פון צור ווייסט קיינער נישט פון גאט?… ארץ ישראל איז דאך מזרח פון צור?!… מוז זיין אז דער ארגינעלער לשון איז נישט קיין טעות, נאר ללימוד היא צריכה, און יתכן ס׳דא נאך א קרטיגני געווען ידוע באותן הימים וואס איז פונקט להיפך פון דעם ידוע׳דיגן קרטיגני געווען דוקא מזרח פון צור, אולי אויך א קאלאני פון צור ווייל אזוי איז מובן זייער מחותן׳שאפט, לאמיר זאגן א ים פארט אין מזרח וואו די צוריים האבן דערגרייכט.
טראץ וואס במשכל ראשון האבן די צוריים געוועלטיגט בלויז אויף די ברעגעס צו זייער מערב וואס איז דער ים התיכון ווייל אויף דעם ים האבן זיי געהאט דירעקטע צוטריט, בכל זאת דארף מען נישט מער ווי געבן א קוק אין פסוק ווי שלמה האט געשיקט אינאיינעם מיט די עבדי חירם אויפן ים סוף קיין ארץ אופיר, און אויך פון די חוקרים און ארכעלאגן איז מפורש אז די צוריים האבן געבויט קאלאניעס אזש ביזן פערסישן גאלף. כל שכן איז נישט רחוק צו זאגן אז די צוריים זאלן האבן געבויט א קרטיגני ערגעץ אויפן מזרח פון שווארצן ים צופיסנס פון די קאווקאז אין ״איבעריקע״, פון וואו מען קען גרייכן גראד פונעם ים התיכון.
צופעליג האב איך געזיכט אין די אינטערנעט מאפע, און פלאי פלאים, אז מען קומט אן צו די פאקיסטאנער בערג דורך׳ן מדבר פון מערב, מען הייבט אן ארויף גיין די בערג וועלעכע שליסן אויס די ארצות אינדיע פון די וועלט, איז דא א שטיל פארשטעקט ארט מיט א טייכל וואס הייסט ״קארטיגני קאור״. דאס האט נישט מיטן דערמאנטן איבעריקא נאר א סייעתא וועגן אנדערע קארטיגי׳ס אינעם היפוך׳דיגער ריכטונג.
נאר וואס, ס׳פארט א דוחק, ס׳נישט ידוע מספרי היסטאריע אזא שטאט, און פון גמרא איז משמע אז מען רעדט פון א מקום ידוע בשם קרטיגי.
האב איך געקוקט אויפן אלטן מאפע פון גרוזיע און געזעהן אז דער נאמען איבעריקא איז געווען דער רוימישער נאמען בעת דער גרוזינער נאמען איז געווען ״קארטילי״. קען מען זאגן אז מדינת קרטיגני איז א טעות סופר פאר קרטילי? דאס מלכות קרטילי וואס איז איבעריקא געפונט זיך צפון מזרח פון צור, הגם לויט דעם וועט מען דארפן פארשטיין די מחותן׳שאפט צווישן צור מיט אט דעם קרטילי. בכל אופן, דער נאמען קרטילי איז נאכן נאמען קרטילוס, דער אור פאטער פונעם גרוזינער אומה וואס לויט זייער מסורה איז ער געווען מבני בניו של גומר בן יפת, וואס איז שוין אגב א סיעתא צום תרגום ירושלמי וואס טייטשט גומר - אפריקא, ווייל אז אפריקא איז קרטיגני מדינתא, און קרטיגני מדינתא זאל באמת זיין מלכות קרטילי על שם קרטילוס מבני בניו של גומר, האמיר קלאר דעם שייכות.
דארטן איז דא די ריזיגע מעכטיגע קאווקאז בערג וואס בימי הראשונים פלעגן עס טייל מכנה זיין ״הרי החושך״, און כאטש דער איבריקא וואס מיר זענען חושש אלץ דער פארבארגענער אפריקי, געפונט זיך נישט ווייט פון אן אפענער ים פארט, איז אבער דאס לאנד גופא פארשטעלט מיט ריזיגע בערג נישט פארמאגענדיג קיין ים אויסגאנג. שטימט עס דערפאר כאטש אויבערפלעכליך מיטן הרי החושך. היסטאריש גערעדט איז דא א מחלוקה צו אלעקסאנדער איז אנגעקומען ממש ביז אהין, אבער קרוב צו דעם ארט איז ער זיכער אנגעקומען, די בני גרוזיע האבן אייגענטליך א מסורה אז ער איז יא אנגעקומען ממש אהין. ווייטער שטימט עס אויך גאנץ פיין מיטן סיפור ארץ הנשים, ווייל לויט די גריכישע לעגענדעס האט זיך ביים שווארצן ים געפונען די ״אמאזאנעס״, דאס איז א לאנד פון בלויז פרויען. שטימט עס גאנץ גוט אויך לויט די קעגנזייטיגע מקורות.
צו וועט אלזא אונזער ״פריש געבוירענער״ קאווקאזישער אפריקא שטימען מיט די איבעריגע אפריקא׳ס פון די תרגומים און חז״ל׳ן? איז אזוי, מיט אפריקא פון תרגום ירושלמי אויף גומר, וועט עס נישט שלעכט אריינפאסן, שטימענדיג געאגראפישע מיט די אומות פון יענעם געגנט. ווייטער כלפי דעם אפריקא פון די עשרת השבטים, אויך גאנץ טרעפליך, עלכ״פ מער טרעפליך ווי דעם מערב ים תיכון׳ישער אפריקא, ווייל רוב מקומות וואו די עשרת השבטים זענען פארטריבן געווארן זענען אינעם געגנט פון גרויס-קורדיסטאן.
נישט נאר דאס, לויט שיר השירים רבא זענען די עשרת השבטים פארוואגלט געווארן טייל קיין ברבריא און טייל קיין סמטריא.
אויבן אויף, אז מען נעמט די עשרת השבטים׳ס אפריקא פון מר זיטרא, וואלט דער ברבריא ווידער געווען א ראיה צו א מערב ים תיכונישער אפריקא, ברבריא ווערט דאך אין אן אנדער מדרש דערמאנט אינאיינעם מיט ״מוריטניא״ וואס טאמער ס׳איז נישט קיין טעות הדפוס איז עס היסטאריש באקאנט אלץ דער רוימישער פראווינץ במקביל צום היינטיגן מאראקא, וואס איר נאמען איז היינט אריבער צום לאנד דרום פון מאראקא אונטער איר איינעמונג.
נאר מען דארף וויסן אז ברבריא איז געווען די נאמען פון פארשידענע מקומות ביי די ווינקלען פון די רוימישע גרעניצן אדער ווייטער. אונז איז באקאנט כאטש דריי ברבריא׳ס פונעם פארצייטישן רוים. איינס טאקע פון צפון אפריקא, א צווייטער איז אינעם היינטיגן סאמאליע, דארט איז עד היום דא א שטאט מיטן נאמען בארבארא. און א דריטער איז ביים שווארצן ים. דערפאר טאקע אויף דעם מאמר חז״ל אז א שליש העולם איז פארשוועמט געווארן צוויי מאל חוץ דעם מבול און האט איינמאל דערגרייכט אזש צו די ״כפי ברבריא״, איז דא לויט שפעטערע חוקרים דריי שיטות איבער די כפי ברבריא. איינס איז דער גיבראלטור, א צווייטער איז דער מאנדאב סטראט צווישן רויטן ים און אדענישער ים, און א דריטער - דער באספארטס ביים עפענונג פון שווארצן ים.
״סמטריא״ וואס ווערט דערמאנט בסמוך צו ברבריא אלץ אן אנדער מקום גלות עשרת השבטים זייט ביי זייט מיט ברבריא, איז למרבה הפלא א אפענער ארט אויך אין היינטיגן צפון קאווקאז צפון פון גרוזיע.
נמצא קומט אויס, טאמער האט דער אנדערער מקום גלות השבטים - ברבריא א קרובה׳שאפט ווי עס ווייזט אויס מיט סאמאטריע, האמיר א קלארער באווייז אז דער בארבאריע פון די עשרת השבטים איז דער שווארצן ים׳ישן ברבריא, או בפירושע סייעתא האבן מיר פון תרגום ירושלמי וואס טייטשט תוגרמה (כידוע בירכתי צפון) ברבריא.
ואחרי הודיע אלוקים כל זאת, טאמער האבן די צוויי, ברבריא און סמטריא״ א קרובה׳שאפט צום מקום גלות עשרת השבטים על פי מר זוטרא - אפריקא, האמיר א קלארער באווייז אז דער דאזיגער אפריקא איז אויך א קאווקאזישער, וואס איז טאקע אויך ארום דעם שווארצן ים.
בדרך אגב, ווי עס דערציילט דער נוסע יוסף יהודה טשארני אין זיין ספר מסעות, אז זייענדיג אין די שטאט דארבאן אין דאגטסטאן וואס איז אין די קאווקאז אויך אינעם געגנט פון גרוזיע, האט אים דער ארטיגער רב געזאגט אז זיין קהילה זענען מגולי שלמנסר מלך אשור.
באשר דער אפריקא פון די בני גרגשי וואס ויקרא רבה זאגט אז זיי זענען געגאנגען אל ארץ כארצם קיין אפריקא, הגם די מאראקאנער וועלן ברענגען כל הראיות שבעולם אז פון זיי רעדט דער פסוק. פארמאגן במקביל די גרוזינער אן אלטער מסורה אז דאס געארגישע פאלק שטאמט טיילווייז פון גרגשי, ר׳ בנימין מטודלה שרייבט: ארץ גורון הנקראים גרגנין, היושבים על נהר גיחון, והם הגרגשי מתעסקים בדת הנוצרית״, און דאס איז דאס ארץ כארצם וואו די גרגשים זענען געגאנגען, און פון דא נעמט זיך טאקע דער נאמען פונעם לאנד ״גיארגיע״.
און באשר דעם אפריקא וואס ר׳ עקיבא דערמאנט ביים פירוש המילה טוטפות, תת בכתפי שתיים פת באפריקי שתיים, טאמער איז דער כתפי טאקע דער קאספישער ים, איז א סברא צו זאגן אז אויך אפריקא בנידן דידן רעדט זיך פון יענער געגנט. ר׳ עקיבא כידוע האט אויך באזוכט ״גליא״ וואס לויט רוב ווארשיינליכקייטן רעדט זיך עס פון א מזרח׳דיגער גאליע, (אין קעגנזאץ צו דעם באקאנטן מערב׳דיגער גאליע פון פראנקרייך) און דאס זאל זיין דער באקאנטער גאלאטיע אין הארץ פון קליין אזיע וואס ווערט דערמאנט אין די ספרי הבשורות, היינט א פראווינץ אין טערקיי, ווייל אפילו דער שווארצער ים איז ביי טייל גערופן געווארן דער גאלאטישער ים. אויך האט ער באזוכט קפדוקיא, אולי דער קפדוקיא טאקע אין גאלאטיע, אדער דער אנדערער קפדוקיא (ווידער איז דא א צווייטער מיטן זעלבן נאמען) טאקע הארט נעבן מדינת איבריקא - מדינת קאלאכיס וואס איז אויך מכונה געווארן קפדוקיא.
בכל אופן זעהט מען מכל הנ״ל אז ר׳ עקיבא׳ס רייזעס זענען אלע געווען ארום די שטעט פון מזרח קליין אזיע והגלילות, אפנים נאך א צייגעניש אז אויך זיין אפריקי זאל האבן געווען ערגעץ אין די געגנטער נאנט צו די קאווקאז און נישט אין אנדערן עק וועלט אין טונעסיע און צפון מערב אפריקא.
ובאשר אפריקא פון תרגום יונתן אין באציג צו תרשיש, דא אין דער פאל וואלט איך געזאגט איז מער מסתבר אז ער מיינט טאקע דער מערב ים תיכונישער אפריקא, הגם אויך איבריקא - קרטילי - שטייט נישט ווייט פון א ים, דער שווארצער ים, קען מען לאזן א צד אז דאס זאל זיין נאך א קאנדידאט אויך פאר יונתן׳ס אפריקא, דהיינו תרשיש (ווייל אולי איז תרשיש געווארן א כינוי פאר גאנץ מזרח אנאטאליע, צוליב די שטאט תרשיש וואס איז אין איר) אדער אפילו דעם תרשיש פון דניאל וואס אויך דערויף טייטשט רש״י: גופו גדול שני אלפים פרסה כמדת ים ששמו תרשיש והוא ימה של אפריקא, אולי איז ים של תרשיש דער שווארצער ים. בכל זאת, אפריקא אין באצוג צו תרשיש וואלט איך געלאזט פארן מערב ים תיכון׳ישער אפריקא הידוע.

לעצט רעדאגירט: