ווי אפט גייט דיר דורך אין די ביינער דער רגש של אהבה?

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
275
רעאקציע ראטע
2,193
פונקטן
423
און מיט אהבה מיין איך נישט זאגן "איי לאוו" און אנדערע קרעפּ, נאר דעם ערהאבענעם באדייט, אזא וואס שניידט אריין טיף אין די אדערן.

איידער איך גיי ווייטער, בין איך זיך מתנצל אויף די אומ'סדר אין מיינע דיבורים; איך האף מיינע ווערטער וועלן זיין פארשטענדליך.

מיט אהבה מיין איך נישט קיין קראש, נאר ליבע וואס זיצט גוט, וואס מען באזיצט. איך בין געקומען צו דער גלייבונג אז א מענטש קען נישט לעבן אן דעם געפיל פון באדייטפולע ליבשאפט.

אלזא, וויפיל מאל א וואך, אין דורכשניט, שניידט אין דיר דורך, אדער נעמט דיר ארום, דאס טיפע געפיל פון קשר און אהבה? זאל עס זיין ליבשאפט צו דיין ווייב, צו דיין קינד, צו דיין שטאט, דיין הויז, דיין גאס, דיין קאמיוניטי, דיין רב, דיין פאלק, דער אייבערשטער, אפילו צו דיינע צרות אם תרצה, אבער ליבי, אבער ליבע, אז ס'גיסט ארויס.

פעלט אונז דאס, פעלט אונז אלעס. ליבע קומט נישט פון זיך נארן (פרעטענדינג בלע"ז). עס קומט נישט פון א ווילדע מאמענט. ליבע איז ריע"ל – א פארפלייצונג פון הארמאנישער שלימות. ליבע איז פון תחת רגלי הכסא הכבוד. דאס איז דער סאמע מענטש. ליבע איז די סאמע קדושה, העכער מאטריאל. ליבע איז די אמת'ע מתנה וואס שוועבט אין מענטשהייט ווי פארע וואס ווערט וואלקענעס, וואס ברענגען גשמי ברכה. מען דארף זיי נאר צאמנעמען, נישט זיין קיין נאר, און זיי אקטיוויזירן כדבעי. ווייל אן דעם, פארוואס לעבט מען אויף דער וועלט?

ווען איך קען, וואלט איך דא געמאכט אייגענע סערוועי/טשארט. איך וואלט געמאכט א קאלום "ווי אפט", און א קאלום "ווי שטארק":
  1. כאטש עטליכע מאל א חודש, אויף א רעגולערע, פאראויסזעהנדער שטייגער.
  2. ווען ס'רעגנט, דאן גיסט (חדשים אן גארנישט, פלוצלינג א פארפלייצונג פון ליבע).
  3. אויף ימים טובים און ביי חתונות.
  4. א מאמענט – כולי האי ואולי איינמאל אין א יובל.
ווי טיף און ארומנעמענד איז די הרגשת אהבה?
  1. פון איינס ביז דריי – מייכע טייסע.
  2. פון פיר ביז זעקס – נישט שלעכט, אז איך טראכט אריין.
  3. פון זיבן ביז ניין – ברוך השם, איך שפיר עס אין מיינע ביינער, הודו לה' כי טוב.
  4. צעהן – איך קען דאס נישט מסביר זיין; עס צושמעלצט זיך מיין הארץ, מיין נשמה שוועבט אין די ספערן מגודל אהבה.
 
פראביר נאר פראביר, אריינלייגן א געפיל, סיי וועלכע, אין טעכנישע ווערטער, פראבירן קאמוניקירן מיט אנדערע וויאזוי אןן 'אימאושן' שפירט...
ס'איז סוביעקטיוו, ווי ווייט עס קען נאר זיין. איך שפיר אהבה ביים אויפהייבן די הענטעלעך הויך הויך, זיך צוזינגען א פסוק שיר השירים און אויסגיין אין דעם אויבערשטן'ס ארעמס. אני חבצלת השרון!
 
סארי. ס'איז פאעטיש געשטימט. וואס ווילסטו? האסט באוויזן מיר אויפצואוועקן...
 
פאר אזא חשוב'ע מאמר, פאסט זיך צו מאכן א הקדמה פון לשון הרמב"ם, הלכות תשובה, פרק י' הלכה ג'. ער דעסקרייבט: וכיצד היא האהבה?... שיאהב... אהבה גדולה, יתירה עזה מאוד, עד שתהא נפשו קשורה באהבת ה', והוא שוגה בה תמיד כאילו הוא חולה חולי האהבה, שאין דעתו פנויה מאהבת אותה אשה, בין בשבתו בין בקומו, בין בשעה שהוא אוכל ושותה...

ער לייגט אראפ ווי אהבה זעהט אויס ווען זי איז סַמְּכוּנִי בָּאֲשִׁישׁוֹת, רַפְּדוּנִי בַּתַּפּוּחִים, כִּי חוֹלַת אַהֲבָה אָנִי.

אין חובת הלבבות שער אהבת ה', איז עס נאכמער עקספליסיט, צו דעסקרייבן אהבה.
 
וואס מיינט ליבע?

ווען איך הער מוזיק, פיל איך גוט. ווען איך טו עני זאך וואס מאכט מיר פילן גוט, טו איך עס, ווי יעדער מענטש.
דער כלל איז: יעדער מיינט בעיקר זיך. ווען ער העלפט יענעם, איז עס ווייל ער פילט שלעכט פאר יענעם, סאו טוט ער עפעס כדי זיך צו בארואיגן די אייגענע געפיל.

איך בין זייער נייגעריג, וואס מיינט אהבה?
אמאל האט מיר א גראפאלאג געזאגט אז איך בין זייער געפילישער, אבער ווען מען רעדט פון "אהבה" האב איך נישט קיין איינונג פון וואס מען רעדט.
קען זיין, אז אויב מען האט עס קיינמאל נישט באקומען, קען מען עס נישט פארשטיין?!

אפשר מיינט עס דאס: איך פיל שטארק פאר אנדערע, עס זאל זיין יעדעם גוט. איך וויל עס זאל זיין אסאך kindness אויף דער וועלט. למשל, ווען איך זע אויף יוטוב א ווידעא ווי מען מאכט אן עקספערימענט צו זען ווער וועט העלפן א צווייטן אין א געוויסע סיטואציע, ווערט מיר גוט אויפן הארץ.

אבער ווען מען רעדט פון "ליבן א מענטש", כאפ איך עפעס נישט וואס די מדובר איז.
ווען איינער טוט מיר עפעס גוט, מיינט עס ביי מיר אז ער האט מיר ליב, סאו האב איך אים צוריק ליב.

אלזא, וואס איז ליבע?
 
Back
Top