- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 275
- רעאקציע ראטע
- 2,193
- פונקטן
- 423
און מיט אהבה מיין איך נישט זאגן "איי לאוו" און אנדערע קרעפּ, נאר דעם ערהאבענעם באדייט, אזא וואס שניידט אריין טיף אין די אדערן.
איידער איך גיי ווייטער, בין איך זיך מתנצל אויף די אומ'סדר אין מיינע דיבורים; איך האף מיינע ווערטער וועלן זיין פארשטענדליך.
מיט אהבה מיין איך נישט קיין קראש, נאר ליבע וואס זיצט גוט, וואס מען באזיצט. איך בין געקומען צו דער גלייבונג אז א מענטש קען נישט לעבן אן דעם געפיל פון באדייטפולע ליבשאפט.
אלזא, וויפיל מאל א וואך, אין דורכשניט, שניידט אין דיר דורך, אדער נעמט דיר ארום, דאס טיפע געפיל פון קשר און אהבה? זאל עס זיין ליבשאפט צו דיין ווייב, צו דיין קינד, צו דיין שטאט, דיין הויז, דיין גאס, דיין קאמיוניטי, דיין רב, דיין פאלק, דער אייבערשטער, אפילו צו דיינע צרות אם תרצה, אבער ליבי, אבער ליבע, אז ס'גיסט ארויס.
פעלט אונז דאס, פעלט אונז אלעס. ליבע קומט נישט פון זיך נארן (פרעטענדינג בלע"ז). עס קומט נישט פון א ווילדע מאמענט. ליבע איז ריע"ל – א פארפלייצונג פון הארמאנישער שלימות. ליבע איז פון תחת רגלי הכסא הכבוד. דאס איז דער סאמע מענטש. ליבע איז די סאמע קדושה, העכער מאטריאל. ליבע איז די אמת'ע מתנה וואס שוועבט אין מענטשהייט ווי פארע וואס ווערט וואלקענעס, וואס ברענגען גשמי ברכה. מען דארף זיי נאר צאמנעמען, נישט זיין קיין נאר, און זיי אקטיוויזירן כדבעי. ווייל אן דעם, פארוואס לעבט מען אויף דער וועלט?
ווען איך קען, וואלט איך דא געמאכט אייגענע סערוועי/טשארט. איך וואלט געמאכט א קאלום "ווי אפט", און א קאלום "ווי שטארק":

- כאטש עטליכע מאל א חודש, אויף א רעגולערע, פאראויסזעהנדער שטייגער.
- ווען ס'רעגנט, דאן גיסט (חדשים אן גארנישט, פלוצלינג א פארפלייצונג פון ליבע).
- אויף ימים טובים און ביי חתונות.
- א מאמענט – כולי האי ואולי איינמאל אין א יובל.
- פון איינס ביז דריי – מייכע טייסע.
- פון פיר ביז זעקס – נישט שלעכט, אז איך טראכט אריין.
- פון זיבן ביז ניין – ברוך השם, איך שפיר עס אין מיינע ביינער, הודו לה' כי טוב.
- צעהן – איך קען דאס נישט מסביר זיין; עס צושמעלצט זיך מיין הארץ, מיין נשמה שוועבט אין די ספערן מגודל אהבה.