וויליאם וואן רובריק - דער פראנציסקאנער ברידער - רייזט קיין מאנגאליע

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
225
רעאקציע ראטע
1,740
פונקטן
213
אין פראנקרייך, הארט נעבן מערב בעלגישן גרעניץ, איז דא א שטאט וואס הייסט רובריק. מיט ארום אכט הונדערט יאר צוריק האט אין דעם שטאט רובריק געוואוינט א מאן מיטן נאמען וויליאם, אדער ווי מען האט אים שפעטער גערופן אין די לענדער ארויס פון זיין היים שטאט וואו ער האט ארום געוואנדערט - וויליאם וואן רובריק. דער וויליאם וואן רובריק, א פלעמער, איז געווען א פראנציסקאנער מיסיאנער, א שליח, וועמען די השגחה האט געפירט ביז אומגעווענליכע מרחקים, ווייל ער איז אויסגעוועלט געווארן צו טויפן שבטים פון ווייטן מזרח. פארוואס דוקא דעם ווייטן מזרח? ווייל די קריסטליכע וועלט האט געזוכט אליאנצן! זיי האבן זיך געשפירט איינזאם אינעם קאמף קעגן די מוסלעמענער.

באותן הימים איז פאר די קריסטן דער גרעסטער אבן נגף געווען דאס עקזיסטענץ פון מוסלעמענער, וועם זיי האבן באטראכט ווי אונטערמענטשן, בדומה צו פאגאנישע געצן דינער. און וואס עס האט זיי פארדראסן ביזן ביין איז געווען ירושלים, וואס ביז דעם אכטן יאר הונדערט איז זי געווען אונטער די ביזאנטישע הערשאפט, דאס הייסט א קריסטליכער הערשאפט, און דאן אריבער צו די הענט פון די מוסלעמענער. די קריסטן האבן דאס נישט געקענט אראפשלינגען.

כדי מקרב צו זיין אל הדעת זייער וויי געשריי פון זייער פרעספעקטיוו, לאמיר ניצן אונזערע סארט לשונות: ״אוי לו לדור שככה עלתה בימיו, דארט ווי יעזוס האט געשפאנט, אט דארטן פארשוועכן די מוסלעמענער מיט די זאמדיגע פיס?… איז דען א וואונדער יאשקע איז נישט צוריק?!… א חרון אף ברענגט דאס, און פון דא זענען די פרעמדע מאחמאדאנער יונק זייערע שווארצע כוחות…

אשר על כן איז געווארן נמנו וגמרו ביי אלע קריסטן פה אחד: ירושלים מוז צוריקגענומען ווערן.

האט דער מלך געלאזט אויסרופן א רופונג צום המון איבערן גאנצן לאנד: "ווער עס וויל זיך באטייליגן אינעם הייליגן צוג מקנא צו זיין קנאת ירושלים, איר באפרייען פון די מוסלעמענער, זאל זיך מיט אונז מיטכאפן. און אינאיינעם וועלן מיר ארויף גיין"!

נאר ווי אזוי באזיגט מען אט די מאכמאדאנער, זיי זענען דאך אן עם עצום ורב? איז פאר טייל יועצים אויפגעקומען א געדאנק:

פאראן איז א פאלק אין גאר ווייטן מזרח, זייער אויסזעהן איז נישט ווי אייראפעער, אבער אויך נישט ווי מאחמאדאנער, גוי אשר לא תשמע לשון עמי איירופא, און אפילו נישט לשון הישמעאלים, א פאלק פון לויטער גיבורים וואס קיינער קען זיי נישט באזיגן. אז מען באקומט זיי אריין אונטער די פליגל פונעם הייליגן טראון, וועט קיין שריד ופליט נישט בלייבן משונאיהן של הנוצרים!

בדרך כלל האט אינעם צוגאנג פון טויפן געהערשט צוויי קעגנזייטיגע שיטות, די בעלי מדת הגבורה קעגן די בעלי מדת הרחמים. דער אלגעמיינער קירכע די עסטעבלישמענט איז געווען מידת הדין, רק בכח הזרוע מיט א שטארקע האנט. דאקעגן די מונאכן פון די "ארדערן", אזויווי למשל פונעם פראנציסקאנער חדר, זענען בשיטה געווען פאר בלויז מיט שיינעם, בלשון רך, נועם הליכות. זיי זענען געווען מתחסדים, מסתפקים במיעוט, און דאס איז געווען זייער דרך פון מיסיאן. זיי האבן זיך נוהג געווען זיך לערנען שפראכן פון פרעמדע פעלקער, מיט זיי רעדן און שמועסן ביז מ'וועט בסייעתא דשמיא זיי ברענגען תחת כנפי הכס.

היות כח הזרוע ארבעט נישט מיט די יעניגע טארטארן, נאך איידער א קריסט הייבט א שווערד, טראומפירן די טארטארן מיט זעק פון קריסטליכע אויערן און פיפיקלעך, דערפאר טאקע דארף מען זיי פאר די מוסלעמענער. וועט דאס מאל צוניץ קומען דוקא א שוואכיטשקער איידעלער ארדען ברידער, א פראציסקאנער, זיי זענען מלומדי לשון, הקול קול פראציסקאנער.

נאר גיי טרעף א פראציסקאנער מיטן טערקישן טלית וואס וועט זיין מוכן צו רייזן א וועלט מחוץ די קריסטליכער אופק, א ארדער ברידער זיצט שטיל אין זיין ווינקל און טוט זיין עבודה. דא איז געקומען די השגחה'ס האנט, אונזער שוין מעיקרי באליבטער רובריק, אן אומגעווענטליכער מונאך, מיט כאריזמע און אבאנטוריסטישע רייץ, ער גייט דאס אונטערנעמען די רייזע...

וויליאם וואן רובריק'ס אומגעווענטליכער סיפור מסע הייבט זיך אן פון קאנסטאנטינאפאל! איי ווי איז ער פון זיין קליין פארוואלקנט שטעטעלע אין פלאנדערישן גראפשאפט אנגעקומען ביז צום ערב טראפישן קאנסטאנטינאפאל? אויף דעם גייט די סיפור אזוי:

רובריק איז מאז ומעולם נישט געווען א מפיל קינד אין רייזן, ער האט שוין ביז דאן - נאך פיל איידער דעם קעניג'ס קרייצצוג רוף - געהאט עספייעט צו מאכן פארשידענע רייזעס, טאקע נישט ארויס פונעם רהיין מוטער לאנד, אבער פאר יענע יארן בעת רוב מענטשן האבן זיך נישט דערווייטערט מער פון פופציג מייל פון זייער געבורטס ארט איז דאס נישט געווען אוועקצומאכן. רובריק האט געגרייכט ווייטע שטעט און שטעטלאך לענגאויס דעם רהיין, לאמיר עס רופן "סמוך ונראה'דיגע מרחקים", ווי אויך גרעסערע שטעט און ארמונות מלכים אין מיטלאלטליכער אייראפע.

דער ווילדסטער חלום פון א קריסטליכער אוואנטוריסט יענע יארן איז געווען עליה לרגל צו קריסטליכע הייליגטומען, אין צפון שפאניע, איטאליע, קאנסטאנטינאפאל און שוין מחוץ דעם רעגנדיגן אייראפע צו די זוניגע מדבר לענדער איבערהויפט ארץ הקודש. נאר ער האט נישט גע'חלום'ט אז זיין האריזאנט וועט ביום מן הימים זיך אויסברייטערן אפילו איבער די מאפעס פון אייפערישע עולי רגל, אהין וואו ער האט שפעטער אין זיין לעבן געגרייכט.

אנגעהויבן האט זיך זיין וועג אריין צום אוואנטוריזם און עקזאטיקע, ווען ער האט געוויילט אינעם עיר גדולה לאלקים, פאריז, דאן א באפעלקערונג פון ארום א פערטל מיליאן מענטשן. וויילענדיג אין פאריז איז ארויס דער אויבנדערמאנטער כרוז פונעם מלך לואיס דער ניינטער: "קומט לאמיר ארויף קיין ירושלים"! און עס איז רובריק געקומען אויפן געדאנק, אפשר איז צייט אויך איך זאל מיטטיילן אזא נסיעה.

על פי רוב די חברה וועלעכע האבן זיך באטייליגט אין אזעלכע רייזעס ווי די קרייץ פארער זענען געווען היציגע יוגענטליכע, מרי נפש, היימלאזע, יתומים וכו'. פאר זיי איז דאס געווען זייער ישועה, עס פלעגן זיך אויך מיטכאפן אמאל קנאים אדער אזעלכע וועלכע האבן געהאפט צו כאפן א שררה ביינדל.

נאר וואס טוט דא רובריק? פאר רובריק איז עס געווען די מיסיע לטהרה. עס האבן זיך דא אויך מיטגעכאפט אנדערע עולי רגל סארט און וואנדערדיגע מונאכן וועלעכע פלעגן מעולם לעבן איבער די ברעגעס פון געזעלשאפט… איז דערפאר נישט די מלחמה רייץ און רוח הקנאות וואס האט אים אריינגעשלעפט אין דעם אונטערנעמוג, נאר בלתי לשם הפצת דבר יאשקע איבער די וועלט.

רובריק, ווי אויבן דערמאנט, איז א מונאך, אדער "ברודער" (Frier) פונעם פראנציסקאנער ארדען (Order /מסדר).
וואס איז דאס אן ארדען? און וואס איז דאס א פראנציסקאנער?

אין יענע מיטלאלטער יארן איז שטארק געווען נפוץ אזעלכע אגענטורן פון באשיידענע "עובדים", דער מיטגלידער איז געווארן ווי א סארט נזיר, א קריסטליכער פרוש און חסיד לפנים משורת הדין. די מערסט באקאנטע יענע יארן זענען געווען דער דאמיניקאנער ארדען, און דער פראנציסקאנער ארדען.

אונזער רובריק האט זיך אנבאלאנגט צום פראנציסקאנער ארדען. דארט, ווי געזאגט, לייגט מען במיוחד א דגוש קעגן גרויסארטיגקייט און שררה, אויך האלט מען דארט נישט פון דאס שוועבן אין די הימלען פינאנעמען, יעדעס זאך וואס האט מיט איבערגעטריבנקייט, פאמפע, גרידער, אויפגעריסנקייט, נאר בלויז פון דרכי שלום, מעורב בין הבריות, און פשטות ושמח בחלקו, ווי עס האט געלערנט פראנציסקוס איש-אסיזי, דער איטאליענער קדוש, זון פון פראנצויזישן סוחר נאך וועמען ער הייסט, און מייסד פונעם פראנציסקאנער ארדער מיט הונדערט יאר פריער.

קרייץ ציגלער אפעראציעס וואלט דערפאר געדארפט זיין א ניגוד המוחלט צו א פראנציסקאנער, נאר ער כאפט זיך מיט ווייל דאס איז זיין הימלישער פליכט צו רייזן און פארשפרייטן דאס ליכטיגקייט פון די הייליגע קאטוילישע רעליגיע פאר ארימע פארבלאנדזשעטע נשמות, און פראנציסקוס ז"ל האט געלערנט אז ווען דער פויפסט אדער קאטוילישער מלכות הייסט עפעס דארף מען פאלגן כאטש זיי פארמאגן נישט אונזערע עקרונות, ווייל בויגזאמקייט איז אונזער וועג צו די וועם גאט האט געגעבן די מנהיגות איבער אלע קאטויליקן איבער די גארער וועלט.

מארשירט זיך רובריק מיטן המון קרייצצוגן, ער געפונט זיך אונטערוועגנס, גייט פארביי מיט המון שטעטלעך, אומות ולשונות אלע טריי דעם הייליגן טראון פון קריסטנטום, פרייע ענדלאזע לאנדשאפטן, אלץ נאך דעם מלך'ס פריוואטער ארמיי, דערווייל איז די לאנדשאפט ענליך צו דערהיים, ס'איז פון זעלבן טייג געקנאטן, קענטליך, רעגנדיג, גרינע גראז, הויכע געלע תבואה, טייכלעך, דערפלעך, שפיציגע רויטע קירכעס. נאר אז מען גייט אזוי אפ עטליכע וואכן, הייבט זיך אן זעהן א שטיקל טויש, נייע פאנאראמעס, קאלירן הייבן זיך אן טוישן, אט איז דער זוניגער מיטלענדישער ים, אט איז הרי הלבנון, און מען קומט אן קיין עכו, די טויער צו ארץ הקודש.

א רייזע וואס הוברר הדבר למפרע אז דער שריט איז געווען אן ערשטער טרעפל צו א לאלא לאנד ערגעץ שוין ארויס אינגאנצן פונעם האריזנט, פון ישוב העולם, דהיינו די קריסטליכע וועלט, און אפילו ווייטער פון די מיט די זאמדיגע מדבר פערשטן. ווייל דער פרומער מלך לייגט אן אויג אויף דעם ערליכן פראנציסקאנער נזיר וואס פארמאגט כאריזמאטישע כשרון, און האט פאר אים א ווילדער שליחות.

"גיי קיין טארטארן לאנד און דארט קער איבער דעם חאן'ס גלויבן צו קריסטנטום, וועלן מיר האבן א טאפלטן כח קעגן די מאחמאדאנער"! באפעלט דער מלך.

טארטארן לאנד?… אין פיסק פון לייב…

פון קינדווייז אן האט רובריק געהערט פון די טארטארן לאנד, שרעקעדיגע סיפורי מעשיות וואס ער האט ביים שלאפן גיין, למשל אז זיי קומען פון וואו די זון שיינט אויף, זיי לעבן אין גאלדענע געצעלטער, זיי טרינקען פערדן-מילך-וויין, זיי רייטן אריין אין א שטאט איר איינצונעמען מיט א מורא'דיגע שנעלקייט ווי א שטורם, און שניידן אפ אויערן מיט נעזער פון געפאנגענע וכדו', וויאזוי זיי זעהען אויס איז דא שמועות, נישט קלארע, יעצט אז ער רעכט זיך צו גיין צו הארץ פון זייער לאנד וואונדערט ער זיך צו וועט ער דארט באגעגענען די הונטן-קעפ, "קינאפאלן", ווי מען זאגט אז דארטן איבערן מזרח וואוינען די מענטשן מיט הונטן קעפ….

נאר רובריק ווי א ערליכער פראנציסקאנער, אז דער מלך הייסט פאלגט ער מוכן ומזומן. דער מלך שיידט אפ פאר אים א דעלעגאציע, מיט א מומחה אין ווייטע לשונות צו זיין פאר אים א דאלמעטשער, און רובריק איז גרייט זיך צו לאזן אין ווייטן אומבאוואוסטן וועג אריין.

וואס איז דאס טאקע דער טארטארן לאנד?

דאס איז א הערשאפט אויסגעשפרייט איבער די סטעפע אריבער דעם וואלגא מזרח, איבער ענדלאזע שטחים אזש ביז'ן אזיאטישן מזרח הרחוק, אן ארט מיט פוסטע ענדלאזע גראזלאנד, פון ווילדע פערד רייטער וועלכע לעבן ווירקליך אין אוהלים, זייערע מלכים רופט מען "חאן" און זייערע געצעלטער זענען באגילדעט, זייער לאנד ציט זיך ווירקליך אן אן עק איבערן פעלדליכן לאנדשאפט וואס מען רופט סטעפעס. די מענטשן זענען געווען באקאנט מיטן נאמען טארטארן, ווייל דער גאנצער צפון-אזיע טייל וואס געפונט זיך מזרח פון אייראפע האט מען אמאל גערופן טארטארן-לאנד, גלייך ווי דער גאנצער דרום אזיע מזרח פון די אראבישע לענדער האט מען גערופן "אינדיע".

"נאר וואו הייבט מען אן א רייזע אין פיסק פון לייב אריין ווייט פון יעדן שייכות מיטן עולם הידיעה - ברעכט זיך רובריק קאפ - במיוחד אז מען וויל די מענטשן איבעררעדן אריבערצוגיין צו קריסטהום, אן וויסן וועגן זייער וועג פון לעבן"?

"באלדווין וואן העינאוט" קומט רובריק'ן אויפ'ן געדאנק. באלדווין איז פונקט ווי וואן רובריק געוואקסן אין פלאנדערס, און אצינד איז ער א ריטער, דער כמו מלך אין קאנסטאנטינאפאל, וואס איז יעצט די הויפט-שטאט פונעם לאטיינישן קאטוילישן קעניגטהום, דער לאטיינישער אימפעריע ווי מען רופט עס, נאך א מיטלעלטליכע קאטוילישע מלוכה געגרינדעט געווארן דורך איינע פון די פריערדיגע קרייצצוגן, ווייל די קרייציגלער האבן געבויט מלוכות אין די מיטל מזרח לענדער וואו זיי האבן געגרייכט, האבן זיי עספייעט אויך אויף די ערד פון די חרוב געווארענע מזרח-רוימישע (ביזאנטישע) ארטאדאקסישע קעניגטהום געבויט א מלוכה, נאר אנשטאט א גריכישער רוים ווי זי פלעגט זיין, האט מען איר געמאכט לאטייניש ווי רוים של איטליא.

פארוואס האט רובריק געמאכט אן אומוועג צום ריטער באלדווין נאך יעוץ? איז אזוי: קודם כל שאדט נישט אן עליה לרגל צו איינע פון די עלצטע הייליגסטע קאטעדראלן דארטן תפלה צו טון איידער מען טוט אזא געוואגטע אונטערנעמונג צו פרעמדע ווילדענישן צו פראבירן צו מגייר זיין דעם פרעמדן מאכט פירער פון מזרח, צווייטנס, באלדווין האט מען געזאגט מפי השמועה האט געהאט א ווייב פון "קיימער" לאנד, א טארטאריש לאנד, קרובים צו די מאנגאלער וועלכע רעדן אן ענליכע לשון, דאס הייסט זיין ווייב איז געווען פון יענע חברה די סטרא אחרא אליינס, און אויב איז נישט גענוג מיט דעם האט מען געשמועסט אז באלדווין אין די פארגאנגענהייט געמאכט א רייזע ביז צום סאמען הויפט שטאט פונעם טארטארן לאנד טיף אין מזרח שוין איבער די וואלקנס…

און רובריק גרייכט קאנסטאנטינאפאל, וואס איז אין יענע יארן געווען א לויטער קריסטליכער שטאט איידער זי איז שפעטער פארוואנדלט געווארן אין א מוסלעמענישער איסטאנבול, פון די ערשטע און הייליגסטע קריסטליכע שטעט, זי איז דאך איינע פון די רוים'ס פון גמרא, ווייל ס'געווען צוויי גרויסע מעטראפאלישע שטעט מיטן נאמען רוים, איינס איז רומא של איטליא און דער צווייטער רומא של יוון וואס איז שפעטער גערופן געווארן נאכן קיסר קאנסטאנטין, וועלעכע פלעגט דינען ווי דער הויפשטאט פארן מזרח'דיגן חלק פונעם רוימישער אימפעריע.

קאנסטאנטינאפאל, אן עיר רוכלת עמים, וואס צייכנט אפ ווי א גרעניץ צווישן אלע פיר רוחות השמים, מערב און מזרח צפון און דרום. דא זעהט מען שוין ערב סימנים פון אן אנדער וועלט. ווינטן פון אלע קולטורן מארבע רוחות העולם בלאזן דא פון די וואסערן. דא איז א צאמקום-פונקט צווישן די קריסטליכער וועלט פון מערב, די מוסלעמענער וועלט פון דרום, מיט זייערע קאנטאקטן צו די ווייטע דרום-מזרח'דיגע געווירצן לענדער, די בלאסע טארטארישע הורדע סטעפעס פון צפון-מזרח. געפונט זיך רובריק דא, אטעמט דע לופט פון אדוואנטוריסטישע פיבער און רייץ.

וואן רובריק לאזט זיך פון לאטיינישער-קאנסטאנטינאפאל ארויס קיין צפון צום "פונטוס" ים. פון דא גייט דער רייזע ווערן בלויז ווילדער און אומבאקאנטער… רובריק שילדערט די גרויס און ברייט פון אט דעם ים לויט ווי ער האט געהערט פון רייזנדע, הכלל דער ים איז נישט קיין אנדערער ים נאר דער שווארצער ים וואס האט אזוי געהייסן על שם א מדינה בשם פונטוס וואס האט זיך געפונען ביי די דרום ברעגן פון די שווארצע ים.

מיט א שיף פארט ער אריבער דעם שווארצן ים קיין "קאזאריע", דאס איז דער קרימער האלב אינזל (Crimea). באותן הימים איז דער קרימישער האלב אינזל נישט געווען פאררעכנט אלץ אייראפע, אדרבא, זי איז שוין געווען פאררעכנט אלץ א טייל פונעם גרויסן ענדלאזן מזרח'דיגן גראזלאנד, ווייל פון אריבער דעם דעניפער טייך אין ווייטער, וואס טיילט אפ דעם היינטיגן מזרח אוקראינע פון מערב אוקראינע, איז דאן גערעכנט געווארן ווי ווילד לאנד פון אט די עק וועלט מענטשן.

קומט רובריק אן קיין קאזאריע וואס איז קרים, און ער האט געלאנדעט אין אן אנדער פלאנעט. זי איז ווירקליך א ניי וועלט אינגאנצן וואס ער האט אין זיין לעבן נישט געזעהן, ווי די שמועות און נאכגרוסן פונעם אויבנדערמאנטער ריטער, האט דא טאקע באהערשט א פאלק וואו אלע זענען נאמעדישע קעמפישע פערדלייט, מיט געלע פנימ'ער און פארקלעפטע (כינעזע) אויגן, אלע באוואוינען הורדע (יורט) געצעלטן, און ווירקליך טרינקען זיי א אלקאהאלישע משקה פון פערדן מילך. פארט איז ניכר אונטער זייער הערשאפט מענטשן מיט אייראפעאישע שטריכן און געוואוינהייטן, כנראה קריסטליכע און אויך מוסלעמענער אונטערטאנען.

ברוכים הבאים צו א וועלט אונטער די הערשאפט פונעם חאן, דאס איז דער מלך מלכים וואס געוועלטיגט מסוף העולם ועד סופו מליטא ועד חינא. דאס הייסט פון דא וואס איז נאך אין סאמענסטן מערב פון חאן'ס הערשאפט ביזן מזרח מזרח וואו די זון גייט אויף.

און רובריק'ס ציל איז טאקע זיך צו באגעגענען מיטן חאן אליינס. ער ווייסט אז ער איז דא זייער ווייט פון זיין ציל, כדי אנצוקומען אהין וועט ער דארפן רייזן א גאר גאר ווייטער מהלך אינעם מזרח אריין, דורכשניידן די פריי גראזיגע שטחים, א וועג וואס וועט נעמען אמווייניגסטנס א חצי שנה, אלץ אינטער די שררה פונעם גרויסן חאן.

און רובריק לאזט זיך אריין אין לאנגן וועג אריין צילנדיג בלויז מזרח מזרח, און מער מזרח. קודם זעהט אלץ די לאנדשאפט אויס די זעלבע, אויך מענטשן די זעלבע, מעורב ווייסע און געלע, נאר וואס ווייטער ער פארט, אלץ פארמינערן זיך די פנימ'ער מיט די באקאנטע שטריכן, און עס מערן זיך די מענטשן מיט די פארקלעפטע אויגן, דהיינו די רעכטע טארטארן, אדער מיט זייער ספעציפישער נאמען, די "מאנגאלן".

רובריק שפרייזט שוין דורך די שורה אוראל בערג, די לופט שמעקט שוין כולה "אינדרויסן", ס'שוין קיין זכר פון אייראפעאישן שטייגער פאראן, ער האט געלאנדעט אין כולו טארטארן וועלט, די גראז ווערן בלאסער, טרוקענער, א בפירוש'ער באווייז אז ער איז מער נישט אין אייראפע שוין, און ער ווערט דא געוואויר אז דער קאספישער ים צו זיין דרום זיין איז נישט פארבינדן מיטן צפון'דיגער אוקיינוס. הייסט עס דער קאספישער ים איז א זעלבסטשטענדיגער ים, א חידוש גדול וואס ער וועט מוזן דערציילן די חכמי געאגראפיע אין אייראפע ווען ער קומט אהיים.

און ער פארט ווייטער קיין מזרח, אט איז ער שוין דא אזוי אין טיפן הארץ פון טארטארן לאנד, פערסיש רעדנדע פעלקער וואוינען דא, ער לערנט אז אביסל דרום צו געפונט זיך דער עיר רוכלת עמים פון מזרח, סאמארקאנד….

און ער פארט ווייטער און ווייטער קיין מזרח, זאמדן באווייזט זיך, נאר נישט הייס איז דא, נאר קאלט סיי בייטאג סיי ביינאכט, קאמעלן זעהן זיך דורך רייזנדע, הייסט עס אויך דא זענען דא קאמעלן ווי אראביע, נאר ראה זה חדש, די היזיגע קאמעלן פארמאגן טאפלטע הויקעס. פרעמדע עקזאטישע בילדער האט אים נישט שאקירט, ער האט אויף דעם גערעכנט, דאס איז דאך מזרח, נאר אדרבא ער איז געווען אביסל אנטוישט, ער האט געווארט אויף די מענטשן מיט די הונטן קעפ…
 
לעצט רעדאגירט:
נאכנישט געליינט, אבער די לייק איז פאר די עפארט.
וועל מיר מאכן צייט און ליינען מיט ישוב הדעת.
ש'כח
 
אזױ װי אײביג מיט @אין הכי טאקע'ס װערק: זײער אינטרעסאנט, ציענד, הומאריסטיש און באלערנד. איך האב מיך מחיה געװען!

לאמיר ניצן אונזערע סארט לשונות, ״אוי לו לדור שככה עלתה בימיו, דארט ווי יעזוס האט געשפאנט, אט דארטן פארשוועכן די מוסלעמענער מיט די זאמדיגע פיס?… איז דען א ווינדער יאשקע איז נישט צוריק?!… א חרון אף ברענגט דא, און פון דא זענען די פרעמדע מאחמאדאנער יונק זייערע שווארצע כוחות…
yahoo.gif
yahoo.gif
yahoo.gif

היות כח הזרוע ארבעט נישט מיט די יעניגע טארטארן, נאך איידער א קריסט הייבט א שווערד, טרואמפירן די טארטארן מיט זעק מיט קריסטליכע אויערן און פיפיקלעך,
lol.gif
lol.gif
lol.gif


צווייטנס, באלדווין האט מען געזאגט מפי השמועה האט געהאט א ווייב פון ״קיימער״ לאנד, א טארטאריש לאנד, קרובים צו די מאנגאלער וועלעכע רעדן אן ענדליכע לשון, דאס הייסט זיין ווייב איז געווען פון יענע חברה די סטרא אחרא אליינס,
biggrin.gif
biggrin.gif
biggrin.gif

און ער ווערט דא געוואויר אז דער קאספישער ים צו זיין דרום זיין איז נישט פארבינדן מיטן צפון׳דיגער אוקיינוס, הייסט עס דער קאספישער ים איז א זעלבסשטענדיגער ים. א חידוש גדול וואס ער וועט מוזן דערציילן די חכמי געאגראפיע אין אייראפא ווען ער קומט אהיים.
װאס הײסט, זײ פלעגן מײנען אז דער קאַספּיען ים שנײדט אדורך װאס איז הײנט רוסלאנד און קישט זיך צוזאם אױבן צפון מיט די בּאַרענטס ים אדער קאַראַ ים?
 

בייגעלייגטע פיילס

  • yahoo.gif
    yahoo.gif
    10.8 KB · געזען: 6
ווען איך זאל נאר וויסן.... מסתמא ביסטו גערעכט, ווייל דער ווארשיינליכער וועג וויאזוי ער איז געוואויר געווארן אז דער קאספישער ים איז אומבאהאפטן איז ווייל ער איז געפארן אויף יבשה צום טיפן מזרח אן זיך אנשטויסן אין א ים צוטיילער, און דעם וועג האט ער געמאכט צפון פונעם קאספישן ים, משמע אז ער האט ערווארטעט א צפון'דיגער באהעפטונג צום קאספישן ים.
 
עקטזעקטלי, און פון איראַן האט מען דאך שױן גוט געװיסט יענע צײטן.
 
פשיהא, אזא מאסיווע ארבעט!! "קעניינע-הארע"!!
הערליך הערליך! רייך!
 
Back
Top